היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מייסה ניירע: ביסטו לעגאל א ארוני אדער א זאלי?

מייסה ניירע: ביסטו לעגאל א ארוני אדער א זאלי?

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2747919

גאנציגער » 20/1/2010 20:30


היינט נאכן דאווענען באקום איך א טעלעפאן קאל פון מיין שווער ער פרעגט מיר אז איך זאל אים זאגן קלאר צו איך האלט ביים בלייבן אן אהרוני אדער איך וויל ווערן א זאלי.

פון זיין טאן האב איך פארשטאנען אז ער האלט ביים נעמען ווייטערדיגע שריט ווי סתם פרעגן.

אויב וועל איך באשלוסן צו ווערן א זאלי וועל איך מוזן דא אפדעיטן, איך האב זיך דא איינגעשריבן אלץ א ארוני.

די שאלה איז וואס מיין נעקסטע שריט זאל זיין.

די שאלה גייט טיפער, וואס איז א חילוק צו איך בין א ארוני צו א זאלי אויף למעשה? איך האב שוין געזען זאליס דאווענען אין הופער און פארקערט ארונים אין ראדני. ווייל איך זאג פאר די גאס אז איך בין א ארוני דאס שטערט אים?

בין איך געקומען צום אויספיר אז די איינציגסטע זאך וואס ער מיינט איז וויאזוי איך בין לעגאל איינגעשריבן אין כל העולם כולו, אלץ א ארוני אדער אלץ א זאלי. ווייל ביי די שטאטישע אינסטאנטצן איז מען דאך נאר איינגעשריבן אלץ א דעמאקראט אדער א רעפאבליקן.

פאלגט נאך ווייטערטיגע שריט.


גאנציגער » 20/1/2010 21:41

 


zamilenger (תאריך: 20/01/2010 21:35:00)
פשוטע נ"מ, המקדש אשה ע"מ שאני ארוני ונמצא שהוא זלוני הרי זה קידושי טעות ויוצא בלי גט


צמח_דוד » 21/1/2010 00:50

איין זאך איז זיכער, דיין שווער איז א לעגאלער משוגענער. אנשטאט דיר אנקאלן און זאגן הער אויף צו פאטשקען אין אינטרנעט, איז ער פארנומען מיט די שטותים.

גאנציגער » 21/1/2010 03:03

דאס האב איך מיך געווינדערט, אויב ווייסט ער אז איך בין אויף כל העולם כולו פארוואס שרייט ער מיך נישט אן פאר דעם אליינס? איך מיין אז ער דרייט זיך דא. אבער יעצט איינמאל וועל איך אים ווייזן אז נאך מענטשן זאגן אז ער איז משוגע.

פאראלעל » 21/1/2010 03:06

מנהל! הצלה!

מיר האבן דא א מענטל קעס אויפן פארק, עס פאדערט זיך באלדיגע שריט!

גאנציגער » 21/1/2010 03:17

דיך דארף מען ארויסטראסקענען, ער האט עובר געווען אויף גילוי שמות, און מודיע געווען אז די מנהל איז א הצלה מעמבער.

ערענסטער » 21/1/2010 03:19

א איידעם א שטיק שווער. [בילד – נישט אפגעהיט]

גאנציגער » 21/1/2010 03:22

ערענסטער, ס'נאכנישט אזוי זיכער אז איך ווער א זאלי, ווארט מיט געדולד, איך דארף נאך צייט צו באשליסן.

לעקסינגטאן » 21/1/2010 06:20

און דער פארשוין וואס איז געזיצן אויף גאנציגער'ס באנק אינעם משוגעים הויז האט זיך דא געגעבן א צושריי:

שאט אפ דו משוגענער!

גאנציגער » 21/1/2010 06:58

לויט ווי איך ווייס איז קיינער נישט דארט געווען חוץ איך און יענער, וויאזוי איז ארויסגעקומען די מעשה? איך האב א תירוץ!

לעקסינגטאן » 21/1/2010 07:31

גראדע איז געווען דארט א דריטער מענטש אויך. האסט נישט גוט געזען.

די מעשה גייט נאך ווייטער, דער אנדערער משוגענער אויפ'ן באנק האט זיך אנגערופן "יא, דו האסט א שווער איז א זאלי, און מיין שווער איז זאלי אליינס. משוגענער! ווען אונז האב מיר ווען שווערס זיצן מיר אין משוגעים הויז?"

גאנציגער » 21/1/2010 19:07

ווי לעקסינגטאן שרייבט אין אן אנדערע אשכול קומט זיך קרעדיט פארן איגנארירן הויעך. וויל איך מיך דא געבן קרעדיט פארן איגנארירן לעקסינגטאן און אים בכלל נישט צוריקענטפערן.

rebyankel » 21/1/2010 19:15

איך שפיר מיך דא ממש ווי אינעם קינדערישען זאלי פארום

גאנציגער » 21/1/2010 19:25

דו שפירסט זיך דא אזויווי דו שפירסט זיך דארט? נו? דאפעלט איז שטערקער

לעקסינגטאן » 21/1/2010 19:58

רבי יאנקל, ס'טוט מיר וויי אייך צו זאגן אז רוב קינדערישע תגובות אין אונזער פארום ווערן געשריבן דורך אייך מיין האר

געדענק » 21/1/2010 20:31

לעקסינגטאן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
רבי יאנקל, ס'טוט מיר וויי אייך צו זאגן אז רוב קינדערישע תגובות אין אונזער פארום ווערן געשריבן דורך אייך מיין האר


און נישט נאר דאס... נאר דער רעב יאנקל איז אלץ ביזי מיטן זאגען ווי קינדיש "יענער" שרייבט,
און ווער ס'געפעלט אים נישט ווערט גלייך באטיטלט אלס א קווינס בחור,

רעב יענקל טייערע! איך מיין אז ס'איז געקומען די צייט אז זאלסט מופען פון דא!! שפירסט דיך סייווי יעדע פאר טאג ווי אין קינדערגארטען