לא יאומן כי יסופר!!!
עס איז נישט דא די ווערטער, די פענע בלייבט פשוט שטיין נישט קענענדיג ארויס ברענגען די שרעקליכע געמיינע נידיריגע ליצי ליצנות, וואס די זאליס טוען מיט מרן רבינו הקדוש והטהור בעל דברי יואל זי"ע.
די זאליס האבן געמאכט א גאנצער אפאראט, א פליג בלעטעל, אינטערנעט, טעלעפאן ליין, צו באיינפלוסען אלע ציונים, מחללי שבתים, פרייע אידן, א.ד.ג. אז זיי זאלן פראווענען אינאיינעם די גרויסען יאר טאג 60 יאר וואס רביה"ק זי"ע איז געקומען אויף אמעריקא, און זאלן שטיצען די זאלי גע'גנב'טע מוסדות.
די זאליס פרובירען מיט אלע כוחות אהער צו שטעלען רביה"ק זי"ע, אז ער איז געווען גענוי ווי שלמה קאלבאך!!!
רחמנא ליצלן!!!
פונעם ליצי ליצנות פליג בלעטעל, ווי זיי זענען מבזה רביה"ק זי"ע באופן נורא, האט איר דא א קאפיע, זיי טיילן דאס, און שיקן דאס אויף די פאסט פאר די אלע מיני אידן, און געוועזענע אידן, פארשטייט זיך אז עס ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט ח"ו, אז מרן רביה"ק האט לוחם געווען מיט מסירות נפש קעגן ציונות, והתבדלות, וכו', אפילו דאס אז ער האט לוחם געווען קעגן מחללי שבתים ווערט ח"ו אויך נישט דערמאנט.
אפען טעלעפאן ליין, הערט מען דרשות אויף ענגליש איבער וואספארא פיינער לאוולי מענטש רביה"ק זי"ע איז געווען, ווי שלמה קאלבאך, דער געלער בדחן - וואס רביה"ק זי"ע האט מרחק געווען - האלט דרשות אין ענגליש מיט פריש געבאקענע מעשיות, ווי אזוי רביה"ק זי"ע האט מקרב געווען אלע מיני אידן, כל צרוע וכל זב.
א גאנצער אפאראט אהער געשטעלט דורך די זאליס: רעבע זכרונו לברכה 2010!!
2010 איז דא א נייע רעבע זכרונו לברכה, א רעבע זכרונו לברכה וואס גייט בעטן געלט פון אלע ציונים, רייע אידן, מחללי שבתים, וכו', התבדלות אין גארביטש, די רעבע זכרונו לברכה איז געווען פונקט ווי שלמה קאלבאך!!! וואס האט ליב געהאט יעדער מחלל שבת, יעדער ציוני וכו'.
לויט ווי מען גיט איבער איז אריינגענומען געווארן אינעם קאמפיין דער ממלא מקום פון שלמה קאלבאך, יודא גרין.
אט אזא פנים שטעלן די זאליס די נייע: רעבע זכרונו לברכה 2010.
און מען איז נאך נישט פארטיג! נאך א ליצנות און פורים! דערצו קומט א קוויטל אויף ענגליש ווי די ציונים, מחללי שבתים, קענען שרייבן זייער נאמען, און דער ענגלישער קוויטל גייט מען לייגן ביים ציון הקדוש, ווי אויך גייט מען צינדען א ליכט ביים ציון הקדוש לטובת די נשמה פון די ציונים, פרייע אידן וכו'!!!
פארשטייט זיך אז די זאליס וועלן זיך ווייטער אנטאן דעם ריזיגען ביבער היא, און זיך איינקנייטשען אין צווייען, זיך איינציען די שטערן, און שרייען און ברעטשענען רעבע זכרונו לברכה...
יא אז 2010 רעבע זכרונו לברכה הייסט מיט מסירות נפש, און גאר געזאגט אז עס איז א מצוה... צו גיין אינעם טמא'נעם בג"ץ, און מען האט א רעבע אן ע"ה, א בארא פארקער רעבע, איז שוין נישט קיין קשיא אויף די זאליס.
פארשטייט זיך איז מיט דעם צעטיל פרובירען זיי אויך גרויס צו מאכן רז"ל ביי אלע ציונים פרייע אידן וכו'.
ווייל ביי ערליכע אידן בכלל און ביי חסידי סאטמאר בפרט, איז ער אויסגעשפילט, אראפגעקוקט, אפגעפרעגט, וואוסענדיג וואספארא ביטערע עם הארץ ער איז בפרט, און בכלל וואספארא קל ער איז, ער שפילט רבי מיט א ברייטע ביבער הוט, ער האט די גאנצע תורה אין דער ערד, ווי: בג"ץ, מסרב לדין, דשיגאן, גנב, ממליחה ואילך, עטרת בלעם, וכו', ממילא גייט ער זיכן איצט אז ביי די פרייע אידן זאל ער גרויס ווערן, און הערן וואס ער האט צו זאגן.
רייב זיך די אויגן, יא איר שלאפט נישט, איר זענט וואך, קוקט דאס!!!
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 17/01/2010 23:14:50