כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א האט נאך חדשים לאנג פארהאנדלונגען צוזאמגעשטעלט א בית דין וואס ביידע צדדים האבן מסכים געווען זאל דן זיין אויף סאטמארע נכסים אין בני ברק אריינגערעכנט שיכון קרית יואל מוסדות יטב לב די זאלן און האטעל פון שיכון און בתי מדרשים פון סאטמאר,
דער סכסוך האט זיך אנגעהויבן ווען משה חיים ווייס האט אריינגעגעבן אין די משרד החבורות פון מדינת ישראל אז ער איז דער מנהל און האט מערער געווען אויף די הנהלה פון ר' עזריאל גליק און אנדערע אלטע חברי הנהלה, די הנהלה האט געעפנערט און געפיילט א דעקלערעשאן מיט א היתר פון צוויי בתי דינים, (שלשה רועי בקר לשיטת מהר"א) די ארונים האבן פארלוירן און געריכט און די ארונים זענען געגאנגען אין בג"ץ בלי רשות בית דין, און ווידער פארלוירן,
נאכדעם וואס זיי האבן פארלוירן האבן זיי געזאגט אז זיי זענען גרייט צו גיין לדין תורה, אבער נישט געשיקט קיין הזמנה, זיי האבן געוואלט נאר גיין צו בתי דין פון בני ברק,
די הנהלה האט פארגעשאלגן זבל"א מיט דריי שלישים באמצע, א בית דין של חמש, די ארונים האבן דאס נישט געוואלט, זיי האבן נאר געוואלט א זבל"א מיט איין שליש און דוקא א שליש פון בני ברק, זיי האבן גענומען א בורר א ציוניסטיש געשטימטער קלויזענבארגער חסיד, ר' אברהם יעקב כהן, און דער בורר האט אפגעווארפן דריי פארשלאגן פון שלישים, פון חשובסטע בתי דינים אין די וועלט, בית דין עדה החרדית, בית דין מחזיקי הדת אנטווערפן, בית דין כדתיא לאנדאן,
אויף די בקשה פון סאטמאר בית דין צום גאב"ד אז ער זאל אויסקלויבן די שלישים, און ח"ו נישט לאזן קיין רבנים וואס גיין צו בחירות, האט דער גאב"ד זיך אריינגעלייגט אין די ארבעט און משפיע געווען אויף די בני ברק'ער צו אפלאזן רא"י כהן און גענומען רי"ז גראז פון ניו יארק פאר זייער בורר, די הנהלה האט גענומען דעם טשאקעווע רב אלס זייער בורר,
די צדדים האבן מסכים געווען אלס שלישים הגאון ר' מרדכי באב"ד און הגאון ר' אברהם ברוך ראזענבערג, אבער אויפן דריטן שליש האבן זי זיך נישט געקענט דורכקומען, די הנהלה האט געוואלט אז די צוויי שלישים זאלן אויסקלויבן א דריטן אבער די בני ברקער האבן געוואלט דוקא א בני ברק'ער וואס איז פון רב וואזנערס בית דין,
דער סוף פסוק האט דער גאב"ד מציע געווען א דיין פון עדה החרדית הגאון ר' נפתלי פרענקל און ביידע צדדים האבן מסכים געווען, דער גאב"ד האט געבעטן הגר"נ פרענקל ער זאל מסכים זיין צו זיין דער דריטער שליש, און חפץ ה' בידו הצליח, און ווי עס קוקט אויס וועט זיך אנהויבן דער דין תורה בקרוב,
אולי וועט דער ירושלים'ער רב יעצט מסכים זיין צו רעדן צו ר' אהרן ער זאל מסכים זיין זיך צושטעלן צו דין תורה איבער אלע סאטמארע קהלות ומוסודת און צולייגן אביסל טינט אויף די שטרי בירורין מיט זיין נאמען.....