ווי שוין באקאנט פאר אלעמען, קינד און קייט, בני תורה און סתם בעלי בתים, אלעס רעדט פון קרית יואל בית השחיטה "המהודרת" און קאטשקע פלייש. אזש אז דאס ווארט "קאטשקעס" איז געווארען די רויטע שמאטע ביי די "מהודרת חסידים".
ביז דערווייל זענען הכל מודים אז "המהודרת" האט גע'שחט'ן און ארויסגעלייגט אויף די פאליצעס פון די געשעפטן א סארט קאטשקע פלייש אויף וואס זיי האבן נאכדעם געשריבען א מודעה אין "די צייטונג" פ' וארא, פעידש 15 אז ביז עס וועט נתברר ווערן וואס פארא קאטשקע דאס איז געווען, זאל מען דאס צוריק ברענגען צו די געשעפטן און מען וועט צוריק באקומען דאס געלט.
אויך זענען הכל מודים אז נישט די בית השחיטה "המהודרת" זענען געווען די וואס האבן דאס איינגעזען דעם אמת, אז זיי האבן גע'שחט'ן די סארט קאטשקעס, נאר זיי האבן דאס בעל כרחם געטאן, נאכדעם וואס זיי האבען באקומען פרעשור פון "דרויסענדע" בעלי מכשירים און רבנים.
אויך זענען הכל מודים אז איין וואך פריער, פ' שמות, האבן די רעדאקטארן פון בלאט אויפ'ן פראנט פעידש געשריבען אז "המהודרת", זענען גאר די וואס האבן "אפגעראטעוועט" אלע בתי השחיטה פון פארקויפן טריפנע קאטשקע פלייש.
דאס זענען אויך הכל מודים, אז ווען דער סקאנדאל האט אויסגעבראכן אז קרית יואל "המהודרת" האט גע'שחט'ן טריפה'ענע קאטשקעס, האבען זיך די שרייבערס אין די "המהודרת" פארטיי צולאזט אויף דעם מעורר הרה"ג ר' יצחק שטיין ראב"ד קארלסבורג, אז ער איז דער וואס האט "אויפגעבאקן" די מעשה" און ער איז דער וואס איז פשוט מוציא לעז אויף די "בעסטע, שענסטע, גרעסטע, מעכטיגסטע און מהודר'דיגסטע" בית השחיטה אויף די גאנצע וועלט.
דער הרב שטיין איז געווארן ביי זיי דער נידריגסטער מענטש אויף דער וועלט, אזא איינער וואס טוט גארנישט נאר טראכט אויף בלבולים אויף די בית השחיטה "המהודרת", ווייל ר' אהרן איז דער רבי פון די בית השחיטה.
דאס איז וואס יעדער האט געזען, געהערט און געוואוסט. אבער כדי זיך צו דערגרונטעווען וואס דא האט זיך באמת אפגעשפילט אונטער די קוליסען, ווען פון איין טאג אויפן צווייטען איז דער הרב שטיין גאר געווארן דער "מציל" פון טריפה קאשטקע פלייש, אז אזוי ווייט אז די "המהודרת" האט געמוזט שרייבן אזא סארט פארווע מודעה, און אז דא איז פארגעקומען פיל מער און טיפער וואס עס איז באקאנט פאר אלעמען, האבען מיר זיך גוט אריין געלייגט אין דער נושא, און מיר האבן זיך טיף דערגרינטעוועט אין דעם סקאנדאל.
אבער בעפאר אלעם מוזען מיר אייך דא דערציילען אז דער סקאנדאל איז פיל שווארצער, און פיל מער שרעקעדיגער פון וואס איר ווייסט. מיר וועלן אייך פריער אראפלייגען די פאקטן פון דער גאנצער סקאנדאל, פון ווען דער סקאנדאל האט אנגעהויבען זיך קוילערען ווי אן אווערלענדש, ביז צום "פארווע" מודעה אין די צייטונג. און שפעטער וועלן מיר זיך אריין לאזן אין אנאליזירן דעם סקאנדאל פון פארשידענע זייטן וואס וועט אייך ממש דערשרעקן, און עס וועט זיכער זיין ערליכע אידן וואס וועלן מער נישט אריין נעמען "המהודרת" פלייש" אין זייער מויל. עס איז פיל ארגער וויפיל מיר אליין האבן זיך גערישט ווען מיר האבן זיך אריינגעלייגט אין דעם סקאנדאל.
כשרע קאטשקע פלייש איז א פיל טייערערע פלייש ווי טשיקען. ווייל עס איז פיל טייערער צו האדעווען, צו באקומען, און די פראצעדור נאכען שחטן, ווי צו אפפליקען די פעדערען און נאך, דעריבער איז עס פיל טייערער. למשל א גאצער טשיקען קאסט זיבן דאלער און א גאנצע קאטשקע קאסט דרייסיג דאלער. אזא דיפערענץ איז דא אין די פרייזען.
קאטשקע פלייש איז דעריבער א שטיקל יקר המציאות. עס איז נישט פארהאן קיין סאך פון דעם. עס איז א "דעליקאטעסען" וואס מען סערווירט אין די מער טייערערע רעסטוראנטען. סתם עמך יודען קויפן דאס נישט צופיל, ווייל עס איז צו טייער.
די הלכה אספעקט פון די קאטשקעס וואס איז מותר לאכילה און וואס עס איז נישט מותר לאכילה און די חילוקים פון די צוויי סארט קאטשקעס איבער וואס די נושא טוט זיך.
די תורה פארבאט 24 סארט פייגלעך פון צו עסן. די תורה דערמאנט די נעמען פון עופות טמאים, און אלע איבריגע סארט עופות זענען כשר. אנדערש ווי ביי בהמות, חיות און פיש וואס די תורה זאגט בפירוש די סימני טהורים, גיט די תורה נישט די סימנים טהורים או טמאים ביי עופות. נאר שרייבט די נעמען פון די כ"ד מיני עופות טמאים.
אבער די חכמי המשנה האבן יא געגעבן פיר סימנים פאר עופות טהורים, און דאס זענען: "אינו דורס, יש לו אצבע יתרה, יש לו זפק, וקורקבנו נקלף". רש"י הק' שרייבט אז אלע עופות מוזען האבען א מסורה און מען מעג נאר עסן די וואס מען האט געגעסען במסורה.
און אויף די כשרות פון עופות און די מסורה זענען שוין הונדערטער אדער טויזענטער תשובות געשריבען געווארען, פון אלע גאונים פון אלע צייטן זייט אידן זענען אין גלות.
למשל, עס איז דא פילע תשובות ווען עס איז נולד געווארן דער "תרנגול הודו", וואס מיר רופען אן "טורקי" וואס דער שלה"ק האט גע'אסר'ט צוליב וואס ער האט איינמאל געזען אז דאס האט "דורס" געווען וואס דאס איז א קלארער סימן פון נישט א טהור'ע, אבער אלע פוסקים האבען געהאלטען אז עס איז טהור און דעריבער עסען מיר דאס. און טאקע, די אייניקלעך פון של"ה זענען זיך מונע פון עסען טורקיס.
אויף די "פעקין" קאטשקע ווייסן אלע שוחטים מומחים וזקנים צו זאגן אז די צורה פון דעם היינטיגן פעקין, איז גענוי די קאטשקע וואס מ'האט אלעמאל געשאכטן.
דער עוף "מוסקאווי" איז נולד געווארען אין אמעריקע און מען האט דאס געגעסען ביז אין יאר תרכ"ב.
אינעם ספר "שלח תשלח" ווערט אראפגעברענגט די גאנצע געשיכטע איבער די שערוריה פון די "מוסקאווי" קאטשקעס.
שטייט דארטן אז אין יענע צייטן איז אנגעקומען קיין אמעריקע הרב הגאון רבי ישכר בער אילאווי ז"ל און האט משמש ברבנות געווען אין די שטאט ניו ארליענס. רבי ישכר בער איז געווען א תלמיד מובהק פון הייליגען חתם סופר און איז אפילו נסמך געווארען פון הייליגן חתם סופר. די שטאט איז געווען זייער נידריג אין אידישקייט אזוי ווי אין אלע שטעט אין אמעריקע בימים ההם. דער רב האט געארבעט דארט שווער ביז ער האט ענדליך צוזאמגעשטעלט א מנין אידן שומרי שבת קודש. ווען ער האט שוין געהאט א מנין שומרי שבת האט ער זיך גענומען איבער די כשרות וואס צום אלעם ערשט איז דאס פלייש. דא איז ער געוואויר געווארען אז א איד א פארמער האדעוועט א סארט עוף מיטן נאמען "מוסקאווי" וואס ענדעלט אביסל אינעם טהור'ן עוף "פעקין" און דאס האט מען דארט געשחטן פאר אידן. אויף זיין פראגע ווער עס האט דאס מתיר געווען, האט דער קצב-דער פארמער געזאגט אז דאס האט דער פריערדיגער רב שוין מתיר געווען און דעריבער איז דאס שוין א מסורה. צום אלעם ערשט האט דער רב אפגעשטעלט דאס פארקויפן די "מוסקאווי" קאטשקעס אלס טהור. ער האט געזאגט אז דער פריערדיגער רב איז געווען א מחלל שבת בפרהסיא דעריבער הייסט נישט קיין מסורה אויב מען האט אינעם עבר געגעסן אויף יענעמס סמך.
איז געווארען א טומל אין ניו ארליענס אז דער רב לייגט אויף זיי ארויף איבריגע חומרות וואס מען האט אלעמאל געגעסן, האט דער רב זיי געזאגט אז ער גייט שיקען די שאלה קיין אייראפע צו עטליכע רבנים, און ווי אזוי זיי וועלן זאגן דאס וועט ער אננעמען.
איצט האט דער רב הרב אילאווי ארומגעשיקט די שאלה צו די רבנים אין אייראפע איבער דעם נייעם עוף וואס געפינט זיך אין אמעריקע. פון די תשובות וואס הגאון רבי ישכר בער אילאווי האט באקומען פון הגאון רבי שמשון רפאל הירש ז"ל, הגאון ר' יצחק אלחנן ספעקטאר פון קאוונע, און פון הגאון רבי נתן אדלער פון לאנדאן, זעט מען אז הרב אילאווי האט זיי געזאגט אין די שאלה אז די אייער פון די "מוסקאווי" קאטשקעס זענען רינדיג און דאס איז א קלארער סימן טמא און אויף דעם העלפט ניטאמאל קיין מסורה. (אויך איז אינטערעסאנט ווי אינעם ספר "שלח תשלח" שטייט ארויסגעשריבען די מעלה וואס די "מוסקאווי" קאטשקעס פארמאגען אז עס איז גרינגער צו האדעווען ווייל זיי עסען ווייניג, און דעריבער איז עס ביליגער.)
זיי האבען צוריק געשריבען תשובות לאיסור, אז עס איז נישט שייך קיין מסורה ווען עס האט קלארע סימני טומאה.
אויך האט א רב הרב יוסף אהרן טאראן וואס האט יענע צייטען געוואוינט אין ארגענטינא געשיקט א שאלה איבער די "מוסקאווי" קאטשקעס צום בריסקער רב דער "בית הלוי" זצ"ל. הרב טאראן שרייבט נאך מער, אז די "מאסקאווי" קאטשקעס זענען "דורסים", א אנדערער קלארער סימן טומאה. דער בריסקער רב האט אים געענטפערט דורך איינער פון די בריסקער דיינים, אז מען טאר דאס נישט עסן.
די שינויים צווישן די ביידע סארט קאטשקעס
צווישען די שינויים זענען דא זעבארע און נישט אזוי זעבאר. די נישט זעבארע זענען:
1) די מאסקאוויס זענען "דורסים" (אגרעסיוו) וואס דאס איז שוין טמא דאורייתא.
גענומען די פאלגענדע פון א וועבסייט:
http://www.associatedcontent.com/article/804777/muscovy_ducks_an_unusual_bird_to_go_pg3.html?cat=58
What they eat.
The Muscovy is the ultimate eater. They are known for eating anything that they can find including bugs of all sorts, roots, stems, leaves, algae, seeds, small fishes, lizards, snakes, and vermin including mice, voles, and young rats. In many places they have been used to control pest populations such as mosquitoes, spiders, and roaches. They love mosquito larva and will eat it from the water, but also enjoy eating flying ones, poisonous spiders, flies, and maggots. Because they are fierce eaters with a wide variety of food choices they should be kept away from rabbit and guinea pig cages, especially if their are young there. They have no problems attacking the young for food.
גענומען די פאלגענדע פון:
http://www.farmradio.org/english/radio-s/31-3_en.asp
Sometimes male Muscovies are aggressive and hurt or kill the young ducklings. Watch to make sure this does not happen or separate the males from the ducklings.
דאס גענומען פון וויקיפידיע:
This non-migratory species normally inhabits forested swamps, lakes, streams and nearby grassland[17], and often roosts in trees at night. The Muscovy Duck's diet consists of plant material obtained by grazing or dabbling in shallow water, with some small vertebrates and insects. This is a somewhat aggressive duck; males often fight over food, territory or mates. The females fight with each other less often. Some adults will peck at the ducklings if they are eating at the same food source.
2) די מאסקאוויס לייגען "ביצים עגולות" וואס איז א סימן טמא.
[בילד – נישט אפגעהיט]
די רינדיגע מוסקאווי אייער
איצט צו די זעבארע שינויים:
1) דער מאסקאווי שנאבל איז נישט טונקל-געהל ווי די פעקין, נאר גרעי-פינק
[בילד – נישט אפגעהיט]
דער פינקישער שנאבל ביי די "מוסקאווי"
[בילד – נישט אפגעהיט]
דער געלער שנאבל ביי די "פעקין"
2) די מאסקאוויס קוויטשענען נישט מיט קול. זיי ווערען אנגערופען אין ענגליש Quackless ducks. משא"כ די פעקין קאשטקעס קוואקען זייער הויך.
דאס גענומען פון וויקיפידיע:
Muscovy ducks are also less noisy, and sometimes marketed as a "quackless" duck.
3) די מאסקוויס האבען נישט געלע הויט צווישן פינגערס פון די פיסלעך, אזויווי ביי כשר'ע פעקינס.
4) די מאסקאוויס האבען אלע שווארצע האר אויבן אויפ'ן קאפ, אזויווי א קאפל. משא"כ די פעקינס זענען אלע ווייס ביים קאפ.
שוין אפילו געשחטענערהייט, שוין געפעקעלט אין בוטשער זעט מען אויף עטליכע שינויים צווישען די פעקין און די מאסקאוויס.
1) ביי די מאסקאוויס אויף די "צאמב" ווי עס בלייבט געווענליך איבער אביסל פון די הויט פון די געלע פיסל, זעט מען נישט די טונקל געלקייט וואס ביי די כשר'ע פעקינס.
2) די מאסקאוויס פארמאגען בכלל נישט די גרויסע מאס פעטן וואס די כשר'ע קאטשקעס זענען באוואוסט דערמיט. די הויט ביי די פעקינס איז א דיקערער שיכט פון פעטענס. אבער די מוסקאוויס האבען א דינע הויט און דערפאר איז עס בכלל נישט א פעטע פלייש.
3) די פעקינס האבען די זעלבע טעם, קאליר און "טעקסטשור" ווי טשיקען נאר סאך פעטער און גרעסער. משא"כ די מאסקאוויס האבען די קאליר און טעקסטשור ווי קעלבערנע פלייש. אזויווי די מומחים שרייבן עס קלאר אויף אלע סייטס.
דאס פאלגענדע איז פון:
http://www.muscovyduckcentral.com/whymuscovy.html
דאס גענומען פון:
http://www.associatedcontent.com/article/804777/muscovy_ducks_an_unusual_bird_to_go_pg4.html?cat=58
. Bird for my table.
נאך איבער דעם טעם און טעקסטשור, גענומען פון וויקיפעדיע
The Muscovy Duck has been domesticated for centuries, and is widely traded as "Barbary duck". Muscovy breeds are popular because they have stronger-tasting meat – sometimes compared to roasted beef – than the usual domestic ducks which are descendants of the Mallard (Anas platyrhynchos). The meat is lean when compared to the fatty meat of mallard-derived ducks, its leanness and tenderness being often compared to veal.
דער סקאנדאל
ביז נישט צו לאנג צוריק האבען אלע ערליכע בתי השחיטה געשחטען זייער קאשטקעס ביי א פארם מיטען נאמען "דשורגילעוויטץ" אין לאנג איילאנד נ.י. דאס אזי א גויאישער שלאכט הויז פאר בלויז "פעקין" קאטשקעס און די בתי השחיטה פלעגען דארט אפדינגען א טאג און שחטען זייער קאטשקעס. אויך מיעל מארט פלעגט דארט שחטן זייער קאשטקעס.
אין פענסילוועניע געפינט זיך אויך א "דשורגילעוויטץ" פארם, וואס האט זיך אפגעטיילט פון די פירמע אין לאנג איילאנד און דארט פלעגט צען אויך שחטן פעקין קאטשקעס. אבער די פירמע אין פענסילוועניע האט אויפגעהערט צו האנדלען מיט די בתי השחיטה ווייל עס האט אים נישט געלוינט.
אינגאנצן עטליכע יארן האבען זיך עטליכע בתי השחיטה גענומען און ארויסטראגען די קאטשקעס צו זיך און אליין שחטן און עס איז מן הסתם מער מהודר און אויך ברענגט עס מער געלט.
אין פענסילוועניע געפינט זיך א בית השחיטה פאר עופות מיט'ן נאמען "מהדרין". דער איינגעטימער איז א קלויזנבורגער חסיד מיטען נאמען ר' שלמה ווידער. דער בית השחיטה איז אונטער די השגחה פון די התאחדות הרבנים.
אויך איז דא א פירמע מיטען נאמען "אינטערנעשאנעל גלאט" וואס שחטען בהמות אזוי ווי מיעל מארט. זיי דינגען ארויס צייט און פלאץ אין שלאכט הייזער און דארט שיקען זיי זייערע שוחטים ובודקים. דער אייגענטימער הייסט ר' יעקב חיימאוויטש. די פירמע איז אונטער די השגחה פון "וועד משמרת למשמרת" וואס באשטייען פון די רבנים רבי יעקב זיידא דומ"ץ וויזשנית וו"ב, רבי שלמה צבי שטערן אבד"ק דעברעצין און רבי יצחק שטיין ראב"ד קארלסבורג.
די פירמע "אינטערנעשאנעל גלאט" גיט זיך נישט אפ מיט טשיקען, דעריבער אין פאל זיי האבען געדארפט טשקיען פאר זייערס א קאסטומער פלעגען זיי קויפן פון אנדערע בתי השחיטה. און נישט זיי פלעגען אראפשיקען זייער שוחטים ובודקים.
לעצטענס האבען זיי אויך פאר טשיקען זיך געדינגען פלאץ און צייט ביי "מהדרין" וואו "אינטערנעשאנעל גלאט" האט אראפגעשיקט זייערע שוחטים און בעלי מכשיר און דאס פארקויפט מיט זייער אייגענעם לעיבל.
קאטשקעס פלעגען זיי שחטען ביי די פירמע "דשורגילעוויטץ" אין פענסילוועניע, און ווען דאס האט זיך אפגעשטעלט האבען זיי געשחטען בי די פירמע "דשורגילעוויטץ" אין לאנג איילאנד.
די פירמע "מהדרין" האט געלאזט וויסען פאר "אינטערנעשאנעל גלאט" אז זיי גייען אריינבאקומען קאטשקעס און זיי קענען זיי פארדינגען דאס פלאץ.
דינסטאג ויחי תש"ע האט "מהדרין" באקומען קאטשקעס פון א בראוקער מייק טשארלס. "אינטערנעשאנעל גלאט" האט ארפגעשיקט זייערע שוחטים און זייער בעלי מכשיר רבי יעקב זיידא און רבי יצחק שטיין. אלעס איז שוין געווען גרייט ווייל דער טראק מיט די קאטשקעס זענען איצט אנגעקומען.
ווען מען האט אראפגענומען די קעסטלעך קאטשקעס האט איינער פון די שוחטים ר' בנימין קליינמאן, א ווישניצער חסיד, באמערקט אז עפעס שינויים זענען דא ביי די קאטשקעס. די קאטשקעס זענען זייער שטיל גאר אנדערש ווי אלעמאל אז ווען מען שחט די קאטשעקס קען מען נישט הערען דאס אייגענע קול ווייל אזוי שטארק קוואקענען זיי, אבער איצט איז עפעס שטיל.
דער שוחט איז געגאנגען רופן די צוויי רבנים איבערצורעדען די וואונדער.
די רבנים האבען ארויסגענומען עטליכע קאטשקעס פון די קעסטלעך און געזעהן טאקע שטארקע שינויים. זיי האבען געזען אז זיי קוואקען נישט, נאר קליינע הוסען, און אויך איז דער שנאבעל אנדערש.
די רבנים האבען מחליט דעווען אז מען קען נישט שחט'ן די קאטשקעס ביז זיי וועלען קלאר מאכען פון וואסערע קאטשקעס דא רעדט מען. פארשטייט זיך אז אפשטעלען א בית השחיטה איז א געוואלדיגער שריט, ווייל יעדע מינוט איז אויסגערעכענט און דא מוז מען ווייטער באצאלען פאר די שוחטים און אלע ארבעטער, אבער זיי האבען נישט געזען קיין אנדערע ברירה.
דער אייגענטימער האט צום ערשטענס אנגערופען דעם דיסטרוביוטער מייק טשארלס און אים געזאגט אז זיינע רבנים זעען עפעס אז די קאטשקעס זענען אנדערש ווי אלעמאל. און אים געפרעגט וואסערע קאשטקעס ער האט אים געשיקט?
דער גוי ענטפערט אין אז איך האב דיר געשיקט "מוסקאווי". קאטשקעס. ווי נאר די רבנים האבען געהערט דאס ווארט "מוסקאווי", האבן זיי גלייך געזאגט אז די קאטשקעס זענען נישט די וואס מיר מעגן עסן.
דער גוי זאגט זיי אז איך ווייס נישט וואס דער פראבלעם איז דא, איך האב פאר צוויי וואכען צוריק געשיקט 600 "מוסקאווי" קאטשעקס צום קרית יואלער "מהודרת" בית השחיטה, און זיי האבען דאס גע'שחט'ן.
המשך יבוא
תוקן על ידי המהדרין ב- 21/01/2010 19:37:34