היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » עפל: מארגן ווערט די וועלט געטוישט!

עפל: מארגן ווערט די וועלט געטוישט!

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2750072

לינקסקליפס » 26/1/2010 21:38

די גאנצע טעכנאלאגישע וועלט קאכט, עפל (די קאמפאני פון אייפאדס אייפאונס, עפל קאמפיוטערס) קומט ארויס מארגן -מיטוואך בשלח- מיט א מעכטיגע סורפרייז וואס גייט טוישן די וועלט. עס זענען דא פארשידענע רומערס. אבער צו וויסן דעם אמת וועלן מיר מוזן ווארטן מיט געדולד.

ערענסטער » 27/1/2010 00:11

אלעס בלייבט ביים אלטען...

יעקב_בער1 » 27/1/2010 00:22

אפשר וועלן די זאליס גיין צו דין תורה?
אפשר וועלן זיי צוריקצוען פון אלע זייערע ליגיונות?
אפשר וועלן זיי שוין ארויסגיין פון בג"ץ הציוני?

גיי ווייס מיט אזעלכע משיגעים...

אינדפנדנט » 27/1/2010 00:27

איך האב פריער געהערט אין די נייעס אז אבאמא איז אויף צרות מיט זיין סטעיט אף די יוניאן. יעדער גייט ביזי זיין מיט עפל.

ארגינעלער » 27/1/2010 02:21

האב נישט מורא די וועלט ווערט נישט געטוישט סך הכל וועט עס אויס מאכן נאר פאר די גרויסע פירמעס.

לינקסקליפס » 27/1/2010 17:57

די פרעס רעליס איז געסקעדזשולט אויף איינס אזייגער. מען רעד דא גאנץ זיכער פון א "טעבלעט" א קליינע קאמפיוטער מיט א טאטש סקרין וואס יעדער וועט קענען ארומטראגן מיט זיך אין בוזעם טאש. אלע בלאגס טרייען צו שפעקולירן דיטעילס. די מידיא און די גאנצע טעכנאלאגישע וועלט שטייט געשפאנט אויף די העכסטע שטאפלן.

לינקסקליפס » 27/1/2010 21:23

זיי זענען ארויסגעקומען מיט א נייע פראדוקט Ipad

דא קען מען מיטהאלטן מיט לייוו בילדער פון די יעצטיגע מינוטן

http://www.engadget.com/2010/01/27/live-from-the-apple-tablet-latest-creation-event/?sort=newest&refresh=30

רעכטער » 27/1/2010 22:03

נו, וואס איז געבליבן? וואס איז דער נייער פראדוקט?

לעקסינגטאן » 27/1/2010 22:14

איך זעי נאכנישט ווי די וועלט האצעך געטוישט דערווייל גייט אלעס אן ווי פריער
                           "אלעס איגעבליבן ביים אלטן"