היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דעבאטע: וואס זאל בוני עולם סערווירן פיש אדער פלייש

דעבאטע: וואס זאל בוני עולם סערווירן פיש אדער פלייש

73 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2744815
בלאט: 1 2

דעקלעראציע » 12/1/2010 02:37

פאר די זאליס איז די וואך געפאלן א באמבע אינמיטן הוילען טאג
ווי שוין באריכטעט דא אויפן פארום האט פאפא מוסדות געמאכט די וואך זינטאג זייער יערליכע דינער
 אינעם עטרת אברהם זאל, זיי האבן פארלאנגט אז מען זאל געבן נאר קרית יואל פלייש.
 
יאנקי הירש פלעגט געבן קרית יואל פלייש אבער ער האט געסאטפט ווייל מען האט לעצטענס איבער געשריבן זיין
קאנטראקט, אין די זאליס האבן זיך אויס גענימען מיט אים אז ער טאר נישט אריין ברענגן קיין קרית יואל פלייש.
 
למעשה האט פאפא סערווירט " פיש " ביים דינער ווייל זיי עסן נישט קיין 82 פלייש.

ווי ס'שטעלט זיך ארויס א חוץ די זאליס וויל קיינער נישט עסן קיין 82 פלייש  נישט די
סאטאמאר אהרונים, פאפא, בעלזא, סקווירא, ווישניץ, קלויזנבורג, 
ביי רוב פין די עולם איז 82 פלייש פיגול אדער שטארק צווייפלהאטיג, הצד השווה שבהן מען וויל נישט עסן דאס פלייש.

בערך אין א 4 וואכן ארום פרשת משפטים גייט פארקומען אין זעלבן זאל די מסיבה לטובת בוני עולם
בוני עולם שטעלט צי גאר א רייכע סעודה מיט אלע ציגעהערן
יעצט טאמיר זאל בוני עולם געבן די פלייש וואס יאנקי הירש געט,  וועט אויס קומען נאר ארום 30 פראצענט זאל עסן די פלייש.

יעצט וויל איך וויסן וואס וואלט דער ציבור פארגעשלאגן אז בוני עולם זאל טיען ?

1) געבן נאר פיש ביים דינער.
2) ביידע סיי  82 פלייש אין מען זאל אויך סערווירן  פיש ווער ס'וויל נישט די פלייש.
3) בוני עולם זאל פארלאנגען אז קרית יואל פלייש זאל אויך סערווירס ווערן מיט 82 פלייש .


באלאנד » 12/1/2010 02:49

מיין שטימע זאגט, סערווירט פלייש וואס מען גיט אלץ, און ווער עס וויל נישט עסן די פלייש, זאל מען סערווירן שטרוי

allgood1s » 12/1/2010 02:51

נומבער 3) גלייב איך נישט עס איז מעיגליך במציאות ווייל וויאזוי וועט מען מאכען זיכער עס ווערט נישט אריינגעמישט 82 פלייש? און אויב יא ביידע פארוואס נישט אויך פאפא פלייש פאר די פאפא אידען?

allgood1s » 12/1/2010 02:57

באלאנד ער זאגט דאך אז מ'לאזט מער נישט סערווירען וואס מהאט אלץ געגעבען

א_דיבוק » 12/1/2010 03:17

דאס איז קלאר אז אויב וויל בוני עולם מאכן געלט זאלן זיי נישט סערווירן קיין פלייש וד"ל

באלאנד » 12/1/2010 03:19

ווי קלאר איז דאס?

באלאנד » 12/1/2010 03:19

דער וד"ל שרעקט מיך גראדע יא אפ...

ארגינעלער » 12/1/2010 03:25

איך האלט אז בוני עולם זאל געבן נאר פיש, אין טאמיר באלאנד האלט עס נישט אויס קען ער עסן שטרוי

אין איך האלט אז יעדער זאל פארלאנגען פין  בוני עולם, אדער וועם זיי געבן אנערן,  אז מען זאל נישט מכשיל זיין ציבור מיט פלייש וואס האט נישט קיין גוטע הכשר.

נישט פארגעסן בוני עולם איז גאר א וויכטגע צוועק, אין כשר פלייש איז אויך גאר וויכטיג.


 




תוקן על ידי ארגינעלער ב- 12/01/2010 03:27:45

א_דיבוק » 12/1/2010 03:31

פשוטע פאקט: ווען בוני עולם האט געמאכט זייער דינער אין קרית יואל איז נישט געווען אפילו איין עסקן פון די זאליס אלע מסיבות פאר דעם זענען געווען נאר פון אנ"ש און בשעת די מסיבה האט מען אויך געקענט זעהן ווי די זאליבעצנס זענען נאר געקומען פרעסן און געלט איז נאר געווען פון אנ"ש אלע רעסיטס פונעם דינער זענען נאר געווען פון אנ"ש און די גאר געלונגענע דזשורנאל ווי עס איז באערט געוואן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א מיט נאך עסקנים איז נאר געווען באגריסונגען פון אנ"ש
ע"כ אין וויליאמסבורג אויב וועט איר געבן פלייש וואס איז טריפה נאר ממליחה ואילך וד"ל

באלאנד » 12/1/2010 03:32

ארגינעלער איך האב שוין געמיינט אז בוני עולם גייט זוכה זיין צו א בויקאט פון דיר, אזוי ווי שומרי החומות,
וואס טאקע שומרי החומות זענען די הכנסות דראסטיש געפאלן זינט דיין בויקאט....

א_דיבוק » 12/1/2010 03:36

אז די ווילסט אויפברענגן שומרי החומות וועל איך דיר ענטפערן אז נישט אימזיסט האט נאך שומהח"מ נישט געמאכט אויס נשיא רבינו שליט"א נאר ווייל ער ווייסט אז אזוי קען ער נאך סוכ"ס פארדינען עפעס געלט פון די ערליכע סאטמטארע אידן ווייל אויב נישט וד"ל

גאנציגער » 12/1/2010 03:39

איך שטוין.

דעקלעראציע דיין שפלות האט מער נישט קיין גבול??? נעמסט אויף דיין אחריות אויב בוני עולם וועט נישט האבן די נויטיגע געלטער צו ברענגען אידישע קינדער אויף די וועלט? די טרערן פון אנשי שלומינו אינגעלייט צענדליגע יארן נאך די חתונה וואס זיי פארגיסן אן אויפהער איז טאקע כחומר ביד היוצר אין דיין בלוטיגע האנט?

איך קען ממש נישט פארשטיין וויאזוי מען מישט אריין בוני עולם דא אינעם שמעלץ טאפ.

דעקלעראציע, אן א שיעור אינגעלייט וואס דאווענען יעדע וואך אין בית מדרשינו אין וויליאמסבורג, זיי זענען זיך כסדר מסתופף בצל כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א און זענען זיך מער שואל עצה מיט אים ווי דו, שטייען מיט טרערן און די אויגן און שרייען:

דעקלעראציע, נעם אראפ דיינע רשעותדיגע לאפעס פון אונז! זיי נישט חס אויף כבוד בית סאטמאר אויף דיינע אייגענע אויסגעטראכטע וועגן, ווען ביי אונז מיינט דאס טייכן בלוט פון הארץ ארויס!

ארגינעלער » 12/1/2010 03:46

גאנציגער די שטוין נישט אזויפיל, איך בין מאמין באמונה שלימה די ביסט גרייט צי הרג'נען א יעדן א אהרויני
נישט נאר די נאר אלע זאליס שפיכות דמים מיט רציחה איז ביי ענק גאנגבאר .

חליש נישט אזוי פאר בוני עולם.

(דאקלערציע אז די ווילסט קענסטו אויך ענטפערן דעם האלביגען )

א_דיבוק » 12/1/2010 03:51

ארגינעלער !!!

גאנציגער » 12/1/2010 04:15

[quote]
חליש נישט אזוי פאר בוני עולם.
[/quote]

איך וואלט דיר צוריקגעשריבן אז דיין זון זאל דארפן צוקומען צו בוני עולם און וועלן מיר זען דעמאלטץ ווער עס זאל נישט חלשן. און לאמיר נישט רעדן פון דעם אז פילע אידישע שטובער מאנ"ש אריינגערעכנט פון גאר נאנטע בלוט און פלייש פון מרן רבינו שליט"א חלשן יא פאר בוני עולם.

אבער איך שטוין שוין טאקע נישט, איך בין מאמין באמונה שלימה אז דו ביסט בכלל נישט קיין איד, ביסט א פאלנער גוי.

13Hooper » 12/1/2010 04:25

 

 

איך האלט אז אלס א צייכען פין פראטעסט ווען איר גייט אויף א דינער אדער א שמחה אין עטרת אברהם זאל, אין מען געט פלייש ממליחה ואילך פין 82(אמאל האט די שוואכע 
השגחה געהייסען "999") זאל מען נישט ח"ו שטערן די שמחה נאר מען זאלנעמען די פארציע פלייש אין איבערדרייען עס אויף די אנדערע זייט אין אזוי  זאל עס צוריק גיין פין ווי עס איז געקימען

טאמער געניג עהרליכע יודען וועלען עס טיהן קען נאך געשעהן אז זיי וועלען אריין  ברענגען א CHOICE אין פרעגען וועלכע מען וויל רעגעלער אדער איבערגעדרייטע.







תוקן על ידי 13Hooper ב- 12/01/2010 04:47:35

באלאנד » 12/1/2010 04:38

א_דיבוק כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דאס איז קלאר אז אויב וויל בוני עולם מאכן געלט זאלן זיי נישט סערווירן קיין פלייש וד"ל


קומט אויס אז מען וועט בויקאטירן אויב זיי גייען געבן פלייש פון סאטמארער בוטשער. און דאס איז דער וד"ל.

לאמיר זיך נישט טינקען די קעפ ווי די בת היענה. זיי גייען זיך נישט רעכענען מיט הייד פארק. זיי גייען זיך נישט רעכענען מיט באהאלטענע ניקס. זיי מאכן גרויס געלט אנעדעם וואס דער דיבוק מיט אריגענעלער אינאיינעם זאלן געבן איין פיאסטער.

איצט לאגיש איז אזוי. אויב געבן זיי סאטמארער פלייש פון 82, האבן זיי קיינעם נישט וויי געטאן. מען צווינגט דאך נישט צו עסן, און קיין איין רב אויסער הייד פארק איז דאך נישט ארויסגעקומען אז דער פלייש האט דאס מינדעסטע פראבלעם. ממילא אויב איז איינער א פרומער און וויל נישט עסן די פלייש, זייער שיין און זייער וואויל, אזא סארט מענטש איז דאך אן איידעלער איד און ער וועט ח"ו נישט שפילן פאליטיק מיט אזא ארגאניזאציע.

אבער אויב זיי וועלן זיך יא רעכענען מיט די באהאלטענע ארימע שרייבערס פון הייד פארק, דעמאלט האבן זיי דירעקט געטשעפעט די זאלי קאמפאני און דאס וועלן זיי קיינמאל נישט טאן. פונקט ווי זיי וועלן אין קרית יואל נישט געבן בני יואל פלייש וועלן זיי אין וויליאמסבורג נישט טשעפען די זאלי קאמפאני.

זיי וועלן זיך נישט רעכענען מיט הייד פארק

זעליג_כהן » 12/1/2010 04:39

1000000000000000 הופער ברענגסט מיא ארויף געשמאקע זכרונות, אין ק''י ישיבה ווען מ'האמיר אפגעמאכט אז אינדיג'ס שבת-פיש אדער סתם א פרישטאג פון קעיז איז נישט צו אונזער גוסטע איז עס געגאנגען הופס אויף דער ערד. הייסט מ'טוט נאך דארט היינט אזוי....?

זעליג_כהן » 12/1/2010 04:42

אוי ווי גוט וועט זיין ווען אויפ'ן אויבן אן וועט זיין די בעיסוואטער רב'ס טעלער איבערגעדרייט.......



תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 12/01/2010 05:31:23

באלאנד » 12/1/2010 04:50

איך האלט ווי דו, 13הופער. איך האלט ביי יעדע שמחה זאלן זיך די גאנצע ארונים פארטיי אויפירן ווי משוגעים

באלאנד » 12/1/2010 07:01

איך האב יעצט גערעדט מיט אן אהרוני, זאגט ער מיר אז ס'קומט פרייליכע נעכט ביי די וויליאמסבורגע חתונות ווי מ'געט 82 פלייש, די עקטיוועטי גיייט זיך שוין אנהויבן ביי די זופ, יעדער אהרוני וואס גייט באקומען א טעלער טשיקן זופ גייט דאס גלייך איבערדרייען ס'וועט זיך גיסן זופ אויף די טישן, נאכדעם ביי די פלייש גייט זיין גאר פרייליך, טעלערס פלייש זענען ערוואטעט איבערגעדרייט צו ווערן אינגרויסן, הקיצור ס'קומט יום טוב....

13Hooper » 13/1/2010 05:21

נאר די פלייש זאל מען איבערדרייען נישט די טעלער
באלאנד דריי נישט אויס מיינע ווערטער

אינזער פלייש וועט מען איבערדרייען פארן שחטן (שחוטה מונחת)
ענקער נאכען שחטן

דעקלעראציע » 13/1/2010 14:47

גאנציגער טייערע קריך אראפ פין מיר, איך האב נישט גערעדט קיין ווארט וועגן געלט סך הכל איז בוני עולם א אינטערנאצינאלע ארגעזנאציע אין אלע שיכטן אין קרייזן קומען זיך דארט צאם
פארלאנג איך יושר אז יעדער איינער זאל זיך שפירן דארט באקוועם, אין בוני עולם דארף זיך דערצי צישטעלן.
.
אין איך בעט דיר ניץ מער נישט די גרויסע רויטע ווערטער ווייל די הרג'סט מיך פשוט דערמיט

לעקסינגטאן » 13/1/2010 15:05

זעליג_כהן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אוי ווי גוט וועט זיין ווען אויפ'ן אויבן אן וועט זיין די בעיסוואטער רב'ס טעלער איבערגעדרייט.......



תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 12/01/2010 05:31:23



זעליג זייט ווען סערווירט מען פלייש ביי א דינער??

rebyankel » 13/1/2010 17:55

באלאנד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דאס איז קלאר אז אויב וויל בוני עולם מאכן געלט זאלן זיי נישט סערווירן קיין פלייש וד"ל


קומט אויס אז מען וועט בויקאטירן אויב זיי גייען געבן פלייש פון סאטמארער בוטשער. און דאס איז דער וד"ל.

לאמיר זיך נישט טינקען די קעפ ווי די בת היענה. זיי גייען זיך נישט רעכענען מיט הייד פארק. זיי גייען זיך נישט רעכענען מיט באהאלטענע ניקס. זיי מאכן גרויס געלט אנעדעם וואס דער דיבוק מיט אריגענעלער אינאיינעם זאלן געבן איין פיאסטער.

איצט לאגיש איז אזוי. אויב געבן זיי סאטמארער פלייש פון 82, האבן זיי קיינעם נישט וויי געטאן. מען צווינגט דאך נישט צו עסן, און קיין איין רב אויסער הייד פארק איז דאך נישט ארויסגעקומען אז דער פלייש האט דאס מינדעסטע פראבלעם. ממילא אויב איז איינער א פרומער און וויל נישט עסן די פלייש, זייער שיין און זייער וואויל, אזא סארט מענטש איז דאך אן איידעלער איד און ער וועט ח"ו נישט שפילן פאליטיק מיט אזא ארגאניזאציע.

אבער אויב זיי וועלן זיך יא רעכענען מיט די באהאלטענע ארימע שרייבערס פון הייד פארק, דעמאלט האבן זיי דירעקט געטשעפעט די זאלי קאמפאני און דאס וועלן זיי קיינמאל נישט טאן. פונקט ווי זיי וועלן אין קרית יואל נישט געבן בני יואל פלייש וועלן זיי אין וויליאמסבורג נישט טשעפען די זאלי קאמפאני.

זיי וועלן זיך נישט רעכענען מיט הייד פארק


קומט אויס
אז פאפא האט זיך גערעכנט מיט היידפארק, אין אפיציעל דערקלערט קריג מיט די זאלי'ס פין היידפארק?

בוני עולם האט אלס פראבירט זיך צו האלטען נייטראל, אין פראבירט נישט צו טשעפען קיין שום צד אין סיי וועלכע מחלוקה,
לדוגמא, ר' שלמה באכנער איז די יערליכער מקבל פרס פין ביידע באבאווע צדדים
אין איך גלייב אז זיי וועלן דא אויך פראבירן, צו סעטלען אויף א וועג וואס יעדער איז ציפרידן

יעצט די סאטמערע האבען א פראבלעם צו עסן פין די מפוקפק'דיגע פלייש וואס עטרת אברהם שטעלט צו אבער זענען ציפרידן אז מ'גיבט פיש
די זאלי'ס האבען נישט קיין פראבלעם מיט פלייש (ליידער) אבער האבען אויך נישט קיין פראבלעם מיט די פיש
נו! פארוואס זאלען זיי נישט סערווירן קיין פיש, והכל על מקומו יבא בשלום?

ראפאגאש » 13/1/2010 18:04

וואס איז די דעבאטע דא?

דער בעל המכשיר ריח''מ שליט''א פון די 82 בוטשער, האט אליינס מעיד געווען אז ער גיבט נאר די השגחה ממליחה ואילך, משא''כ די שחיטה,ניקור,בדיקות,אד''ג, נעמט ער ''נישט קיין אחריות'',

אס אז 82 ניצט נישט קיין שטיין זאלץ, זייט דער עולם האט אנגעהויבען קופן פלייש און סאטמאר, האבן זיי געמיזט שניידען הוצאות, דאס איז א מציאות וואס קיינער לייקענט נישט,

אלזא איז די דאזיגע פלייש פינקט וואו או יו, פלייש, וואס א נארמאלער חסידישע יוד נעמט נישט און מויל,

ווען איר קימט אן צו א שמחה וואס איז פארהאן או יו פלייש נעמט איר עס און מויל? אוודאי נישט,
איר דרייט איבער דעם טיש? אוודאי נישט,
איר בעט מען זאל אייך געבן געהעריגע כשר פלייש? אוודאי נישט,

אלזא איר קימט אן צו א שמחה, וואס מען סערווירט די מליחה ואילך פלייש, מעכט נישט קיין רעש, נאר ריקט אוועק דעם טעלער, און עסט נישט, מען קען נישט איינטיילען פאר יענעם וואס צו טאן!

rebyankel » 13/1/2010 19:58

אין פאקט בוני עולם איז א מוסד וואס באלאנגט פאר כלל ישראל
אין עסקנים פין 'אלע' קרייזן ארבעטן אינאיינעם אז יעדער זאל זיך פילן היימיש ביים דינער
אין נישט אז ער קומט צו א דינער פין א שוואכערע קרייז ווי ער טאר נישט רורען די טעללער.

וויינשטאקל » 13/1/2010 21:26

ראפאגאש דו בוסט נישט גערעכט, איך האלט אז מ'דארף יא איבערדרייען די טעלערס אזוי ווי 13הופער זאגט, אזוי וועט דער מנובל יאנקי הירש זיך ברעכן און געבן א טשויס אדער די טריפה פלייש פון 82 אדער להבדיל די מהודרת פלייש פון די בית השחיטה אין קרית יואל

rebyankel » 13/1/2010 22:02

יענקי איז נישט אזוי משוגע צו לייגען אזא נערישע פאליסי
אין קאנטינענטל קען מען געהעריג געבן מהודר'דיגע פלייש

דאס איז לכאורה א תקנה פין 82 צו הייבן די סעילס פין די מממון ואליך בוטשער
וועלכע פאלט נעבעך טעגליך

נפל » 13/1/2010 22:14

נעבעך די אהרוינים פראבירן מיט אלע כוחות "להפוך הקערה על פיה"...

עס וועט ענק נישט העלפן, צומות הגידין מיט טריפה'נע קאטשקע ריקאל... די זאלי'ס האבן א שטערקערע סייעתא דשמי' ביי זיי מאכט זיך נישט די פראבלעמען. עטס קענט איבערדרייען ענקער טעלערס 7 מאל און זאגן ויהי נועם, ענקער מהדרת וועט ווייטער בלייבן מפוקפקת

allgood1s » 13/1/2010 22:28

די גויאישע פלייש געשעפטן האבען נאך א גרעסערע סד"ש ווי די זאליס, זיי האבען נאך קיינמאל נישט געהאט קיין שום שאלה...

rebyankel » 13/1/2010 23:36

כ'האף אז נאר ביי די פלייש פרעגן זיי נישט קיין שאלה
אויב נישט ר''ל

יעקב_בער1 » 14/1/2010 00:29

נישט שלעכט... א קלוגע וועג צו אדווערטייזן בוני עולם'ס דינער בחינם.
יעדער רעדט פון דעם, יעדער וועט קומען קוקן.

אבער צום ענין, בוני עולם איז צו א הייליגע מוסד אז עס זאל ווערן אריינגעמישט אויף סיי וועלכע וועג אין די סאטמארע פאליטיק.

לאמיר אלע געבן געלט פאר זיי, סיי אויב זיי וועלן געבן סאלאט, אדער זיפ אדער אפילו גארנישט

פאראלעל » 4/2/2010 01:54

וואס איז געבליבן ?

יעקב_בער1 » 4/2/2010 01:57

וואס'א חילוק וואס איז געבליבן. די PR שטיקל איז געלונגן, אבער נאך ווי

rebyankel » 8/2/2010 02:32

געדענקט 'אלע' היינט נאכט אין עטרת אברהם

דוד46 » 8/2/2010 02:35

די אהרונים פרובירן צו שפילן ווי "ביזנעס עס יודזשעל"... נאכן כאפן א מעכטיגן פראסק אין זייער פראוו צו שפילן פאליטיק מיט בוני עולם

אבי נישט אידן...

לעקסינגטאן » 8/2/2010 02:39

ס'גייט זיין היינט נאכט פיש ביים דינער !

דוד46 » 8/2/2010 02:45

אוי באשעפער, די אהרונים האבן אויסגעפירט, נישטא קיין פלייש...

rebyankel » 8/2/2010 03:00

דוד46 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די אהרונים פרובירן צו שפילן ווי "ביזנעס עס יודזשעל"... נאכן כאפן א מעכטיגן פראסק אין זייער פראוו צו שפילן פאליטיק מיט בוני עולם

אבי נישט אידן...


וואס איז די פראסק
אז די זאלי'ס האבען אליין'ס אריינגלייגט א קאפי פין א פאוסטער עד פין בוני עולם אין דער איד כדי צו בארויגען די קעלבלעך?
נעבעך!

לעקסינגטאן » 8/2/2010 03:35

הדא הוא דכתיב פיינע פיש האט מען געגעסן און אינעם יוד נישט אדווערטייזד

גאנציגער » 8/2/2010 07:53

עס טוט מיר זייער לייד צו מעלדן פאר אלע הויכגעשעצטע פאראויסזעהר, הייד פארק שרייבער, און אלעס ווייסער.

ביים בוני עולם דינער איז געווען סערווירט פיינע געבראטענע 82 טשיקן, באדערט מיט א "יאמי" געשמאקע סאוס, קיין שטיקל איז נישט איבערגעבליבן.

עס איז נישט סערווירט געווארן אלץ א "סייד דיש" אדער באהאלטענערהייט, די סערוועס זענען ארומגעגאנגען מיט ריזיגע טאצן און זיך דורכגעשטיפט דעם מאסן מענטשן, און ב"ה אנגעקומען צו יעדענס פלאץ, און אריינגעלייגט אין די גרויסע מעין דיש טעלער פרישע בריעדיגע 82 טשיקן.

ואתכם הסליחה.

גאנציגער » 8/2/2010 07:58

הדא הוא דכתיב... עני העלפ? איך קען נישט אליינס

דוד46 » 8/2/2010 21:45

איך האב זיך צוגעקוקט מיט געשמאק וויאזוי די אהרונים רוקן אריין גאנצעטע שטיקער פלייש מיט די השגחה פון די פעיראל דיינים...

rebyankel » 8/2/2010 22:02

נישט די ערשטע ספין
כ'געדענק נאך ווען דוד איז אויפגעקומען אז בוני עולם האט אריינגלייגט אין דער איד

קליפ » 8/2/2010 22:36

[בילד – נישט אפגעהיט]

קליפ » 8/2/2010 22:36

ר' שלמה באכנער הערט זיך צו מיט אינטערעס צו "ווי איז מיין קינד" געזינגען דורך
ר' הערשל דייטש

nochem » 8/2/2010 23:07

הרה"ח ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א הערט זיך אויך צו...

[בילד – נישט אפגעהיט]

קליפ » 9/2/2010 00:51

[בילד – נישט אפגעהיט]

קליפ » 9/2/2010 00:57

[בילד – נישט אפגעהיט]
בלאט: 1 2