פארוואס עפנסטו נישט איין אשכול און דארט לייג צו יעדעס מאל וואס דו ווילסט די "משוגענע סאטמוירים" זאלן קומען צו דיין בלאג?
די, נמאס!
איך וויל נישט די "משוגענע סאטמורים." נאר מענטשן וואס זענען נמאס פון רעדן פאליטיק אגאנצן טאג.
כנראה אז נישט אייך מיינט מען
שלאגט זיך ווייטער ארונים-זלונים.
צבי חזק ואמץ אין שרעק דיך נישט פין דעם בחור גאנציגער
שכוח ר' יעקב שמשון פאר די ווארימע ווערטער
דער שפיקטיווער איז צוגעוואוינט צו בחורים... קודם עס אויף דיין יאפטשיק.
ערנסט גערעדט, צבי, פארוואס דארפסטו יעדעס מאל עפענען א אשכול? קען דא טאקע יעדער מיט א בלאג כסדר עפענען אשכולות? אז דו ווילסט עפעס שרייבן שרייב, נישט כסדר עפען אשכולות מיט אומנארמאלע קעפלעך
באלד וועל איך מיך נעמען צו עפענען אשכולות מיט אפדעיטס פונעם שכינותדיגן זאלי פלעירום, אדער פון אידישע וועלט, אשכול נאך אשכול, קיינעם וועט עס נישט שטערן?
קען זיין איך לייד אויף די נערוון, אבער איך פארשטיי נישט וויאזוי דאס שטערט נישט פאר קיינעם.
צבי מעלדט דא ווען ער האט געאפדעידט זיין געשמאקן פארום, און וועם ס'געפעלט נישט זאל נישט עפענען צבי'ס אשכולות.
דער מנהל איז דער וואס באשליסט, אין קריטיק פאר א צווייטן זאל מען זיך מעלדן צים מנהל.
מיין מיינוג איז אז צבי זאל אנגיין פארדם איז היידפארק געמאכט.
וואו קומט אריין די ווארט מנהל דא? הייד פארק איז געמאכט זיך אויסצוגעבן, און דער מנהל זאל לאזן הערשל טון וואס אים שמעקט. איך פרעג אויב עס שטערט פאר נאך איינעם, (חוץ די האס און שנאה וואס ער שרייבט קעגן כל הקודש לנו).
לפי ידיעתי איז נאכנישט דא אזא תקנה דא אז מען טאר זיך נישט קריטיקירן איינער דעם צווייטן. הרינו מוכן ומזומן, איך קריטיקיר הערשל פארן עפענען נאכאנאנדע אשכולות. אויב איינעם געפעלט נישט אז קריטיקיר זאל ער אנטלויפן פון דא.
די האס און שנאה וואס ער שרייבט קעגן כל הקודש לנו
דערווייל זעה איך נאר אז פאליטיק און זידלען איז פאר דיר קודש
זאג נאר, מיין ליבער איד, יעדן ריר אין סאטמארע נארישע פוליטיק באדארף יא א נייעם אשכול?!
צבי, כה לחי!
עס קומט מיר אמאל א גיטס אויך.
ייש"כ AND KEEP IT UP
צבי א גרויסן ישר כח פארן כסדר אינז באריכטן מיט פרישע אפדעיטעס אויף דיין פארום
לאז דיך נישט פין די ניי ניקס חזק ואמץ.
איך וואלט פארגעשלאגען ער זאל אויך לייגן דא דעם תמצית פון זיין ארטיקעל נישט נאר א קעפל, אויב נאר א קעפל איז גענוג איין אשכול פאר אלע קעפלעך
א גוטע עצה, אבער איך טריי צו זען די אלע וואס זענען דא אזוי הייס אז
הערשל זאל ווייטער שרייבן, איז מיר א פלא אז הערשל'ס אשכולות בלייבן אלץ
ליידיג, קיינער דיסקאסט נישט זיינע זאכן, און פלוצלינג זענען זיי אלע דא
אז הערשל זאל פליז ממשיך זיין.
די איינציגסטע תירוץ איז אז דא איז הייד פארק און עס איז געמאכט זיך צו
טענה'ן, יא ניין, ניין יא, דאס מאכט מיך פרייליך. פארדעם בין איך אויך דא. [בילד – נישט אפגעהיט]
אלעס גוטס כהאלט אויך אזוי