דער רב גיט מיך אזא פרעג:
דו ווייסט אפשר פון וואנעט די "פעקין" קומען?
וואס איז די מסורה פון די פעקין, אז דו ביסט אזוי קלאר אז פעקין איז גוט?
וווואאאאסססס? פרעג איך אים. פעקין איז דאך דאס וואס איז אנגענועמן איבעראל איז ס'איז מסורה'דיג.
וועלכע מסורה פרעגט מיך דער רב?
דו ווייסט אז די פעקין קאטשקעס קומט פון די הויפטשטאט פעקין כינע (פעקין איז די ארגינעלע נאמען, נישט בעידזשינג), איך האב עס מברר געווען און יעדער וועט עס דיר מודה זין. פעקין איז א כינעזע קאטשקע, געברעגט קיין אמעריקע מיט 130 יאר צוריק בערך.
פעקין איז א נאמען פון א שטאט אין כינע.
דא זעט מען די שטאט פעקין.
This breed was imported from Pekin into both England and the United States, in 1873, and has marked characteristics. One of these is the strong yellow blood. Both legs and bill are deep orange colour, and the plumage a kind of ferret-white, with a strong canary tinge, which becomes stronger still in the underfeather. The legs are set on far behind, which gives an upright or Penguin carriage. Another feature is the boat-shape of the long and deep keel, which, with a fullness of rump and peculiar turn-up at the tail, irresistibly suggests the shape of an Indian birch canoe. Another peculiarity lies in the fact that the duck is, as a rule a non-sitter and prolific layer...the average in eggs from many hundred ducks is reported from three of the largest farms as 135-145 eggs per duck.
Size: weighs no more than 8 lb
Egg color: white
Country Of Origin: China
גענומען פון דא:
[בילד – נישט אפגעהיט]
אבער, יעדער עסט דאך פעקין קאטשקעס, וואס מאכסטו יעצט א פרישן ערעור. בעט איך זיך צום רב.
דער רב האט זיך קיין סאך נישט דערשראקן, און זאגט בלויז די קאטשקעס וואס מיר עסן האט נישט קיין שום מסורה פון דער אלטער היים, עס האט טאקע א חזקת כשרות און איז קיין טראפ נישט בעסער פון אלע אנדערע עופות וועלכע האבן נישט קיין מסורה און איז נאך שוואכער פון מוסקאווי.
פארוואס?, פראטעסטיר איך.
ווייל מוסקאווי קומט פון רוסלאנד, און דארט האט עס געהאט א חזקת כשרות, דער נאמען מוסקאווי מיינט "מאסקווע", פון דארט קומט עס, און גדולי ישראל פון יענעם פלאץ האבן עס מתיר געווען.
די פעקין דערקעגן, איז טאקע זייער שיין ווייס, אבער אין כינע האבן מיר נישט קיין מסורה. די יאנג'ס מיט די מינג'ס זענען נישט גוט פאר אונז ישראל קדושים.
לויט'ן רמ"א טאר מען קיין פעקין קאטשקעס נישט עסן. פירט דער רב אויס.
איך בין נאך אלץ שאקירט פון זיינע ווערטער, און איך האב נישט געפונען קיין לאגישע ווערטער אים אפצוענטפערן, חוץ צו זאגן, איר זענט קלוגער פון אלע רבנים???
און ער פרעגט מיר צוריק?
ווייסט דען עמיצער אז דאס קומט פון כינע?
האט מען מברר געווען אז אין כינע האט דאס געהאט מסורה?
דא בין אין שטיין געבליבן.