הערט און שטוינט:
ווי באקאנט גייט ר' זלמן לייב אויסטיילן גרויסע געלטער פאר די מוסדות התורה אין ארץ ישראל וועלכע וועלן זיך צושטעלן צום טראסק און וועלן איהם מכבד זיין ווי ס'פאסט פאר'ן פאן טרעגער פון די קנאות קעגן די מלכות המינות (אויסער די בג"ץ הציוני..)
אצינד דרייט זיך א שמועה אז אין די גרויסע געלטער וועלן זיין אריינגערעכנט נישט מער און נישט ווייניגער..
די שווערע טויזנטער דאלאר'ן וואס רז"ל בא'גנב'ט שוין נאנט צו א יאהר פון די ארימע מלמדים און כלי קודש פון די סאטמאר'ע מוסדות אין בני ברק וואס זיי מיט זייערע משפחות הונגערן אויף ברויט און וואסער פשוטו כמשמעו
די אכזריות'דיגע גניבה פון די מלמדים אין ב"ב גייט שוין אן ווי באקאנט נאנט צו א יאהר זינט רז"ל האט באפוילן פאר זיינע אנהענגער טאלעהר און ווייס צו אפהאלטן די הכנסות פון די זאלן און די האטעל פון די מוסדות און אזוי ארום אפשטעלן די געלט-קוועלער פון די מלמדים און כלי קודש און זיי אפטריקענען ח"ו מיט הונגער הם ונשיהם ובניהם ובנותיהם רח"ל, און איצט גרייט זיך רז"ל צו מיטנעמען מיט זיך אט די גערויבטע געלטער און דאס אויסטיילן פאר די מוסדות אין ירושלים וועלכע שרייבן אונטער איהם צו אפגעבן די געפאדערטע כבוד און מלכות
די סאטמאר'ע מלמדים פון ב"ב וועלן נעבעך צוקוקן מיט הונגער און רייץ וויאזוי די מלמדים פון פארשידענע קרייזן אין ירושלים באזעטיגן זיך מיט זייער צוגערויבטע געלט
שומו שמים !!!