צומתהגידין:
א ריקאל אדער יאכלו ענוים וישבעו (!)
דער ריקאל וואס די קרית יואל בית השחיטה האט געמאכט [בלית ברירה] איז געווען א עקסטרעם פרומע [רח"ל, דער רבי ז"ל האט דאך פיינט געהאט די עקסטרעמע, פרומע, פאנאטיקער, שווארצע, ווערעמיגע וכו'] שריט, לפנים לפנים לפנים משורת הדין. [גערעכט!! "דער בלאט" "דיןתורה" "גערעכטער" "יאנקעלע" און נאך פיל אנדערע האלטן אז מ'איז נישט מחוייב צו מאכן קיין ריקאל]
1) ווייל ס'איז א וודאי ממש אז ס'איז יא געווען מסורה'דיג. צוליב די עדות פון די שוחטים, [ווער? ר' נח גפן וועלכער האט תיכף געזאגט אז ס'האט יא געהאט שווארצע קעפ?], און צוליב די רעסיטס און אינוואויסעס וועלכע שטייט קלאר אז ס'איז פעקין. [און וואס איז געשטאנען אויף די רעסיטס ביי זשי ענד זשי?]
2) אויב ס'איז א ספק צי עס איז געווען מסורה'דיג איז עס ווייטער א ספק ספיקא. [פארוואס??????]
3) אפילו אויב עס וואלט נתברר געווארן אז ס'איז מוסקאווי ממש, איז עס אויך לויט רוב פוסקים [???] מותר לכתחילה. [און וועלכע פלאץ אין די וועלט עסט מען מוסקאווי, ווייל רוב פוסקים האלטן אזוי??]
4) אפילו מיר זאלן אננעמען אז מיר עסן עס נישט, [ס'איז בכלל א שאלה צו מיר עסן עס???] איז נישטא קיין שום ריקאל, איידער דער בירור איז קלאר. [קודם כל פארוואס?? אויב ס'איז א דא א ספק גמור פון טריפות, דארף מען נישט מאכן קיין ריקאל?? והשנית, דער בירור איז שוין קלאר אז ס'איז געווען!! די שאלה איז נאר צו ווי "דער בלאט" שרייבט אז ס'האט זיך אריינגעמישט, אדער ווי דער דעסטריביוטער האט געזאגט אז ער האט געשיקט א געהעריגע שיפמענט פון דעם]
יעצט אז מ'האט געמאכט א ריקאל, איז אינטרעסאנט צו ברענגען עטליכע דוגמאות פון סקאנדאלן אין די לעצטע יארן, ווען מ'האט אלץ [געמיינט אז מ'האט] געכאפט פראבלעמען, און וואס מ'האט געטאן דערצו.
1) בשנת תשל"ז בערך האט מערערע קאסטומערס געפינען אין די סאטמארער מצות גאנצע ווייצלעך. א זאך וואס לויטן מחמירים אויף געבראקטס איז עס ערנסטע שאלות.
עס איז געווארן א שטורעם.
און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
פארוואס טאקע??? האלטסט אז די דיינים [ובתוכם הגאון הגדול וכו' בעל אגלי דבש] האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט געבראקטס???
דרך אגב, איך האב נישט אזא גוטע זכרון, אבער אין הגדה דברי יואל ווי אויך אינעם מחזור [ווייטער פון די שונאים...] שטייט פונקט א פארקערטע מעשה, אז דער רבי זי"ע האט געהייסן מפרסם זיין אז מ'טאר נישט בראקן, כאטשיג מ'האט געטענה'ט מיטן רבי'ן אז ס'איז א ווייטע חשש, און ס'וועט ארויסקומען א גרויסע בזיון פאר סאטמאר אז ס'האט געקענט פארקומען אזא מכשול, האט דער רבי זי"ע באפוילן אז מ'זאל מפרסם זיין אז מ'טאר נישט בראקן.
2) אין תשל"ו האט דעברעצינער רב זצ"ל ארויסגעגעבן סקאנדאלן איבער אלגעמיינע חסידישע שחיטה (פון וואו סאטמר האט גענומען) אז מ'שחט צופיל עופות פער שעה, און אז ער האט פערזנליך געזעהן אז די שוחטים קענען נישט שפירן דעם חלף, ווייל מ'שטופט אריין פיל מער וויפיל מ'מעג לויט די הלכה.
ער האט ארויסגעגעבן קונטרסים און מסביר געווען די הלכה'דיגע פראבלעם.
עס איז געווארן א שטורעם.
און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
פארוואס טאקע??? האלטסטו אז די דיינים [וועלכע דיינים?? לכאו' די בעלי מכשירים, בתוכם אדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל] האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט טריפות???
אלא מאי, האבן די דיינים ורבני המכשירים מברר געווען אז די ערעור איז נישט ריכטיג, און מ'שחט נישט מער ווי מען מעג. [והא ראי', אז אין די "בית שחיטה מהודרת" שחט מען גארנישט ווייניגער אין א שעה, וואו אין די אנדערע בתי שחיטות אויף וועלכע די ערעור האט געזאלט זיין].
3) בשנת תשמ"א בערך ווען קאשויער רב האט מעיד געווען אז די סאטמארער פלייש געשעפט האט פארקויפט אן אומגגעטרייבערט שטיקל פלייש, און מ'האט געפונען דערויף חלב.
עס איז געווארן א שטורעם, חלב דאורייתא איז נישט קיין קלייניקייט.
דער שטורעם איז געווען עד לב השמים, עד היום הזה האבן אסאך אידן זיך פארגענומען נישט צו עסן קיין בשר בהמה, זינט דעמאלטס.
אבער די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
פארוואס טאקע??? האלטסט אז די דיינים [בפקודת הקודש של האדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל בליל יוהכ"פ, ובתוכם הגאון הגדול וכו' בעל אגלי דבש] האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט חלב דאורייתא???
נאר די תירוץ איז, די גאנצע ערעור איז געווען געבויעט אויף א מנקר פון ארץ ישראל, וועלכער האט געטענה'ט אז דארטן נעמט מען מער אראפ ווי דא. נו, איז דעמאלטס נתברר געווארן, אז דאס וואס מ'פירט זיך דא איז "אקוראט" אזוי ווי מ'האט זיך געפירט אין דער אלטער היים, וואו די סדר הניקור איז געווען אוועק געשטעלט דורך די גדולי אונגארן, אשר מפיהם אנו חיים. משא"כ אין ירושלים האט מען זיך געפירט אסאך חומרות אין ניקור, וועלכע שטאמט לכאו' פון די ספרדים, [וואו באקאנט איז די שחיטה אין ירושלים געווען אונטער די בעלות פון די ספרדים, וועלכע זענען געווען אין ירושלים פילע יארן פאר די אשכנזים די תלמידי הגר"א ותלמידי הבעש"ט וועלכע זענען געגאנגען קיין צפת און טבריא]. און ממילא האבן די רבנים געהאלטן גאנץ קלאר, אז מיר זענען נישט מחוייב מחמיר צו זיין אויף חומרות וועלכע אלע גדולי אונגארן האבן נישט מחמיר געווען, און געהאלטן פאר א לכתחלה שבלכתחלה.
א ודאי זענען דא ערליכע אידן, וועלכע זענען דאן געוואויר געווארן, אז אין ירושלים איז מען מחמיר אין ניקור, און דערפאר האבן זיי זינט דעמאלטס מער נישט געגעסן קיין בהמה פלייש, אבער דאס איז נישט קיין שום מחייב, אז מ'מוז דא מחמיר זיין אזוי ווי אין ירושלים.
4) בשנת תשמ"ו בערך איז מען געוואויר געווארן אויף א שוחט אז זיין מעסער איז געווען פגום, און זיין שחיטה איז ל"ע געווען נבילה ממש.
עס איז געווארן א שטורעם, נבילה איז א דאורייתא און איז נישט קיין קלייניקייט.
דער שטורעם איז געווען עד לב השמים, ווידער האבן זיך נאך א גרויסע צאל אידן פארגענומען נישט צו עסן קיין בשר בהמה, זינט דעמאלטס.
אבער די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
פארוואס טאקע??? האלטסט אז די דיינים [בפקודת הקודש של האדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל, ובתוכם הגאון מקארלסבורג שליט"א, דאן דומ"ץ קיט"ל ב"פ] האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט נבילה???
[ובמאמר המוסגר, האט מען אין די בוטשער אין קרית יואל, אויך ווייטער פארקויפט די פלייש אן קיין שום פראבלעם. וואו איז די ריקאל???? נבילה איז א דאורייתא!!!!!]
מ'מוז זאגן אז די דיינים הנ"ל האבן מברר געווען אז די רינון איז נישט ריכטיג, אנדערש קען נישט זיין אז אזעלכע גדולי ישראל זאלן מכשיר זיין נבילה דאורייתא. [ס'איז געווען נאך פאר תשנ"ט].
בדרך אגב, איז כדאי צו באמערקן, אז הרב מנירבאטור שליט"א האט דאן אראפגענומען זיין הכשר פון די גאנצע שחיטה פאר עטליכע וואכן, און א דאנק אים האט די או. יו. געלייגט פרעשור אויף די בעלי בתים, און מ'האט טאקע מעביר געווען יענעם שוחט פון שחט'ן, און נאר דאן האט ער צוריק געלייגט זיין הכשר, און מאותו היום האט ער מער נישט געטארט שחט'ן אין יענעם בית השחיטה, [ער האט נאר אנגעפירט די סדר השוחטים וכדו']. נאר וואו האט ער נאך יא געקענט שחטן?? ערב יוה"ק די כפרה פון האדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל [נאך פאר תשנ"ט, ואין הקב"ה מביא תקלה לצדיקים].
5) אין תשס"ז בערך האט מען געפינען א שטיקל "שומן" אדער חלב אויף אונזער פלייש. [למען הפונקטליכקייט, א חשש שומן אויף די לעבער, וואס ווער ס'קען אביסל א בהמה, ווייסט א די לעבער און די שומן קומען זיך בכלל נישט צוזאם, ס'איז נאר א געוויסע קרום וועלכע רירט אן די לעבער].
עס איז געווארן א שטורעם, חלב איז א דאורייתא [פריער שרייבסטו "שומן אדער חלב", שומן איז נישט קיין דאורייתא] און איז נישט קיין קלייניקייט.
דער משגיח האט זיך סותר געווען 4 מאל, און מ'האט אים געכאפט מיט אפענע שקרים.
אבער די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
פארוואס טאקע??? האלטסט אז די דיינים האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט חלב אדער שומן???
איך בין נישט אזוי באקאנט אין די פרטי הפרשה, און סדר הניקור קען איך אודאי נישט, [און דו אויך נישט..] אבער כמדומה לי, אז קיינער האט נישט געקענט אויפווייזן אז ס'רעדט זיך פון שומן וואס מ'איז מחוייב ע"פ הלכה אראפ צו נעמען, און אז מ'האט זיך אזוי געפירט אין דער אלטער היים. אודאי קען זיין אז אין ירושלים טוט מען יא אזוי, אבער ווי פריער געזאגט זענען מיר נישט מחוייב מחמיר צו זיין אויף חומרות וועלכע אלע גדולי אונגארן האבן נישט מחמיר געווען, און געהאלטן פאר א לכתחלה שבלכתחלה.
ווי אויך האט דער רב המכשיר ארויסגעגעבן א בריוו, וואו ער איז מסביר זיין שטעלונג אין דעם נושא, וואס ער האלט אז ס'איז נישט געווען קיין שום חשש. דו האלטסט אז ס'איז אסור? דעמאלטס עס נישט דערפון, אבער דער רב המכשיר איז בכח זיך צו חולק זיין אויף דיר.
6) אין תשס"ח בערך איז מען געוואויר געווארן אז די פלייש פון אוריגוויי האבן א שאלת טריפה, איבער די געלעכטערע כריסים.
מערערע משגיחים און רבנים [ווער?? יא! די צוויי באקאנטע האט ליינס, אמ"ג און נ"ר] זענען אראפגעפארן אהין זיך אומקוקן און אלע האבן מעיד געווען אז ס'איז שאלות דאורייתא'ס. [ס'איז שאלות, אדער ודאות, הייסט עס אז ס'איז נישט זיכער...]
עס איז געווארן א שטורעם, טריפה איז א דאורייתא און איז נישט קיין קלייניקייט.
ווידער האט זיך משגיח סותר געווען מערערע מאל, און מ'האט אים געכאפט מיט אפענע שקרים.
אבער די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
פארוואס טאקע??? האלטסט אז די דיינים האבן במזיד מכשיל געווען אידן מיט טריפות???
נאר די תירוץ איז, ווייל דער רב המכשיר האט געטענה'ט בתוקף אז מ'איז אלעס בודק, און וואס ס'טויג נישט נעמט מען נישט. והא ראי', הרב לנדא האט ווייטער געשחט'ן אין פארגוויי, כאטש די זעלבע מערערים האבן געשריגן אז דארט איז די זעלבע, ווי אויך איז כהיום יום פארהאן א שחיטה אין אורוגוויי בהשגחת הרמ"מ ווייסמאנדל [מיט וועמען קר"י רבי האט געוואלט גיין צוזאמען ביי די בהמה פלייש], און "אין פוצה פה ומצפצף". אלא מאי, אז דער רב המכשיר איז מעיד אז מ'איז בודק, האט ער דאס פולסטע נאמנות.
אין קרית יואל איז עמיצער אויפגעקומען מיט א שטות [יא א ודאי א שטות!!, די שטות פונעם בלאט צו מאכן פורים פונעם ציבור און פון זיך אליינס].
און די דיינים דארט האבן געמאכט א ריקאל... [נאכן האבן פרעשער צוויי וואכן פון די גאס, און פון רבנים וועלכע האבן נישט אריינגעלאזט זייער פלייש, בתוכם די או. יו. וועלכע האבן געסטראשעט נישט אריינצולאזן זייער פלייש ביז זיי זאגן קלאר וואס ס'גייט פאר, יא אדער ניין].
קומען מאנכע און שרייען העי. ער מאכט א ריקאל ! [נאך צוויי וואכן מאכן ליצנות, אז יענער האט געהאט, און אונז האב מיר אים געראטעוועט!!! קיינער זאגט נישט אז מ'דארף נישט מאכן קיין ריקאל, מ'זאגט נאר אז מ'האט עס געדארפט טוהן באצייטנס].
זיי זענען גערעכט.
ווייל די דיינים וואלטען געדארפט טאן וואס אלע האבן געטאן ביז היינט... [מברר זיין דעם אמת, און אויב שטעלט זיך ארויס אז ס'איז נישט ריכטיג, דאן זאלן זיי] שרייען יאכלו ענוים וישבעו ! [אבער ווילאנג זיי זענען נישט מברר להיתר, ומכש"כ ווען ס'איז נתברר געווארן פארקערט, דארפן זיי "שוין איינמאל" מאכן א ריקאל!!].
יעצט אז מ'האט זיך אריינגעלאזט אין די היסטאריע פון ריקאלס, איז אינטרעסאנט צו ברענגען נאך עטליכע דוגמאות פון סקאנדאלן אין די לעצטע יארן, ווען מ'האט אלץ געכאפט פראבלעמען, און וואס מ'האט געטאן דערצו.
1) בשנת תשנ"ד האט אויסגעבראכן א שטורעם אין ניו יארק, ס'איז נתברר געווארן אז מען אפערירט די קיען, און לויט דעם איז עס טריפה דאורייתא, און מ'טאר נישט טרונקען די מילך.
עס איז געווארן א שטורעם.
אין אלע אידישע צענטערן האט מען נישט געטרינקען קיין מילך יענע פאר טאג, ביז מ'האט ארויסגענומען פון די פארמס די אלע אפערירטע קוען.
אבער אין "די קרית יואל'ע מוסדות" האט מען ווייטער געגעבן צו טרינקן די "מהודרת" קרית יואל מילך [איר געדענקט נאך די קאמפאני], און ווי ס'איז שפעטער נתברר געווארן זענען דארטן געווען נאר אפערירטע קוען, [און די קאמפאני האט זיך טאקע אפגשפארט א וואך שפעטער].
און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
2) בשנת תשס"ז האט אויסגעבראכן א שטורעם, ס'איז געקומען מערערים און געטענה'ט, אז ווען מ'האט געשניטן די "בעסטע" ווייץ אין אריזאנע האט יא גערעגנט, ווי אויך איז נישט געווען קיין שמירה פון ווען די ווייץ זענען נגמר געווארן, [ס'איז געווען שבועות אינדערמיט]. ס'איז געווארן א שטורעם, חמץ איז א דאורייתא.
און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
די משגיחים האבן זיך סותר געווען מערערע מאל, ס'קען יא רעגענען אדער ס'קען נישט, מ'קען יא היטן די גאנצע פעלד אדער נישט, וכו' וכו'.
3) בשנת תשס"ח האט אויסגעבראכן א מעכטיגע שריפה אין די מצה בעקעריי אינערהאלב ת"ת קראלי, וועלכע איז דאן געווען אין די באזיץ פון די "צענטראלע קהל יטב לב", און לויט די עדות פון פילע צוקוקער איז כמעט לא ימלט אז ס'איז נישט נאס געווארן די מצות וועלכע זענען שוין דארט געליגן.
ס'איז געווארן א שטורעם, חמץ איז א דאורייתא.
ווי מ'איז שפעטער געוואויר געווארן, האט מען פארקויפט די מצות פאר ביליגער.
און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
4) בשנת תשס"ט האט אויסגעבראכן א שטורעם, ס'איז געקומען א משגיח פון לעיקוואוד, וועלכער האט אנטדעקט אז ס'איז דא פילע טריפות פון צומת הגידין אין די "בית השחיטה המהודרת".
ס'איז געווארן א שטורעם, טריפה איז א דאורייתא
קודם האט מען עס געלייקנט, מ'האט באשריבן אין "שולחן מלכים" א שמועס מיט הרב דונער פון לאנדאן איבער די עסן פון די עופות, נאר נאכדעם וואס דער שטורעם האט געשטורעמט אן אויפהער, האט מען אנגעהויבן צו בודק זיין, [ובתנאי, אז יעדער האט דער פראבלעם, און נאר איך בין בודק]. וואס איז געווארן מיט אלע עופות ביז יעצט? שא שטיל!!
און די דיינים האבן גע'פסקט: יאכלו ענוים וישבעו. מ'מאכט נישט קיין ריקאל.
ועוד היד נטויה
תוקן על ידי זיבענבערגן ב- 20/01/2010 09:18:33