יעדער ווייסט אז צו פארדאנקען די מוסדות פון ר' אהרן אין ירושלים, איז נישט פאר ר' אהרן זעלבסט, און נישט פאר יצחק ראזענבערג און נישט פאר אנדערע אהרוני שישקעס, נאר פאר איין מענטש, ר' שמואל זאנוויל פאגעל, וואס שטייט צו די רעכטע האנט פון ר' אהרן נאך מיט 20 יאר, זייענדיג דער איינציגסטער "מיטעלמאן" וואס גייט אמת'דיג און פייער פאר זיין רבי'ן, אזש אז ווען ר' אהרן איז צובראכן איז ער אויך שרוי בצער, און אז ווען ר' אהרן איז שטארק בשמחה איז ער אויך בשמחה.
און אויב שרייבן די אהרונים אין ירושלים א טאוועל אויף זייערע מוסדות "בהתייסדות כ"ק וכו' זי"ע" זענען זיי ליגענער און בלאפער, ווייל זיי קענען רואיג שרייבן בנשיאות ר' שמואל זאנוויל פאגעל וועלכער האט עס אויפגעבויעט פון די ערשטע מינוט און שטייט ביים רידער עד עוצם היום הזה.
ר' שמואל זאנוויל האט זיך א תקופה באזעצט אין קרית יואל אין מאנארא, און איז ביז א האלבע ימאר צוריק געפארן וואוינען קיין ארץ ישראל, זיין צוריק פארן קיין ארץ ישראל איז געווען פארמיט מיט מיסטעריזקייט, קיינער האט נישט געוויסט פארוואס, אבער יודעי חן האבן געוויסט צו זאגן אז וואוינענדיג אין קרית יואל איז אריבערגעלאפן א שווארצע קאץ צווישן עם מיט דעם הויפט גבאי'ן חיים שלמה פישער, און זענען געווארן צווי אידן השונאין זה לזה, די סיבה דערפאר איז, ווייל ר' שמואל זאנוויל האט צוגעזען פון זיין פעטער דער יועץ פרטי אהרן מתתי' דייטש ווערט דערווייטערט פון די הויפט פאזיציע ביי ר' אהרן אינדערהיים, און חיים שלמה ווערט דער פולמאכטיגער בעלעבאס איבער אלעם,דעריבער אזוי ווי יעדעס מאל וואס ער איז אריין אל הקודש פנימה, האט ער זיך צוהאמפערט מיט חיים שלמה האט מען עם מייעץ געווען "גוטע ידידים" אז אויב וויסטו נישט אויסקוקן ווי ר' אורי שווארץ און ר' דוד פערל, ביטע פאר אהיים קיין ירושלים, און פון דארט פיר אן דיינע ברייטפארצווייגטע געשעפטן, וכך הוה, דער איד האט מקיים געווען די קלוגע עצה.
מיט דעם אלעם איז די באציאונגען פון ר' שמואל זאנוויל מיט חיים שלמה אנגעצויגן ביז גאר, און זיי פירן איינער קעגן צווייטן א שטילע פארמעסט וועלכע ענטהאלט אין זיך השמצות מיט אנדרייעריעען איינער אויפן צווייטן, וואס נעמט נישט קיין עק.
ווי באקאנט זונט ר' מענדל טייטלבוים'ס איידעם שיחי' לאויט"א איז געווען אין שפיטאל,קומט ר' מענדל צופארן יעדן יאר ווינטער אויף א שבת קיין מירון מיט די ירושליימער אהרונים, איך וועל נישט אריינגיין און דיסקוסירן דאס עצם שבת אין מירון מיט ר' מענדל וועלכע איז גאר אן ערענסטן פראייעקט פאר זיך, וועלכע עס ווערט געפראוועט יעדעס יאר בימי השובבי"ם מיט בכיות נוראות פון ר' מענדל איבער דעם חטא וכו'.
איך וועל צוקומען צום פוינט, דער שבת התאחדות מיט ר' מענדל אין מירון איז אויך איינע פון די פראייעקטן וואס ר' זאנוויל האט אנגעהיבן און איינגעפירט, וועלכע איז מאחד זייער קהלה, און ראטעוועט זיי אפ פון די רשעות'דיגע נעגל פון דעם רינדעכיגן יפו'ער שליבאוויץ'ער שיכור.
אבער חיים שלמה פישער טוט פאר זיינע אייגענע מאכט אינטרעסן פארפאקן די הייליגע מערכה, און האט באשלאסן מיטקומען קיין מירון צוזאמען מיט ר' מענדל, און ווייזן דערמיט פאר ר' שמואל זאנוויל פאגעל, אז אפילו אויף דעם שבת התאחדות איז אויך דא א בעלעבאס, און ער קומט צופארן צוזאמען מיט ר' מענדל.
וואס ר' שמואל זאנוייל פלאנט צו טאן ווייס איך נישט, אבער ווי איל הער פון זיינע נאנטע גייט ער נישט שווייגן.

תוקן על ידי סוג ב- 17/01/2010 16:35:02