דער עולם האט געהאט געוויסע קשיות און פליאות,
1. וואס איז געשעהן מיט נתין מנחם?
2. יאנקעלע האט שוין פין לאנג געזאגט אז ער איז בייז אויף אדמור שליטא, און גייט ארום רעדען אויף אים כל דבר מותר, פארוואס האט ער מסכים געווען צום כבוד?
3. אדמור שליטא האט ביז היינט געהאלטען א שתיקה אז ער שטייט אונטער די גאנצע אפעראט, די בני ביתו האבען פראבירט איינרעדען ווער עס האט נאר געוואלט הערען אז נתין מנחם טוט אלע שקאצעריי אויף די אייגענע האנט, וואס איז היינט געשעהן אז בפני קהל ועדה האט זיך אדמור שליטא אזוי צולאזט?
פארהאנען פארשידענע תירוצים, אזעלכע וואס זאגען אז נתין מנחם האט זיך געלאזט רעדען א שידוך, און די אנדערע צד האט זיך אויסגענומען נאר אויב ער הערט אויף מיט זיינע שטיק, מיט די טענה אז מען דארף זעהן אויב ער קען זיך איינהאלטען פין שלאגען. פארהאנען וואס ווייסען אז אדמור שליטא און נתין מנחם האבען זיך צוקריגט לעת עתה, ווייל אדמור שליטא האט געטענהט אז ער דארף שלאגען וועמען ער הייסט אים, און אדמור שליטא האט נישט מער נישט ווייניגער נאר פארלאנגט ער זאל שלאגען די רעבעצען פאר אים!!!! און דאס האט נתין מנחם געטענהט אז ער וויל נישט ווייל ער איז דאך א חסידעשער בחור. וועגען אדמור שליטא איז דא וואס זאגען אז ער האט מיט די קאפ צוטוהן, און אז עפעס איז געשעהן מיט זיינע פילען, ווייל פרייטאג אויף דער נאכט נאכען טיש איז ד"ר קאפפער גערופען געווארען לביתו נאבה קודש, און דער אמת אז מען שפעקלירט נאך, און ווער עס ווייסט די פשט זאל אזוי גוט זיין און זאגען, ווייל דער גאנצער עולם חידושט זיך, און מען וויל פשוט פארשטיין.