היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » פאפא: בשום אין אופן 82 פלייש.

פאפא: בשום אין אופן 82 פלייש.

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2744365

רבי_יונה » 11/1/2010 00:23

ביים צענטראלן דינער פון מוסדות פאפא האט מען באשטעלט פלייש פון די בית השחיטה המהודרת אין קרית יואל.

אבער אזוי ווי דער דינער קומט דאך פאר אינעם גע'גנבטן זאל פון זאליבעאר עטרת אברהם, האט ליפי קרויס און די איבריגע שלעגערס מחליט געווען נישט צו לאזן פאפא מוסדות ברענגען קרית יואל'ער פלייש, ווייל דאס איז דאך א פליק פאר 82.

זיי האבן פראבירט צו פרעשערן פאפא אז זיי זאלן מוזן סערווירן די 82  פלייש (ממליחה ואילך) אבער פאפא האט געזאגט, אויב נישט קרית יואל, וועלן מיר סערווירן פיש  אדער ירקות, נישט אייער פלייש. מיר וועלן זיך נישט בייגן פאר ענקער טעראר. און אויב א גאנץ יאר זענען מיר מהדר צו נוצן דוקא בית השחיטה מהודרת, וועלן מיר נישט מכשיל זיין אונזער ציבור מיט מפוקפק'דיגע פלייש ממליחה ואילך.




הדא היא דכתיב:
להחזיר עטרה ליושנה

זעליג_כהן » 11/1/2010 01:15

אין אונזערע זאלן לאזט מען ב''ה נישט אריין קיין שום פלייש פון אנדערע שחיטות.

די שאלה איז נאר זייט ווען סערווירט מען אין פאפא פלייש ביי דינערס?


תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 11/01/2010 01:30:20

לעקסינגטאן » 11/1/2010 01:27

זעליג ווי ואוינסטו?
הערשט טאקע אין אייער  מדינה אזא ארימקייט?

רבי_יונה » 11/1/2010 02:14

ביי אלע דינערס עסט מען נאר טאמעטע דיפ, און בונדלעך...

ראפאגאש » 11/1/2010 02:23

די זאליבאנצעס ברענגן ארויס דעם מלכות פפא פון די כלים, מיט זייער טעראר, די פאפענע  ברענען איצט, צילוב וואס ר' זלמן גייט א נאמען געבען פאר זיין טריפ, קיין ישראל, ''מסע מלך ישראל''

די פאפענע טענה'ען אז די טיטול מלך ישראל, האבן זיין געגעבן פאר זייער רבי שנת תשנ''ד, אלזא וואו נעמט דער דער ר' זלמן די חוצפה זיך צו ריפען מלך ישראל, ווען דער פפא רבי לעבט נאך?

א געשפאנקייט הערט צוישען מלכות זאלי, און מלכות פפא,


תוקן על ידי ראפאגאש ב- 11/01/2010 02:22:21

ערענסטער » 11/1/2010 06:23

אפשר איז שוין טאקע די העכסטע צייט אויפציהערן צו סערווירען פלייש ביי א דינער  כמעט קיינער עסט עס סיי ווי נישט,ס'קאסט אפ שווערע געלטער אין ס'מאכט קאפוויי וועגען הכשרים פאר זיי

נפל » 11/1/2010 17:41

א פרישע געבעקס פונם שקרן יונה:

דא האט איר די פאקטן
פאפא פארמאגט א "אייגענע" בוטשער! זיי דארפן נישט אנקומען צו "קיינעמ'ס" פלייש.
אין פאפא בוטשער ווערט פארקויפט
טשיקל * טוירקי * רינדערן * קעלבערן
פאפא דיליווערט אהיים אין גאנץ ניו יארק!
איר קענט אריינגיין אין פאפא בוטשער 118 Division
אדער קענט איר באשטעלן אויפן טעל. 718-782-6445


יונה!?...


תוקן על ידי נפל ב- 11/01/2010 17:41:47

רבי_יונה » 11/1/2010 18:19

פאפא האט אן אייגענע "בוטשער" אבער זייערע עופות זענען קרית יואל.
פאפא ווייסט אויך אז "ממליחה ואילך" איז גוט פאר'ן דיבוק פון בראזיל. נישט פאר אידן מדקדקים בכשרות.

טאטלע » 11/1/2010 18:38

נפל אז די ווייסט נישט רעד נישט
פאפא נעמט פאר זייער אייגענע בוטשער טשיקען פין קרית יואל שחיטה איר קענט אריינגיין זיך איבערצייגען

דיןתורה » 11/1/2010 19:04

כמעט יעדע קהילה וואס האט א אייגענע בוטשער נעמט פין קרית יואל
אין אנדערע ווערטער: א ערנסטע רב אדער מורא הוראה - א מדקדק בכשרות איז מקפיד צו עסן דווקא פין קרית יואל

שכלדיג » 11/1/2010 19:10


עס איז אלעס חלומות דער הייליגער בעל ויחי יוסף פון פאפא זללה"ה האט זייעהר ליב געהאט דייקא פיש

allgood1s » 11/1/2010 21:16

נפל

איך פארשטיי אז יונה איז א שקרן און די "פאקט" איז אז פאפא דארף נישט אנקומען צו "קיינעמ'ס" פלייש

איז אפשר לייג אויך ארויף די אדרעסס און טעל. פון זייער בית השחיטה? (אויב די ווייסט נישט פרעג דיין שוואגער פון פאפא...)

שכלדיג די לייקענסט שוין אז פאפא האט בכלל א בוטשער?

נפל » 11/1/2010 21:21

איך האב געפרעגט א חבר מיינער א פאפא'נער און דאס איז זיין תשובה

"איך ווייס נישט אין וועלכע 'בנין אדער קאמפאני' מיר שחט'ן און עס איז נישט קיין נפק"מ, ווייל מיר האבן אונזערע אייגענע דיינים און אייגענע שוחטים ובודקים, מיר קויפן נישט קיין פלייש וואס יענער האט גע'שחט'ן, קען זיין אז מיר האבן אפאר מאל ארויסגעדינגען די קרית יואל בית השחיטה אויף געוויסע שעות, אבער מיר האבן קיינמאל נישט געקויפט קיין פלייש פון זיין"

אויששש » 11/1/2010 21:27

נפל דאסמאל האסטו דיך פארגעסן דו שרייבסט 'מיין פאפא'נער חבר' וואלסט געברויכט צו שרייבן 'מיין פאפא'נער שוואגער'
וואס האט פאסירט ס'האט זיך דיר גענדיגט די שוואגער'ס ---

rebyankel » 11/1/2010 21:33

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב געפרעגט א חבר מיינער א פאפא'נער און דאס איז זיין תשובה

"איך ווייס נישט אין וועלכע 'בנין אדער קאמפאני' מיר שחט'ן און עס איז נישט קיין נפק"מ, ווייל מיר האבן אונזערע אייגענע דיינים און אייגענע שוחטים ובודקים, מיר קויפן נישט קיין פלייש וואס יענער האט גע'שחט'ן, קען זיין אז מיר האבן אפאר מאל ארויסגעדינגען די קרית יואל בית השחיטה אויף געוויסע שעות, אבער מיר האבן קיינמאל נישט געקויפט קיין פלייש פון זיין"


אויב איינער איז נאכנישט איבערצייגט אז נפל איז א שקרן ווי אלע זאלי'ס זאל ער אליין אריינגיין צו פאפא בוטשער אין פרעגן דארט נפל'ס חבר ווי מ'האט ג'שחט'ן די פלייש........

יא! פשוט געמאכט מעשיות, שקר ווי מהרז"ל אליין

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 11/01/2010 23:50:22

allgood1s » 11/1/2010 21:43

נפל די האסט געפרעגט דיין חבר פאר'ן שרייבען די "פאקט" אז זיי דארפען קיינעמס פלייש אדער נאכדעם?

דיין חבר איז דאך מודה אז ער ווייסט נישט וואו פאפא שעכט, איז וויאזוי ווייסט ער די צווייטע האלב?

ווער זענען זייער שוחטים ובודקים???

למעשה וועלכע פלייש האט מען סערוויט ביים דינער?? (פיש קען נישט זיין ווייל יונה איז דאך א שקרן)

באלאנד » 12/1/2010 03:07

ווייסט איינער למעשה וואס עס איז געווארן סערווירט ביי די פאפא דינער?

allgood1s » 12/1/2010 03:19

זעיט אויס נפל האט נאכנישט גערעדט מיט זיין חבר פון פאפא

באלאנד » 12/1/2010 03:29

וואס נפל האט גערעדט ווייס איך נישט, דעקלעראציע האט שוין אבער יא גערעדט....

allgood1s » 13/1/2010 19:40

נפל, עני אפדעיט?

נפל » 13/1/2010 19:44

די מיינסט טאקע איך בין דיין נער? די וועסט מיר הייסן פרעגן און איך וועל לויפן טון?

אני אתנהלה לאיטי, איך וועל אים פרעגן ווען עס וועט אריינקומען אינם שמועס, ווארט געדולדיג

allgood1s » 13/1/2010 19:52

ח"ו איך האב נישט געהאט אזא הו"א איך נאר געפרעגט אויב די האסט שוין אן אפדעיט ווייל לעצטע מאל האסטו אים געפרעגט תכ"ד האב איך געמיינט ער שטייט נעבען דיר...

אבער אפשר דערווייל קענסטו אויפזיכען זייער טעל. אין דיין טעל. בוך?

אזוי אויך האסטו מיר נישט גענטפערט אויב די האסט גערעדט צי אים פאר'ן שרייבען דיינע "פאקטען"

allgood1s » 31/1/2010 23:54

נפל וואס איז געשעהן? האסט זיך ציקריגט מיט דיין פאפאנער חבר??