היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » תלמדי ר' שימעלע!

תלמדי ר' שימעלע!

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2748037

מישמאש » 21/1/2010 02:39

[בילד – נישט אפגעהיט]

ערענסטער » 21/1/2010 03:05

פארוואס האט ער באקומען די טיטעל תלמיד ר' שמעון זשיגאן?

פאראלעל » 21/1/2010 03:11

שמעון דזשיגאן איז געבוירן אין יאר 1905 אין פוילן, און שפעטער צווישן די צוויי וועלט מלחמות, ער איז געווען אן אקטיאר און ער האט געשפילט אויף פילמען וואס זענען אויף יידיש, פאר דער מלחמה און נאכדעם.

איז ער ערשינען אין  טעאטערס, און לאדזש, און אין ווארשע ,

ווען דער צווייטער וועלט קריג האט אויסגעבראכן איז ער אנטלאפן קיין סאוויעט רוסלאנד ווי ער איז געווען אין ארבעטס לאגערן ביז נאך דער מלחמה,

 אין יאר 1952 איז ער געקומען וואוינען  אין ארץ ישראל , וואו ער האט צוזאמען  מיט זיין שותף ישראל שומאכער אויפגעשטעלט דעם יודישען טעאטער און תל אביב אויף די מענדעלע גאס,

 די צוויי האבן נישט גוט געלעבט צוזאמען, זיי פלעגן ארבעטן אונאיינעם אין טעאטער, אבער זיי האבן נישט גערעדט צווישן זיך,

ער האט פארשפרייט הומער  קאסעטעס, וואס צילוב זייער  אונהאלט, איז נאר ראטזאם פאר מענטשען העכרער 18 יאר עס צו הערן, וד''ל

דזשיגאן איז געשטארבן אין יאר 1980 און צוזאמען מיט אים דער יידישער טעאטער אין תל אביב וואס ער האט אויפגעשטעלט אויף מענדעלע גאס,

 

דאס איז בקיצור נמרץ די ביאגרעפיע פון שימעלע דזשגאן,

 

ר' זלמן לייב  פרעגט אויסהערן די טעפס מיט גרויס דביקות, און ער פרעגט דאס דערנאך דעבאטירען און סיגוטער ביהמ''ד, אן קיין טראפ בישה,

 

ה.וו. פארציילט אז ר' זלמן לייבו האט ביי אים געבארגט די דזשיגאן קאסטעס,

 

 ''דאקטוירים הייטען לאכען פון שלום אליכם'',

 

''דזיגאן און שומכר'',

 

''לוסטיג און לעבעדיג דזשיגאנ'ס לאך אויצר''

 

די דאזיגע 3 קאסעטעס האט ר' זלמניו זייער ליב געהאט, און ער האט דאס עד היום הזה נישט אפגעגעבן פאר וועם עס באלאנגט, (נועם המידות)

גאנציגער » 21/1/2010 03:43

פאראלעל, איך האב קראנטע אינפארמאציע אז די יידישע וויקיפעדיע וויל דיך קלאגן אין געריכט שלא ברשות בית דין. האסט א אהנונג פארוואס?[בילד – נישט אפגעהיט]

רבי_יונה » 21/1/2010 03:59

ווען איז די יארצייט פון ר' שימעלע ווייסט איינער?

אפשר איצט ווען רז"ל פארט אויף א"י?

ChiefRabbi » 21/1/2010 04:05

כ"ח ניסן תש"מ...

יעקב_בער1 » 22/1/2010 01:21

פארוואס האט מען אויסגעשניטן ליפא'לע הגז"ל'ס ?
לפי מיטב ידיעתי פלעגט ער עס אויך הערן מיט גרויס דביקות אין אטיק'ס ישיבה אין ירושלים?
אדער ווייל דאס איז נאך איינע פון זיינע מצוות?....