היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » יענקעלע11: געכאפט 2 קווינס בחורים באגנבענען הויזן

יענקעלע11: געכאפט 2 קווינס בחורים באגנבענען הויזן

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2744681

סקאטמאלען » 11/1/2010 18:50

אין סאטמאר בית המדרש אויף 10טע עוועניו, איז דא א גוי א ארבייטער
וואס קומט יעדן טאג, ער גייט אריין אין בוילער רום, (דארט האט ער זיין לאקער)
טיט זיך איבער און הייבט אן צו ארבייטן, די פאריגע וואך דאנערשטיג, דער גוי ארבייט
כרגיל און האט באקומען א טיפ פון א מתפלל אפאר דאלאר, ער גייט אראפ צים בוילער
רום און וויל אריין לייגן די פאר דאלאר אין זיין בערזל, ער גיט א קיק און זעהט אז
דאס בערזל איז ליידיג, ער איז זיכער געווען אז ווען ער האט זיך איבער געטוהן
איז דארט געווען 200 דאלאר, דער גוי האט געמאכט א ויצעקו, ער שרייט געוואלד
אז ער האט דארט געהאט 200 דאלאר וואס ער האט זיך אפגעשפארט און אז עמעצער
האט דאס געגנבעט, דער גוי האט געשריגן און געטומעלט אז ער דארף דאס געלט
פאר רענט, און אויב האט ער דאס נישט האט ער נישט ווי צו שלאפן, דער שמש ר' חיים
הערש פאלאטשעק נ''י האט עהם געגעבן קודם א הונדערטער ער זאל זיך בארוהיגן ער זאל
קודם ווייטער ארבייטן און עהם פארשפראכן אז מען וועט חוקר ודורש זיין און געוואויר ווערן ווער דער
גנב איז געווען, מען איז געגאנגען איבער קיקן די סעקיוריטי מאניטער ווידיאו פון בית המדרש 
זעהן צו מען זעהט דארט עפעס און צו מען קען געוואויר ווערן ווער דער גנב איז.

מורי ורבותי, שומי שמים, עס קומען צוויי קווינסער בחורים זיי גייען ארום פארקויפן א
ראפל פאר קרן חתנים דקווינס, מען האט זיי אויפגענומען בכבוד גדול, זיי נישט ארויס
געווארפן, מאנכע אידן האבן זיך אפילו באשטייערט און די דאזיגע צוויי בחורים גייען אראפ
און זיי האבן דרוכגעפירט די גניבה, פון ווי איך ווייס? וועט איר פרעגן! איך האב געזען א קאפי
פון דעם ווידיאו איך האב זייערע נעמען, מען זעט קלאר ווי איינער גיט אכט אז די גניבה זאל
געלינגען, און דער צווייטער גייט אריין אין בוילער רום אויף א  צוויי מינוט און ער קומט
ארויס מיט די הענט אין וועסטיל טאש און גיט א שמייכל און זיי שפאצירן אוועק כאילו לא הי',

זאל דאס זיין א מודעה ואזהרה פאר די צוויי בחורים, מען וויל אייך נישט מבזה זיין,
און מען וויל נישט מבזה זיין אייער משפחה, מען דארף צוריק דאס געלט, און אויב ביז
3 טאג באקומט מען נישט צוריק דאס געלט גייט מען שיקן דעם ווידיאו פאר די הנהלה
פון די קווינסער ישיבה און נאכער וועט מען טוהן וואס מען דארף צוטוהן, פון דעם קען יעדער זעהן
וואס פאר א פיינע בחורים עס לערנען אין קווינס,

עכ"ל פון יענקעלע11,

רשכבהגולם » 11/1/2010 19:14

גייט דאס זיין די ערשטע ספין באשריבן דורך פארמעגלך,
ביי די נעקסטע בריוו,
יא אמת נישט אמת,
כך ענשו של בדאין,
עטץ זענט אויף גארנישט באגלייבט,

נפל » 11/1/2010 19:30

בחורים גיבט אכטונג, א סיגארער אין די געגנט פון א אהרוינישער שול קען אייך קאסטן $200

די גאנצע אשכול איז סתם א פראוו צו עקסטארשענען געלט!

סך הכל איז א בחור אריין אין בוילער רום כאפן א ציגארעטל, דער צווייטער האט נישט געוואלט זיין רעקל זאל כאפן א גרוך האט ער געווארט אינדרויסן... והנה די בעקערס האבן א פרישע מעשה...

טראכטן » 11/1/2010 19:40

נפל, קווינס בחורים רייכערן?

נפל » 11/1/2010 20:08

אין א ישיבה פון 800 בחורים מאכט זיך אלעמאל אפאר יוצאי מן הכלל

געב א קוק, אין מאנרא איז דא 500 און מען רייכערט אין גרויסן

טראכטן » 11/1/2010 20:22

דיינע ציפערן אין די זייט געלייגט, אויב אזוי, ווי ביסטו אזוי זיכער אז די מעשה איז נישט אמת?

נפל » 11/1/2010 21:38

איך גיי נישט זאגן פון ווי איך ווייס.

אזוי פיל קען איך דיר יא זאגן יענקעלע\יונה איז מוחזק שקרן (אגב, ער האט פריער אליינס מודה געווען אז זיינע מעשיות זענען 'הייד פארק שקרים')

גערעכטער1 » 11/1/2010 23:05

לאמיר דא מאכן א וואט, ווער האלט אז מע זאל ארויף לייגן זייער פיקשעס אויף היידפארק אין ווער האלט אז ניין, נייפעלע וואס האלט אז די מעשה איז ליגענט וועט זיכער וואטען אז יא, סא אלע וואס האלטן אז סאיז שקר זאל וואטן אז מע זאל עס ארויף לייגן, במילא וועט מען נישט האבן קאן טענות צי די אהרונים, דע שענסטע פארט פין נייפעלעס תגיבה איז אז יענקעלע/יונה זענען מוחזק פאר שקרנים, גראדע האבן זיי א גיטן טרעק רעקארד, אין מיט וואס איז נייפעלע מוחזק?  

רשכבהגולם » 11/1/2010 23:10

אזוי ווי מיר זענן נישט קיין ארונים,
וועלן מיר נישט ווויטען ווען עס האנדלט זיך ספק ספיקא פון אידיש בלוט,
אמת נצחון איז זיס, אבער אידיש בלוט איז נישט,

רשכבהגולם » 11/1/2010 23:12

בפרט ווען עס האנדלט זיך און מענטשן וואס פאברעצירן וואס עס גליסט זיך זיי,

גערעכטער1 » 11/1/2010 23:14

סא האבן מיר איינער וואס האלט אז סקען יא זיין אמת! ווייל נייפעלע שראבט אז סאיז זיכער ליגענט.

רשכבהגולם » 11/1/2010 23:23

זאגען אויף זיכער אז עס איז יא אמת אדער נישט ווען מען האט דאס נישט געזען, דארף מען זיין אן ארויני,
נאר אז דער ארוני זאגט עס האט ער נישט קיין נאמנות דערויף,


גערעכטער1 » 12/1/2010 00:15

נו דאס איז די כוונה פינעם וואט, דע אהרונים גלייבן דאס אפילו זיי האבן דאס נישט גיזען, ווייל זיי ווייסן אז די קווינסער זענען עלול אויף דעם, אבער די זאליס גלייבן דאס נישט איז אפשר א פלאן דאס ארויף צי לייגן די זאליס זאלן אויך גלייבן, איך בין זיכער אז נייפעלע איז מסכים מיט מיר.

נפל » 12/1/2010 00:38

מסכים אויף וואס?

העלד » 12/1/2010 00:57

מען מעג זיך אפלערנען פון די קרית יואלע אידן שכנים פון קרית יואלער ישיבה וואס זיי ווערן לעצטנס
שטארק געפלאגט פון קאר גניבות אינמיטן די נאכט, וואס מערערע אפגעבריהטע פארציילן דאס פאר יעדן 

 אזש דער פאבליק סעיפטי האט שוין אויך גענומען שריט דערוועגן  
און איך  האב נאכנישט געזעהן דא  קיין איין ווארט דערוועגן

מען דארף לאזן די מנהלים פון ישיבה זיך ספראווען מיט זייערע צרה לייט
נישט נוצן דעם אינטערנעט דערפאר

rebyankel » 12/1/2010 01:23



תוקן על ידי rebyankel ב- 12/01/2010 01:24:38

kj1234 » 12/1/2010 22:24

העלד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מען מעג זיך אפלערנען פון די קרית יואלע אידן שכנים פון קרית יואלער ישיבה וואס זיי ווערן לעצטנס
שטארק געפלאגט פון קאר גניבות אינמיטן די נאכט, וואס מערערע אפגעבריהטע פארציילן דאס פאר יעדן 

 אזש דער פאבליק סעיפטי האט שוין אויך גענומען שריט דערוועגן  
און איך  האב נאכנישט געזעהן דא  קיין איין ווארט דערוועגן

מען דארף לאזן די מנהלים פון ישיבה זיך ספראווען מיט זייערע צרה לייט
נישט נוצן דעם אינטערנעט דערפאר

גערעכטער1 » 13/1/2010 01:43

איך מיין אז מעקען  זיך לערנען פין אינזער יענקעלע, דא שראבט ער אז ער האט א ווידיו פין צווי קווינס בחורים ווי זיי גנבענען געלט פין א גוי, וואס מיינט איר אויב די זאליס כאפן ווען צוויי בחורים פין קרית יואל מיט אזא גניבה, ווי לאנג וואלט געדארט דאס זאל זיין אויף היידפארק אין איך רעד שוין נישט פין די שמיץ וואס זיי וואלטן גיגאסן אויף יעדן, זיי וואלטן באשמיצט דעם רבין די מנהלי הישיבה אין אלע בחורים, אין דא דער יענקעלע שראבט נישט מער אין נישט ווייניגער אז ער פארלאנגט נאר די בחורים זאלן ציריק געבן דאס געלט, אין אויב נישט וועט ער שיקן דעם ווידיו פאר די מנהלים פין קווןינס, נישט אז מע גייט זיי באשמיצן נישט אז מע גייט דאס פאסטען נאר שיקן פאר די מנהלים, אדרבה ער שראבט אז ער וויל זיי נישט באשמיצן, דאס הייסט א בעל מידות, נישט ווי די זאליס וואס האבן זיך פארלייגט אויף א משפחה פאר דעם איינציגן חטא ווייל זיי זענען כולו קודש, קיינער פין די משפחה האט נישט כורע געווען לבעל, אין פאר דעים קימט זיי מע זאל זיי אזוי באשמיצן, קיקט דעם חיליק פין אהרונים צי די זאליס. כל הכבוד יענקעלע!!!

אגב, א זאלי זאגט מיר אז סאיז נישט קיין יושר, די אהרונים האבן איין לעפקאוויטש אין איין יאקאבאוויטש אין איין בראווער, אין די זאליס האבן נישט קאן איין מיטעלמאן,  אין ער זאגט אז פארדעם האט מען זיי באשמיצט.

רשכבהגולם » 13/1/2010 17:26

געלעכטער1
ווייז דאס פאר דיין ב"ב שמואל יונה, ער וועט דיר זיכער געבן א באנעס,

גערעכטער1 » 13/1/2010 17:43

ווער איז דער שמואל יונה וואס איז מיין בני בית? איך בין גרייט פאר א באונוס, אגב, גולם ביסט מחוליק מיט מיר? האלסטי נישט אז דער יענקעלע איז א דזענטלמאן?

וויכטיג » 13/1/2010 18:08

די מעשה קלעבט נישט א ווארט צו א ווארט, וויאזוי האבן די בחורים וואס זענען געקומען נאך געלט אין אפאר מינוט זיין דארטן שוין געוואוסט פונקטליך אז דער גוי טוישט הויזן, און ווי ס'ליגט ממש צו קענען מאכן אזא געלונגענע גניבה אין סעקונדעס.. קוקט אויס ווי נאך איינס פון די טויזנטער ארוינישע שקרים און העסליכע בלבולים וואס ווערן געבאקן און געבראטן טאג טעגליך אין היידפארק און אין די בלאטע אפיס..

ס'איז פשוט איינעם וואס האט געפערליך געשטאכן וואסערע געלונגענע אקציע די קרן חתנים שע"י ישיבה גדולה דסאטמאר האט אהערגעשטעלט בכמות ובאיכות, און ווי איידל די בחורים פירן זיך אויף איבעראל, און ועל כולנה אז די בחורים זענען געגאנגען נאך געלט אין "אלע" בתי מדרשים (חוץ אין פישמאןס לאט ביים גרעניץ פון נעיווי יארד) איז געקומען א דעפרעסטער צובראכענער וואס האט געהאט בויך שמערצן פון דעם, און ארויסגעגרעבצט א שיינע פרישע קאקאש קוגל, הייס ארויס פון אויוון..

גערעכטער1 » 13/1/2010 18:17

גראדע ביי מיר זעט יא אוס די מעשה אמת, אין אוף אזא קשיא זאגט דע וועלט א קשיא אוף א מעשה, וואלסט גיוואלט יענקעלע זאל ארויף לייגן דעם קליפ דא אויף היידפארק? אין דעמאלץ וועסטי יא גלייבן? אדער וועסטי זאגן אז מעהאט אליין ציזאמן גישטעלט דעם קליפ.

דיןתורה » 13/1/2010 18:20

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך מיין אז מעקען  זיך לערנען פין אינזער יענקעלע, דא שראבט ער אז ער האט א ווידיו פין צווי קווינס בחורים ווי זיי גנבענען געלט פין א גוי, וואס מיינט איר אויב די זאליס כאפן ווען צוויי בחורים פין קרית יואל מיט אזא גניבה, ווי לאנג וואלט געדארט דאס זאל זיין אויף היידפארק אין איך רעד שוין נישט פין די שמיץ וואס זיי וואלטן גיגאסן אויף יעדן, זיי וואלטן באשמיצט דעם רבין די מנהלי הישיבה אין אלע בחורים, אין דא דער יענקעלע שראבט נישט מער אין נישט ווייניגער אז ער פארלאנגט נאר די בחורים זאלן ציריק געבן דאס געלט, אין אויב נישט וועט ער שיקן דעם ווידיו פאר די מנהלים פין קווןינס, נישט אז מע גייט זיי באשמיצן נישט אז מע גייט דאס פאסטען נאר שיקן פאר די מנהלים, אדרבה ער שראבט אז ער וויל זיי נישט באשמיצן, דאס הייסט א בעל מידות, נישט ווי די זאליס וואס האבן זיך פארלייגט אויף א משפחה פאר דעם איינציגן חטא ווייל זיי זענען כולו קודש, קיינער פין די משפחה האט נישט כורע געווען לבעל, אין פאר דעים קימט זיי מע זאל זיי אזוי באשמיצן, קיקט דעם חיליק פין אהרונים צי די זאליס. כל הכבוד יענקעלע!!!

אגב, א זאלי זאגט מיר אז סאיז נישט קיין יושר, די אהרונים האבן איין לעפקאוויטש אין איין יאקאבאוויטש אין איין בראווער, אין די זאליס האבן נישט קאן איין מיטעלמאן,  אין ער זאגט אז פארדעם האט מען זיי באשמיצט.


גערעכט

נפל » 13/1/2010 18:50

הער אויף צו האקן אין טשייניק, ער האט נישט אזא ווידיאו! ער איז א שקרן!

moishe12 » 13/1/2010 19:01

זאג קלאר די האסט עפעס א באווייז אז זיי נעמען צי די געלט אדער די האסט אפשר נאר דאס אז איינער גייט אריין אין בוילער רום
אין נישט פארגעסען די בילדונג איז אויך א ישיבה פין אלכסנדר מיט 300 בחורים אין זיי דרייען זיך אויך אינעם גאנצען בילדינג
אויב האסטי קלארע באווייזען ווי דער בחור גייט אריין אין נעמט דאס געלט זאג אזוי נישט מאך א גאנצע דרייעניש דא

גערעכטער1 » 13/1/2010 19:05

נייפל אין משהעלע שרייבטץ ארויס אפן אז מע זאל ארויף לייגן דעם ווידיו, איך האלט אז אויב איז דא פרעשער וועט מען ארויף לייגן דעם ווידיו, איך ווייס אויף 100% אז דער ווידיו איז דא, אין מע זעט קלאר ווער דע בחורים זענען, אלזא לאמיר זען, האטץ גאטס אין פארלאנגטץ די אהרונים זאלן דאס מפרסם זיין,

רבינחום » 13/1/2010 22:15

דא איז געווען א ווידיאו פון איינער וואס לייגט אריין געלט און פושקע אין ציון הקדוש פון סאטמארער רבי זיעועכי"א אין דער וואס לייגט עס ארויף שרייט אז דארט דארף מען קענען זען ווי יענער פרובירט אויפצוברעכן דעם פושקע.

מן הסתם אין יעצטיגן ווידיאו זעט מען אויך א סאטמארער בחור אריינגיין אין ארויסגיין אין די וואס קענען ליינען צווישען די שורות  קענען דארט זען א בחור לקחנט


תוקן על ידי רבינחום ב- 13/01/2010 22:15:01

רשכבהגולם » 13/1/2010 23:32

און די שכינת'דיגן פארום,
איז געווען א גאנצע מעשה אויף הרב ר' יצחק שטיין שליט"א
אז ער האט געשיקט א בחור ער זאל עם ברענגען א פעקל פון די ק"י קאטשקעס פון זייער באטשער און בארא פארק,
עס האט מיר אויס געזען אזוי ווי אלע זייערע מעשיות,
מיט אמאל כאפט מיר אן א שרעק, וואס איז, איך זע אז זיי האבן ארויף געלייגט א פיקטשער, 
אבער איך שטיי, און איך זיך, וואס מען זעט דא אויפן פיקטשער,
ווי אזוי איך וואלט מיך פארגעשטעלט אז אזא פיקטשער דארף אויס זען,
זע איך דא נאר א פיקטשער פון א פשוט שטיקל פלייש,
איך קוק אויף דע זייט און אויף די אנדערע זייט, מער ווי א פעקל פלייש זע איך נישט,

רשכבהגולם » 13/1/2010 23:38

נישט מער און נישט ווייניגער,
זע איך עס הייבט זיך דארט אן א וויכיח,
איינער שרייבט,
ווער זאגט דיר ווען מען האט גענימען די פיקטשער, און ער בעט פראוו דערויף,
און דער צווייטער ברענגט טאקע פראוו,
מען קען אויף דעם זאגן אין קץ לדברי רוח, און אן נזקקין צי אלע זייערע מעשיות, 

moishe12 » 15/1/2010 03:06

 קאנפירעמד מיטען גבאי אין 10 עס האט גארנישט מיט ר" זלמן לייב ישיבה די גאנצע מעשה אין מען קען אויך נישט זען קלאר ווער די בחורים זענען אין דאס געלט איז שוין אנגעקימען צירוק

גערעכטער1 » 15/1/2010 17:12

moishe12 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 קאנפירעמד מיטען גבאי אין 10 עס האט גארנישט מיט ר" זלמן לייב ישיבה די גאנצע מעשה אין מען קען אויך נישט זען קלאר ווער די בחורים זענען אין דאס געלט איז שוין אנגעקימען צירוק

 
איך האב היינט גידאווענט אין 10טע עוו. אין איך פרעג דעם גבאי וואס ער זאגט צי משהלעס סטעיטמענט אז דאס איז נישט קווינסער בחורים אין אז מען האט שוין ציריק די געלט, זאגט ער מיר אז משהלע איז 1/3 גירעכט אין 2/3 שקרן, ווייל אויף דעם ווידיו זעט מען קלאר ווער די בחורים זענען אין זיי זענען יא קווינסער בחורים אין זיי האבן זיך טאקע שטארק דערשראקן אין שנעל אפגישיקט דאס געלט,

יוסףמאיר » 17/1/2010 21:28

נו לייג שוין ארויף די ווידיאו

אין אז די ווילסט מיר פארקויפען אז די האסט רחמות אויף דע בחורים קענסטו אויסמעקן זייער פנימער מען זאל כאטש זעין צו דיין מעשה האט מער הענט און פיס פון דע אויפברעכן פושקעס ביים ציון צו דעם ביליד פונעם פעקל פלייש

א חברה לייצים

גערעכטער1 » 17/1/2010 21:36

סי פעלט שוין נישט אויס ארויף צי לייגן דעם ווידיו ווייל משהלע האט קאנפירעמט אז זיי האבן שוין ציריק גישיקט דאס געלט. אין אויב גלייבסטי נישט קענסטי פרעגן נפתלי בלומענפעלד, ער האט גיזען דעם ווידיו אין האט שנעל ציריק גישיקט דאס געלט, אין סאיז אמת אז די בחורים האבן גארנישט מיט ר' זלמן לייב ווייל 90 פראצענט פין קווינס בחורים האבן גאנישט מיט ר' זלמן לייב.

יוסףמאיר » 17/1/2010 22:16

נישט דא קיין מוישעלע אין עס איז נישט דא קיין יענקעלע

עס איז נישט פורים אין וואס היידפארק ניק'ס שרייבען זענען ביי מיר אין ביי רוב נארמאלע מענטשען נישט ווערט לצור ע"פ צלוחית.

ברענג זאפארט דעם ווידיאו אז נישט האט עס אזא פנים ווי רוב ענקערע מעשיות

גערעכטער1 » 17/1/2010 22:46

האסט גיריפן ר' נפתלטשע בלומענפעלד? ער האט דאס גיזען!

יוסףמאיר » 18/1/2010 00:19

איך האב אים גערופען אין ער ווייסט אפילו נישט וואס איך וויל פון אים

גלייבסט מיר נישט? כאילו די האסט יא נאמנות.

אז די ווילסט עס נישט ארויפלייגען איז עס ווייל די האסט אזא ווידיאו ווי די בילד פון די פלייש

moishe12 » 18/1/2010 01:30

איך שטעל זיך צי צים בקשה
 כת השקרנים העולמי לייג עס זאפארט ארויף