היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » נייע סטייל חתונות אן קיין פלייש....

נייע סטייל חתונות אן קיין פלייש....

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2750188

נוטראלער » 27/1/2010 02:01

אזוי ווי אין אלע סאטמאר'ע זאלן איז איינגעפירט א תקנה אז מען קען נישט אריינברענגן קיין אנדערע פלייש חוץ פון די אייגענע בוטשער, אין וויליאמסבורג נאר פון 82, און אין קרית יואל נאר פון בית השחיטה.

איז לעצטנס געווארן א פראבלעם אז אסאך מענטשן האבן געוויסע קפידות נישט צו עסן פון איין בוטשער, ממילא ווער עס מאכט חתונה אין וויליאמסבורג האט א פראבלעם מיט ווער עס וויל נישט עסן פון 82, אין ווער עס מאכט חתונה אין קרית יואל האט א פראבלעם מיט ווער עס וויל נישט עסן פון בית השחיטה

ע"כ איז לעצטנס געווארן א נייע סטייל אז ביי חתונות גיבט מען מער נישט קיין פלייש, נאר אנשטאט דעם גיבט מען פיש.

לעצטע וואך איז געווען א חתונה אין "פרדס פיגא" ווי עס איז נישט סערווירט געווארן קיין פלייש.

די וואך איז געווען א חתונה אין "בית רחל פאראדייס" ווי עס איז נישט סערווירט געווארן קיין פלייש.

קומענדיגע וואך מאכט חתונה אין "בית רחל פאראדייס" הרה"ח ר' ברוך יודא טארים שליט"א, ווי עס וועט נישט סערווירט ווערן קיין פלייש.

 

 

אין אנדערע נייעס...

הרה"ח ר' מענדל מאיר בראווער שליט"א, מאכט חתונה די וואך, און ער האט לכתחילה געהאט ארויס גענומען "בית רחל פאראדייס", נאר אזוי ווי לעצטנס איז אינטער געקומען אז אסאך פון זיינע קרובים ווילן נישט עסן די פלייש פון בית השחיטה, האט ער געלאזט פארפאלען גיין זיין דיפאזיט, און טראגט אריין זיין חתונה אין שטאט.

ארגינעלער » 27/1/2010 02:20

ווייסט איינער וואס איז געווען פאריגע וואך ביי א ברית אין מאנסי ווי משה מאנרא'ער האט געבלאזן וועגן די פלייש אין ער האט נישט געוואלט געבן מזל טוב פאר ר' חיים יושע.
 
ווער ס'ווייסט זאל מיט טיילן .

ערענסטער » 27/1/2010 02:26

ווער איז הרה"ח הגאון ר' מעדיל מאיר בראוואער שליט"א אין וואס איז זיין היסטאריע, אפשר מיינט ער בלויז פאליטיק אין וויל זיך בלויז טשעפענן,די מיינסט אז מ'איז אזאלכע קעלבלעך צי גלייבען אלע שטותים, ס'מאכט מער סענט'ס אז ער אלס בני יואלער (אויב ער איז) וויל סתם טשעפענען  אין באשמוצען סאטמאר ס'איז נישט קיין חידוש אז ער שלעפט אריין א חתונה אין שטאט פאר פאליטיקס אויב איז ער א פארביסענע בני יואעלער פארטיי מענטש. זיי האבען שוין געטין א סאך ערגערע זאכען צי באשמיצען סאטמאר אריינגערעכנט מאכען א חילול השם אויפען טעליוויזיע רח"ל
בדרך אגב אויב וואלט ער געווען א חסיד פון סאטמאר רבי  וואלט ער אויך געווען הרה"ח ר' שליט"א?

לעקסינגטאן » 27/1/2010 02:34

ארגינעלער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווייסט איינער וואס איז געווען פאריגע וואך ביי א ברית אין מאנסי ווי משה מאנרא'ער האט געבלאזן וועגן די פלייש אין ער האט נישט געוואלט געבן מזל טוב פאר ר' חיים יושע.
 
ווער ס'ווייסט זאל מיט טיילן .


כמיין אז דער שילדערונג פארדינט זיך אן אשכול פאר זיך

ערענסטער » 27/1/2010 02:37

ארגינעלער. אויב דער זלויני טיפש, וועט זיך איינרעדען אז א מעשה פון דער משה מאנראויער וועט העלפען זיין פי. אר.  וועט ער עס אויך פארקויפען פאר זיינע קעלבלעך
זיי גייען נעבעך מיט די קאפ אין וואנט צי באשמוצען סאטמאר.

לעקסינגטאן » 27/1/2010 02:42

אגב אז מרעדט שוין פון פלייש ביי חתונות האב איך מיך אזוי מענין לענין שלא באותו ענין דערמאנט א מעשה וואס כהאב געהערט פונעם פאיער רב ר' משה ד. וויינבערגער זצ"ל אז ביים גאון העמהארצים ר' זלמנ'ס בר מצוה האט מען נישט געגעבן קיין פלייש און דער רבי ז"ל איז דאמאלטס דארט געווען און האט זיך זייער שטארק אויסגעדרוקט אז ער וועט ארויסגיין לתרבות רעה. כגעדענק נישט פונקטלעך גענוי דאס לשון צו די רבי האט טאקע ממש דאס געזאגט אדער עפעס ענליכס
אבער די מעשה איז א כאקאנטע מעשה אסאך זאליס ווייסן אויך דערפון ווייל בשעת איך האב עס געהערט זענען אסאך מענטשן געווען דערביי און אויך האב איך עס געהערט פון נאך אנדערע מענטשן וואס האבן אויך געהערט די מעשה פונעם פאיער
קען אפשר זיין אז די זאליס פרובירן דאס צו פארלייקענען אבער דאס האב איך געהערט פונעם פאיער רב נאר כגעדענק נישט פונקטליך דאס לשון. אדרבה אפשר ווייסט דא נאך איינער די מעשה און קען עס קלארשטעלן מער פוקטליכער די איינצעלהייטן פון די מעשה וזכות הרבים תלוי בו. אז מזאל וויסן וואס דער צדיק הדורות האט געזאגט איך ווייס נישט צו בבחינת נביא צו בבחינת חכם אבער עכ"פ ליידער ליידער די מציאות היינטיגן טאג איז פארווירקליכט.

smilo » 27/1/2010 07:30

׀ײ ה׀ט װטׁ �ױ׃׀ ׁטױ� ״ױט�� ׀�ײ א�י״ ׂױ״ ׀ױאײגטג ה���י הױ� ׁ�ך װי׳�״װ ׃׀� ה׀טױױ׀ב ײ׀� גט ײ��� �יט ה׀ט ׀�אײגטג ח�א׃גט�ג� ׀�� ך��ױ׃ ךױטװ חט�ך �ױ׀� ׀�ב ���׃?

smilo » 27/1/2010 19:22

אז פאר הרב יודא ברוך טארים איז נישט גוט אונזערע פלייש פון בית השחיטה דאן פארוואס זאל ער זיין כשר פאר אינזערע קינדערלעך אין תלמוד תורה קרית יואל אלס מלמד?

דיןתורה » 27/1/2010 19:31

ר' ישעי' יעקב שטויבער, פין די בני יואל רבנים
עסט נאר די בני יואל פלייש פין די סקווירא שחיטה אין די פלייש פין בית השחיטה המהודרת אין קרית יואל, אין נישט פין וויינלאנד אדער מארוויד.
געהערט פין א אייניקעל

ברוינפן » 28/1/2010 06:13

smilo כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אז פאר הרב יודא ברוך טארים איז נישט גוט אונזערע פלייש פון בית השחיטה דאן פארוואס זאל ער זיין כשר פאר אינזערע קינדערלעך אין תלמוד תורה קרית יואל אלס מלמד? [/quote]
זיין מחותן איז קיין ליבהאבער, זיינע געשוויסטער זיינען קיין ליהאבער. סתם אזוי צו געבן פלייש און ארויסווארפען ווייל די פאקט איז אז זיין משפחה גייט עס נישט עסן האט נישט קיין פשט, ער קויפט נאר קרית יואל'ער שחיטה, איך האב אים שוין עטליכע מאל געזען אין די יאטקע איינהאנדלען פאר שבת.
נומער צוויי: אויב איז ער טאקע אזא פיינט דאן פארוואס האט ער פארהייראט אין קרית יואל?

[quote]ר' ישעי' יעקב שטויבער, פין די בני יואל רבנים
עסט נאר די בני יואל פלייש פין די סקווירא שחיטה אין די פלייש פין בית השחיטה המהודרת אין קרית יואל, אין נישט פין וויינלאנד אדער מארוויד.
געהערט פין א אייניקעל

איך בין דאס געגאנגען נאכקוקען, והנה און נין עס איז אמת. ער פארלאזט זיך גענצליך אויף די ק"י שחיטה

rebyankel » 29/1/2010 06:28

שקר
מ'האט אין פרדס קיין פיש נישט געגעבן (די חתונה פין די רעדסט אז טאקע רוב פלייש איבערגעבליבען)
{כ'האב גערעדט מיט א באטייליגטען}
דאס איז איינס פין די תקנות אז מ'טאר דארט נישט געבן קיין פיש
ס'פאסט זיי נישט אז איינער וויל נישט עסן פין זייער הפקר'דיגע בוטשער

אבער ווי מ'גיבט יא יעדע צווייטע נאכט פיש פאר די מעין דיש איז אין בית רחל אדער ויואל משה וואס דארט מאכט 82 פראפיט אין דארט ווארפט מען זיך אזוי נישט מיט קיין קאסטומערס אין מ'גיבט כמעט אלעס נאך.
דארט מיז נישט מען נעמען פעלדמאן פאר חופה שמש

אגב, דער טיפוש'ל פרייט זיך שוין אז 2 היידפארק/איד ליינער האבען נישט געגעבן קיין פלייש אין די צייט וואס יעדער ווייסט אז דאס איז די מהודר'דיגסטע וואס איז דא.....
אין פאקט איז דא אזוויפיל חתנות אין די 2 א''ד זאלען ווי מ'גיבט פיש
אדער גייט מען אין קאנטינענטל אדער די בארומטע ראוז קעסיל ווי מ'קען רואיג באשטעלן די מהודר'גע פלייש
כלל ישראל איז נישט משוגע.



תוקן על ידי rebyankel ב- 29/01/2010 06:29:04