קומענדיגן דינסטאג יאנואר 19 למס', קומט פאר א ספעציעלע פארמעסט איבער דעם זיץ פון דער באקאנטער ליבעראלער לייב, דער פארשטארבענער מאסאטשוסעס סענעטאר טעד קענעדי, דער אינגסטער ברידער פון דעם געוועזענעם פרעזידענט דזשאן עף.
אויף די דעמאקראטישער זייט לויפט די אטורני דזשענעראל קאוקלי, אויף די ריפובליקאנער זייט לויפט דער סטעיט סענעטאר סקאט בראון.

אין נארמאלע אומשטענדן וואלט דער זיץ געברויכט ווי אריינשווימען פון זיך אליין צו די דעמאקראטן, זינט דער סטעיט ווערט פארריפן אלס דער ליבעראלסטער סטעיט איבער די פאראייניגטע שטאטן.
אבער דער ריפובליקאנער קאנדידאט האט אריינגעטרעטן אינעם פארמעסט מיט א שארפער אטאקע קעגן דעם העלט קעיר ביל וואס האלט איצט ביי די לעצטע שטאפלען אריינצוגיין אין געזעץ, טענה'נדיג אז דער געזעץ וועט שלעכט אויסווירקן אויף דעם סטעיט. אויב זאל ער געוואונען, וועט ער זיין דער 41'סטער ריפובליקאנער סענעטאר, מיט וואס די ריפובליקאנער וועלן קענען פארמירן א פיליבאסטער. (עס איז צום גלייבן אז די דעמאקראטן וועלן שנעל דורכפירן דעם געזעץ אויב בראון געווינט.)
אבער קיינער קען נישט אונטער ברענגן א קאמפיין ווי דער קאנדידאט אליינס, א זאך וואס די דעמאקראטישער קאנדידאט האט טאקע געטון ווען זי האט זיך פאררעדט ביי א דעבאטע פארגאנגענעם מאנטאג, ווען מען האט גערעדט איבער אויסערן פאליסי, זאגענדיג אז אפגאניסטאן איז 'טעראריסטן ריין'. אזוי אויך האט זי נאך עטליכע מאל געלאזט פאלן אנדערע נער'ישע סטעיטמענטס.
די לעצטע אנקעטע איבערן פארמעסט, ארויסגעגעבן פארגאנגענעם פרייטאג, ווייזט אויף א שארף צוטיילטן פארמעסט. טראצדעם וואס די דעמאקראט האבן אויסגעגעבן אסאך מער געלט אינעם קאמפיין, קומט דער ריפובליקאנער בראון ארויס מיט 3 פראצענט העכער. 48% פאר בראון, 45% פאר קאוקלי, 2 פראצענט פאר דזשאסעף קענעדי (האט גארנישט מיט די פרעזידענטליכן פאמיליע) פון דעם ליבערטעריען פארטיי. 5% זענען נאך אומבאשלאסן.
די דעמאקראטן האבן אריינגעברענט א צאל דעמאקראטישע קאנאנען צום קאמפיין שטעגל, אריינגערעכנט פרעזידענט אבאמא, דער געוועזענער פרעזידענט קלינטאן, און דער אנדערער סענעטאר פונעם סטעיט דזשאן קערי. די ריפובליקאנער האבן געברענגט דער שארפער קאמפיינער דער געוועזענער מעיאר רודי דזשוליאני.
אויב דער ריפובליקאנער זאלן געווינען דעם זיץ, וועט דאס זיין א הילכיגער פראסק פאר די דעמאקראטן, אריינגערעכנט פרעזידענט אבאמא, וועלכער האט דאס פרעזענליך פארצייכנט אלס א גאר וויכטיגער זיץ.