איז שוין אמאל געווען אין די היסטאריע פין כלל ישראל, אז די שוואכע בקצה המחנה זאלען האבען די עזות חוזק צי מאכען פון אזא ערליכע גאטפארכטיגע משפחה וואס פירט זיך מיט אזא שטאלץ אויפען אלטען אויסגעטרעטנם דרך ישראל סבא מיט אן תמימות אין ישרות, ס'ווייזט נאכעמאל מיט וואס פארא כת מהאט ליידער ציטון וואס וועלען זיך פאר גארנישט אפשטעלען, אין שרייבען אפיציעל אינז מאכען חוזק פין ישרות, פון ערליכקייט, פון שמע בני מוסר אביך, רח"ל זיך אנרייצען עס איז שוין נייע צייטען ווארפטס שוין אוועק די אלטע תמימות, לכאורה איז אביסעל שווער צי פארשטיין וואס דער געמיינער שרייבער צילט דא מיט זיין גיפטיגע השחתה אין ליצנות ער רעדט זיך לכאורה נישט איין פאר א מינוט אז עס וועט אים געלונגען אריבער צישלעפן פון די משפחה אפי' געציילטע צי די נידריגע כת מיט ליצונת אין שאטנזירונג, אז זיי זאלען זיך נעמען מלעיג זיין על תורה ולומדיה ח"ו פין איין מינוט אויפען צווייטען, אדער זאלען זיי זיך נעמען ארעסטירען אין יו"ט אידען ח"ו, [אויך א מעשה פין ר' שמואל ווידער, מ'האט קיינמאל נישט איינגעשפארט 26 אידען בעצם יו"ט, אין מ'האט זיי קיינמאל נישט געקלאגט אין די געריכטען, קיינער פון זייער כת האט נישט אינטרגעשריבען אין יו"ט מיט א פעדער אן ארעסט באפעל,-אוי מאכט ער מעשיות- ] ער האלט דאך אויך נישט-לכאורה-[ער האט דאך זייער א הויכען איי קיו] אז מווארפט אוועק די קנאות פלוצלינג אין זיי גייען גיין צי די ציוניסטשן קארט זיך אויסציגלייכען ווען מ'האט א סיכסוך שומו שמים אין זיי זאלען גרייט זיין צי באקומען דין מסור רח"ל נאר כדי זייער איי קיו זאל ווערען געמאסטען אביסעלע העכער ביי די פינסטערע כת, ער ווייסט דאך אויכעט אז זיי זענען שטאלץ מיט אידישקייט אין מיט די תורה. ניין דאס קוקט נישט אויס ווי א בלויזער מיסיאנערישער שטיק אזא מין פארוואס מען ווערט גיט באצאלט, אין בכלל דארף מען פארשטיין טאמער זייער איי קיו איז אונטער זיראו [פארן נישט וועלען מיטגיין אין שפאן מיט די השחתה] וואס שטייט ער אין ווארט מיט זיי, וועלעכער קליגער מענטש פראבירט זיך צי טענה'ן מיט א צוויי יעריג קינד אין נאך שרייבען גאנצערטע בריווען, מיט אזא הויעכן אינטעליגנציע. ,אין פארגעשריטענקייט. אין טאמער האט ער יא ליגענט געזאגט אין האלט עכט נאך יא אז זייער נידריגען איי קיו איז שוין גארנישט אזוי זיראו דאן רעדט ער זיך איין אז א נארמאלער מענטש כאפט נישט לעכרליכקייט אז יא, ר' שמואל ווידער נ"י רעדט זיי כסדר איין מעשיות אז עטרת אברהם מאכט נישט אויסגעהאלטענע חתונות אין אז זיי האבען אויסגעריסען פיאות פון איינעם וואס איז געקומען צום ברך משה זי"ע אין קעמפ, אין עפעס א געבאקענע מעשה אז יוסל וואלדמאן האט זיך אויפגעשטעלט פאר די טרייפענע טעלעוויזיע באשמוצען ערליכע אידען, -מדמה זיין אדמו"ר מסאטמר זי"ע צי כו.. פאר 60 מיליאן גוים רח"ל, [פארפאלען ר' שמואל האט די פאך] אין די סיבה פארוואס מ'גלייבט עס, איז נישט ווייל די כת פראקצעטירען די השחתות אויפען נאר ווייל מרעדט זיי גיט איין, דער ר' שמואל האט אויסגעטראפען אז די כת האט אריינגעברענגט הינט אין כולל רח"ל פאר אימשילדיגע אינגעלייט אבער באמת איז די מעשה נישט געווען קיינער געדענקט עס נישט ס'איז נישט דא קיין בילדער די לומדי כולל האבען נישט געהאט קיין צער, נארמאלע באזעסענע מענטשן האבען זיך דעמאלטס נישט אפגעלאזט אין אפגעשאקעלט פין די כת עה סתם ר' שמואל'ס מעשיות. האלט טאקע די געמיינער לץ, אז א מענטש מיט אביסעל שכל אין מח כאפט טאקע נישט אז ר' שמואל איז נאר א מעשיות מאכער א שרייבער קענסט אים נישט גלייבען אבער איך א זאלי מיך זאלסטו גלייבען איך מאך נישט קיין מעשיות איך בין נישט סתם עפעס א הייד פארק שרייבערל איך ווייס וואס איך רעדט איך מיין דאך נאר ענקער טובה וואס מיינט דער לץ מ'כאפט נישט זיין ביליגער פרוב ער האלט טאקע אז מ'מיינט אז דא שרייבט א דיין אין נישט א ביליגער הייד פארק שרייבערל א פוסטער לץ וואס באקט מעשיות אין לשון הרע'ס אויף ערליכע אידן א יעדן שטיק צייט. אלא מאי קען גאר זיין .ניין. ער מיינט נישט אינגאנצן אז די משפחה מיוחסת -אדער אנדערע ערליכע משפחות- (ער ווייסט ניטעמאל פון די חשוב'ה משפחת גרינוואלד וואס איז אויך א געוואלדיגע שטאלץ און מוסטער פאר סאטמער אין פאר אלא ערליכע אידען צי קוקען אן נאכמאכען) גלייבן צי קוקן אפי' זיינע גיפטיגע שרייבעריי[וואס זיינע דירעקטע משלחים האבן געהאלפען אויסארבעטען] ער מיינט גאר צי פארתמ'ן די קעפ פון געציילטע אידען נאכשלעפערס פון די כת וואס טיט נאך אמאל וויי ווי מזעט וויאזוי מ'ארעסטירט אימשילדיגע אידען בעצם אזא הייליגע יו"ט מיט פאליצייאישע ווענס טראגט מען זיי ליידער אריין אין די ערגסטע תפיסות צי די גרויס צער פון די משפחות, די נאכשלעפערס האבען נאך אביסעל קשיות איוף די פירערס פון די כת הידועה, במילא מוז ער זיי פארסאמען מיט נאך א דאזע ליצנות, אין אונטער נעמען אזא געמיינער טאקטיק ווי מאכען ליצנות פון א אימשילדיגע ערליכע משפחה צי ווייזען פאר די געציילטע נאכשלעפערס קוקטס אן וואס מ'גייט מאכען פון ענק אויב עטץ גייט'ס נאך האבען ספיקות אין די כת השחתה מ'וועט גיט ליצנות מאכען פון ענק אונז וועלן מאכען פראפעגאנדע מיט ביליגע שרייבערלך, אז עטץ זענטץ טיפשים מיט אן נידריגען איי קיו. הו וועט עטץ זיין א חוזק בעסער זאלט איר גלייבען אין אונזערע לשון הרע'ס אין שמוץ דאן ועט איר הייסען חברה, אבער אויב נישט וועלען מיר נעמען הייד פארק שרייבער'ס אין ביטער ליצונות מאכען פון ענק פארען נישט גלייבען אלע לאקשען וואס אונז טרייען צי פארקויפן א יעדען טאג אויף סאטמער אזוי געניט איך ווייס נישט וואספארא איי קיו זייערע פארסאמטע קעלבלעך האבען נאך ליידער נאכדעם וואס מ'פיטערט זיי טאג טעגליך אזאלעכע שטותים אין געבעקסן ליצנות אין שקרים, אבער אפשר וועלען זיי איין טאג דאך איינזען אין וואס פארא בלאטע מ'האט זיי אריינגעפירט נעבאך מיט גיפטיגע דעמאגאגיע אין פראפעגאנדע יארען שוין ווער ווייסט. מ'טאר ח"ו נישט לאכען פין די אלע אריינגעשלאפטע זיי זענן נעבך א ביטערע רחמנות זאל זיי אודאי די אייבישטער העלפן ארויס קריכן פון דארטען. -אין נישט אזוי פיינט האבען ערליכע גאטפארכטיגע אידן,- אין זאלען אודאי נישט העלפען שטיפן די מרכבה פון אזא ביטערע מחלוקה אין אזאלעכע וואס גייען ליידער ליידער אין די טרייפענע בג"צ שומו שמים.