לכבוד משפחת מיטעלמאן
צו אלעם ערשטענס מוז איך ארויס ברענגען מיין שאקירונג ווען איך האב געליינט אין דעם בעקערי פארום אז איר ווינדערט זיך פארוואס איך אדרעסיר צו אייך מיינע בריווען. עס ווינדערט מיך אז צו פרעגען די פראגע פארמאגט איר יא גענוג שכל. איך בין זיכער געווען אז איר פארמאגט ניטאמאל קיין שכל צו דעם, אבער פארט וועל איך אייך נישט ענטפערען די פראגע אייערע, ווייל עס איז נישט מעגליך איר זאלט דאס אמאל כאפען.
אבער וויבאלד איר זענט די איינציגע משפחה וואס ליינט אזוי ערליך שמואל ווידערס שטותים און איר באלעקט אייערע נארישע פינגערס מיט הייד פארק זשורנאליזם, וועל איך ווייטער אייך שרייבען אויך די בריוו, און איך בעט אייך, האטס שכל, און פארשפרייט נישט די בריוו. קיינער מוז נישט וויסען אז איך האב אייך געשריבען נאך א בריוו.
אזוי אז איר וועט קיינעם נישט דערציילען אז איך האב געשיקט נאך א בריוו, וועט די גאס נישט געוואר ווערען אז איר זענט אזעלכע קיען. ווער האט אייך געהייסען אז איר זאלט פארשפרייטען אין דעם בעקערי פארום מיין ערשטע בריוו? פארוואס האבען דאס אלע ארונים געמוזט זען, און געמוזט עפענען 7 פרישע אשכולים אינעם בעקערי פארום? איך בעט אייך ווען איר באקומט די בריוו, ליינט עס אפ און ווייזטס עס נאר פאר די משפחה. און אויך, ווייזטס עס נישט פאר די איידעמער אדער שנורען. נאר פאר אזעלכע וואס פארמאגען עכטע מיטעלמאן בלוט און מוחות. איינער וואס הייסט נישט מיטעלמאן און איז נישט א רעכט אייניקל פון די מיטעלמאנס, זאל עס נישט זען.
איצט צום ענין.
ווי איר ליינט דאך אלעס וואס ווערט געשריבען אין הייד פארק דורך שמואל ווידער, מיט א געוואלדיגע פארגלויבטקייט, האט איר דאך זיכער פארכאפט צו לייענען דעם אשכול ווי דער שרייבער מיט'ן נאמען "אריגינעלער" האט פארגאנגענעם פרייטאג פארן זמן אריינגעכאפט צו שרייבן אז "ז. געלב מיט מ.וו.ק" "ווילען" האבען שייכות צו עפעס א "פרשה" און דערפאר האבען זיי אויפגעמאכט א מעשה צו ארעסטירען איר מאן.
פארשטייט זיך אז דער "אריגינעלער" האט נישט אויסגעלאזט צו ענדיגען מיט א ווארענונג: "נעמט אראפ אייערע לאפעס פון די פרוי" (דעם אשכול האט מען מיסטעריעז אראפגענומען מוצש"ק).
דער שרייבער מיט'ן נאמען אריגינעלער איז פאר זיכער אזא חשובער יונגערמאן ווי למשל דער ארוני דיין ר' בנציון לאוב. עס קען אנדערש נישט זיין. איך בין זיכער אז אונטער דעם נאמען שטייט אזא סארט יונגערמאן אז ווען מען זאגט ווען אויף אים אזא מעשה נבלה ווי ער שרייבט כסדר אויף צענדליגער יונגעלייט, וואלט זיך קינד און קייט געעפענט מויל און אויערען פון גרויס שאק אזוי ווי מען זאגט ווען אזא מעשה אויף הרב לאוב.
נאכמער בין איך זיכער אז דער שרייבער "אריגינעלער" איז אזא סארט צדיק וואס וואלט רואיג געקענט זיין א גרויסער אדמו"ר פון פריערדיגען דור. און איך וועל מסביר זיין מיינע ווערטער.
עס איז באקאנט אז דער הייליגער ישמח משה האט אמאל געזאגט אז ווען ער ווייסט ווען פאר זיכער אז דער אויבערשטער גיט גיהנם פאר א מצוה וואלט ער ווייטער געטאן דעם רצון ה'.
עס איז באקאנט אז דער רבי האט זיך אמאל אויסגעדריקט אז ער לאזט זיך שיסען אבער ער וועט נישט אויפהערען צו שרייען און זיך לאזען הערען דעם אמתן דעת תורה.
דא אויף הייד פארק זענען אלע שרייבער פיל גרעסערע צדיקים. אלע שרייבער דא שטייען אויף א פיל העכערע דרגה פונעם ישמח משה און פון רבי'ן ז"ל. זיי שטייען דאס העכסטע ווי א איד קען נאר אנקומען. די שרייבערס דא האבען זיך אזוי אויסגעארבעט אז זיי זענען גרייט צו פארלירען זייער גאנצער עוה"ב! און דאס איז נישט קיין טשאדעלע באדעלע מעשיות. ניין.
דער שרייבער "אריגינעלער" וועט נאך זיינע 120 ארויפקומען אויף יענער וועלט וועט ערך דערזען מיט א ליידיגער קאנטע, אן קיין חלק לעולם הבא, ווייל איבערבעטן אזא ריזן ציבור וועט אים נישט גענוג זיין אפילו ער זאל לעבען נאך 150 יאר, און דעריבער וועט מען אים שיינערהייט לאזן מעלדען, ר' נפטר טייערער, איר קענט זיך גיין טרעפען מיט אחאב, מיט בלעם און מיט די אנדערע וואס האבען ל"ע נישט קיין חלק בעולם הבא.
נו, וועט דאך אונזער טייערער הייד פארק שרייבער גלייך מסביר זיין פארן בי"ד של מעלה, אז נישט אז ער האט אנגעוואוירען זיין חלק לעולם הבא. גענצליך נישט. ער האט דאס אליין אויפגעגעבען. ער איז לכתחילה געווען אנגעגרייט דערצו ווייל אזוי ארום האט ער אפגעראטעוועט סאטמאר פון די "שונאים", ער האט אפגעראטעוועט צענדליגער יונגעלייט רח"ל פון זינדיגען, און ער דארף גארנישט אפילו א חלק אין עולם הבא.
זאלט איר וויסען, חשובע מיטעלמאן משפחה, אז די שרייבער פון ר' אהרןס הייד פארק זענען נישט סתם אבי ווער. זיי זענען די עידית שבעידית, די שענסטע וואס כלל ישראל פארמאגט היינט. יעדעס ווארט פון זייער שריפט איז מיט מסירת נפש ממש. זיי געבען זיך איבער פארן באשעפער, פאר סאטמאר, פאר די תורה"ק. און זיי לאזען זיך אפילו קאסטען די שווערסטע פרייז וואס א איד קען נאר באצאלען וואס דאס איז "אין להם חלק לעולם הבא".
יא, עס קען זיין אז זיי האבען שוין פארשעמט הונדערטער משפחות פאר דעם איינעם חטא ווייל זיי זענען נישט אויף איין פארטיי מיט זיי, אבער צו ראטעווען סאטמאר פון די חברה, מוז מען פאר יעדע פרייז.
מיט דעם וויל איך מסיים זיין מיינע שורות צו די חשובע משפחה, אז איר זאלט וויסען אין וועמענס שריפט איר זענט ב"ה אזוי אדוק ומקושר און איר זאלט וויסען אז איר מעגט שטאלצירען מיט אייער קעפ און מוחות און זאלט דאס ווייטער איבערגעבען פאר קינדער און פאר קינדסקינדער.
ווי עס שרייבט, פארמעגליך
נ.ב. נאכאמאל ביטע, נישט ארויסגעבען די בריוו, ווייל מענטשען וועלן נאך געוואר ווערען אז איר האט נישט קיין שכל
הנ"ל