| sybarit כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | פיר אויס אז למעשה האט מען גארנישט געטראפן אין נאר קרית יואל (מהודרת ?) האט די פראבלעם |
|
איך זעה די ווייסט נישט קיין פשוט'ע פאקטען
היינט צו טאגס, טרעפט מען אין ק''י אויך נישט קיין צומות הגידין......
פארט איז מען נאך אלס בודק סיי אין ק''י ווי מהר''א האט פארלאנגט, סיי אין סקווירא
דאס איז נישט מעגליך אז נאר די פארעם פין ווי ק''י נעמט זאל האבען געהאט די פראבעלם פין צומות הגידין
ווי שוין מערערע מאל ארויסגעברענגט דורך אסאך
יעדע בית השחיטה נעמט פין עטליכע אדער גאר צענדליגע פארעמס - פארשטייט זיך דורך איין סעילסמאן (אין רוב בית השחיט'ס שעכט מען טעגליך צווישען 25 אין 40 טויזענט עופות, אין קיין פארעם קען דאס נישט צישטעלן טעגליך)
עס איז לכערליך צו זאגען אז פינקט די אלע פארעם'ס פין ווי ק''י אין סקווירא האבען גענומען האבען געהאט די פראבעלם
קרית יואל האט עטליכע מאל גענומען פין די פארעמ'ס וואס וויינלאנד אדער G AND G האבען געזאגט אז זיי טרעפן נישט, אין פארט האבען זיי געטראפען דארט פיל מיט פראבלעמאטישע.
היינט צו טאגס ווען דער פראבעלם איז שוין פארראכטען, זעהט מען קלאר אז די פראבעלם איז געוועןן אין די העטשערי ביי די אייער, פין ווי 'אלע' פארעמ'ס נעמען, אין דארט האט מען עס פאראכטן, אין ס'האט גארנישט געהאט מיט די פארעם צו טוהן
יעדער פארשטייט אליין אז ק''י אין סקווירא זענען גרייט צו צאלען ענדערש מער געלט פאר בעסערע טשיקענס (אויב מ'קען ווען טרעפן) ווי איידער אויפהאלטען א פעיראל פין 9 בודקים אין ק''י אין 3 בודקים אין סקווירא וואס זאלען בודק זיין יעדע עוף.
וכו'