היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » קרן חתנים ד'סאטמאר וו''ב גליקליכע געווינער 50,000 $!!

קרן חתנים ד'סאטמאר וו''ב גליקליכע געווינער 50,000 $!!

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2744414

זעליג_כהן » 11/1/2010 05:23

קליקט דא צו קויפן, און געווינען היינט נאכט 50,000 $
http://jewishraffles.org/storeCart

*
און צוויי שעה קומט פאר די גורל אויף פיפציג טויזענט דאלער. קויפט יעצט די ראפל פון קרן חתנים דסאטמאר. 
די געווינערס וועט געמאלדען ווערן אויף טעקסט גלייך נאכן גורל. צו באקומען די טעקסט שיקט יעצט צו 40404 די ווארט follow satmarHQ''  


תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 11/01/2010 05:26:06

קריסטאל » 11/1/2010 06:02

אינטערנעט אין טעקסט

פשי, אזא פיינע ישיבה

ערענסטער » 11/1/2010 06:11

אבי מזאגט אז קווינס בחורים [שרייבען] אדווערטייזען זיך אויף הייד פארק 

יענקעלע11 » 11/1/2010 18:36

יא, אמת, די קווינסער בויעס זענען זייער פיינע בחורים,
זיי זענען הולכים בדרכי רבם, במלא מובן המילה,
אזוי ווי זייער רבי האט זיי אויסגעלערנט אז גניבה איז נישט
קיין עבירה, להיפוך ס'איז גאר א מצוה חשובה, זענען זיי דאס
מקיים ווי נאר זיי קענען.

אין סאטמאר בית המדרש אויף 10טע עוועניו, איז דא א גוי א ארבייטער
וואס קומט יעדן טאג, ער גייט אריין אין בוילער רום, (דארט האט ער זיין לאקער)
טיט זיך איבער און הייבט אן צו ארבייטן, די פאריגע וואך דאנערשטיג, דער גוי ארבייט
כרגיל און האט באקומען א טיפ פון א מתפלל אפאר דאלאר, ער גייט אראפ צים בוילער
רום און וויל אריין לייגן די פאר דאלאר אין זיין בערזל, ער גיט א קיק און זעהט אז
דאס בערזל איז ליידיג, ער איז זיכער געווען אז ווען ער האט זיך איבער געטוהן
איז דארט געווען 200 דאלאר, דער גוי האט געמאכט א ויצעקו, ער שרייט געוואלד
אז ער האט דארט געהאט 200 דאלאר וואס ער האט זיך אפגעשפארט און אז עמעצער
האט דאס געגנבעט, דער גוי האט געשריגן און געטומעלט אז ער דארף דאס געלט
פאר רענט, און אויב האט ער דאס נישט האט ער נישט ווי צו שלאפן, דער שמש ר' חיים
הערש פאלאטשעק נ''י האט עהם געגעבן קודם א הונדערטער ער זאל זיך בארוהיגן ער זאל
קודם ווייטער ארבייטן און עהם פארשפראכן אז מען וועט חוקר ודורש זיין און געוואויר ווערן ווער דער
גנב איז געווען, מען איז געגאנגען איבער קיקן די סעקיוריטי מאניטער ווידיאו פון בית המדרש 
זעהן צו מען זעהט דארט עפעס און צו מען קען געוואויר ווערן ווער דער גנב איז.

מורי ורבותי, שומי שמים, עס קומען צוויי קווינסער בחורים זיי גייען ארום פארקויפן א
ראפל פאר קרן חתנים דקווינס, מען האט זיי אויפגענומען בכבוד גדול, זיי נישט ארויס
געווארפן, מאנכע אידן האבן זיך אפילו באשטייערט און די דאזיגע צוויי בחורים גייען אראפ
און זיי האבן דרוכגעפירט די גניבה, פון ווי איך ווייס? וועט איר פרעגן! איך האב געזען א קאפי
פון דעם ווידיאו איך האב זייערע נעמען, מען זעט קלאר ווי איינער גיט אכט אז די גניבה זאל
געלינגען, און דער צווייטער גייט אריין אין בוילער רום אויף א  צוויי מינוט און ער קומט
ארויס מיט די הענט אין וועסטיל טאש און גיט א שמייכל און זיי שפאצירן אוועק כאילו לא הי',

זאל דאס זיין א מודעה ואזהרה פאר די צוויי בחורים, מען וויל אייך נישט מבזה זיין,
און מען וויל נישט מבזה זיין אייער משפחה, מען דארף צוריק דאס געלט, און אויב ביז
3 טאג באקומט מען נישט צוריק דאס געלט גייט מען שיקן דעם ווידיאו פאר די הנהלה
פון די קווינסער ישיבה און נאכער וועט מען טוהן וואס מען דארף צוטוהן, פון דעם קען יעדער זעהן
וואס פאר א פיינע בחורים עס לערנען אין קווינס,

אויב קען עמעצער ארויף לייגן די תגובה אויף זאלי-פארק פורום
וואלט איך אפרישיאעיטעט ווייל איך האב דארט נישט קיין רשות
כתיבה און איך וויל אז דאס זאל אנקומען צו די בחורים.

דיןתורה » 11/1/2010 18:39

עס וועט אנקומען צו זיי פין דא אויך
זיי זענען מער דא ווי די מיינסט
זיי נישט באזארגט

טראק » 11/1/2010 20:24

ווער האט געווינען?

רבי_יונה » 11/1/2010 20:25

אן ארוני קען נישט געווינען דארט.

באלאנד » 12/1/2010 00:00

ווייל קיין ארוני קויפט נישט. פשוט

rebyankel » 12/1/2010 00:03

דעמאלטס פארוואס גייען זיי ביי די ארונים נאך געלט?

נפל » 12/1/2010 00:13

ווייל דארט דאווענען אויך זאלי'ס

לאגיש » 12/1/2010 00:16

איך נעם נישט קיין זאלונישע געלט. איך זאג ענק

אויב געווין איך די געלט שיס איך עס צוריק פאר מהרז"ל אין פנים...


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 12/01/2010 01:30:43

העלד » 12/1/2010 00:31

אשאד דו האסט נישט געווינען

לאגיש » 12/1/2010 00:46

העלד א וויץ כאפסטו שוין אויך נישט?

rebyankel » 12/1/2010 00:46

ווייסט איינער דעטאלען וואס גייט פאר אין קווינס מיט קופת חתנים אין קרן חתנים
כ'הער אז בלומענפלד מ'האט ציגעמאכט קופת חתנים וועגן פייטס דארט זענען פארגעקומען

(אין קרן חתנים האט אראפגענומען $1500 פין די געלט וואס זיי פלעגן טיילן,
אין אנשטוט דעם געבן זיי די $1500 וואס קופה פלעגט טיילן פאר די קלאדינג, אין קופה האבען זיי דאך פארמאכט)

באלאנד » 12/1/2010 00:54

אינטערעסאנט אז פון די צענדליגע קווינס בחורים וואס דרייען זיך דא, קען קיינער נישט ענטפערן אויף די באמבע פראגע פון רעב יאנקל...

rebyankel » 12/1/2010 01:17

ענטפר נישט ווי א זאלי....
איז קופת חתנים אפען אדער נישט?
ווער האט עס ציגעמאכט?
טיילט קרן חתנים די זעלבע סכום ווי פאר'ן פארמאכען קופה?

פארצייל אויך פין די איבריגע פייטס אין קווינס

א_דיבוק » 12/1/2010 03:26

לפי ידיעתי איז עס שוין אן אלטע געשלעג צווישן צווי קווינס בויעס מי אמלוך

באלאנד » 12/1/2010 03:28

א_דיבוק כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לפי ידיעתי איז עס שוין אן אלטע געשלעג צווישן צווי קווינס בויעס מי אמלוך


בארייך אונז אביסל מיט דיינע ידיעות, לאז אונז נישט איבער מיט א פשוטע 'וד"ל'

zeidel » 12/1/2010 06:39

זעליג!
ווער האט געווינען?