היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שטורעם: ארטאדאקסישע קהלות נוצן מוסקאווי

שטורעם: ארטאדאקסישע קהלות נוצן מוסקאווי

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2748430

צומתהגידין » 21/1/2010 23:55

היינט נאכדעם וואס די צוויי ליצים האבן זיך פאראייניגט, דער אינטערנעט ראביי מיט די צייטונג שרייבער, אין וועלכן זיי זענען באנאזאם מטריף די מוסקאווי עופות, האט אויסגעבראכן א שטורעם אין פארשידענע ארטאדאקסישע קהלות וועלכע נוצן די מוסקאווי.

די ארטאדאקסישע קהלה אין בראזיל, אונטער הרב אילאוויטש שליט"א נוצט די מוסקאווי קאטשקעס אלע יארן. אונטער דעם רב'ס השגחה.

ער שרייט געוואלד, היתכן מען שרייבט עוף טמא נאכדעם וואס גדולי ישראל האבן עס מתיר געווען צו עסן לכתחילה, און האבן עס אליין געגעסן.

מ'דארף בארואיגן דעם הרב אילאוויטש פון בראזיל, אז דער אינטערנעט ראבינער איז עס אויך מתיר... ער איז נאר דא צו טומלען.

עס איז דאך נאך קהלות וואס עסן מוסקאווי.

פרטים יבואו

העלד » 22/1/2010 00:38

איהר מוזט פארשטיין הרב איליאוויטש האט געזעהן דעם בלאט פאריגע וואך אז וויפיל הרב שטיין האט פרובירט
צו טרעפן א היתר דערויף האבן די אנדערע רבנים נישט צוגעלאזט קיין שום היתרים דערויף, און פארדעם איז ער
פארצווייפלט.

אברמסקי » 22/1/2010 00:49

איז דא ערגעץ אין די פריערדיגע תשובות ספרים וועגען די סימנים פון דעם פייגל?