ווי עס ווערט באריכטעט דא אין בחדרי חרדים האט ש"ס געטוישט אירע אייגענע שטאטוטן כדי צו קענען ווערן א טייל פון דער ציוני'סטישער "הסתדרות" - די סאמע עלצטע ציוני'סטישע ארגאניזאציע וואס שטייט נאך ביזן היינטיגן טאג, און וואס איז נאך געגרינדעט געווארן דורכ'ן עוכר ישראל הערצל ימ"ש זעלבסט, מיטן ציל צו פארווירקליכן זיין רעיון פון א ציוני'סטישע מדינה!
ביזן היינטיגן טאג האט נאכנישט פאסירט אז א חרדי'שע ארגאניזאציע, בפרט אזא פראמינענטע ווי ש"ס, זאל זיך וואגן אפן צוזאמצושטעלן מיט די דאזיגע ארגאניזאציע, קעגן וועמען אגודת ישראל איז ארגינעל געגרינדעט געווארן! און דא איז שוין נישטא דער שאבלאנער תירוץ פון "מדינה שאני" מיט וואס זיי האבן זיך אלעמאל פארענטפערט פארן זיצן אין כנסת המינים.
צום וויפילטן מאל שטעלט זיך ארויס דער אפענער בליק פון אלע גאונים וקדושים זי"ע פון די פריערדיגע דורות וועלכע האבן אונז געווארנט אז דאס התחברות און מיטארבעטן מיט די רשעים וועט זיך נישט אפשטעלן דארט וואו די ארגינעלע מתחברים מיינען אז עס וועט. ישראל כשיורדין יורדין עד לעפר, רחמנא ליצלן.
מי יתן אז משיח זאל אונז שוין בקרוב אויסלייזן פון די פרייע ציונים און חרדי'שע ציונים, וילמדו תועים בינה.