היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » יעקב סופר קויפט אפ מארגעדזש פון א. יודל גאלדבערגער

יעקב סופר קויפט אפ מארגעדזש פון א. יודל גאלדבערגער

84 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2741697
בלאט: 1 2

Isacmandel » 4/1/2010 21:51

די הנהלה פונעם פארום האט באשטעטיגט אז ר' אברהם יודל גאלדבערגער איז נישט געגאנגען באנקראט.

נאר דאס איז א רומאר וואס איז ארויסגעלאזט געווארן במזיד.

די הנהלה נעמט נישט קיין שטעלונג און וועט זיך האלטן נייטעראל אין דעם סכסוך.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 05/01/2010 06:59:18

טאטלע » 4/1/2010 21:55

איך האב געהערט אז ער האט פארקויפט ברך משה פאר יענקי סופר, אז ער איז באנקראט איז מסתם מישט אמת

רעכטער » 4/1/2010 21:57

אויב יא אויב נישט. קוקט אויס אז פאנאנציעל האט אים געלוינט איינצוגעבן אזוי.

Ziskeit » 4/1/2010 22:21

פארוואס דיסקוטירן א פריוואטן מענטש'ס פינאנציעלן מצב?

מנהלים אראפ.

רעכטער » 4/1/2010 22:26

זיסקייט איז לכאורה גערעכט, וואס איז ביטער פאר אינגעלייט?

נפל » 4/1/2010 22:44

ער האט דאס "נישט" פאקויפט פאר יענקי סופר, יענקי סופר האט אינטער זיין ריקן אפגעקויפט די מארטגידש און יענקי סופר פראבירט אים דורך דעם ארויסצולייגן פון ביזנעס.

רעכטער » 4/1/2010 23:12

לויטער לשון הרע.

נפל » 4/1/2010 23:29

לכאורה לויטן חפץ חיים איז מותר צו רעדן קעגן דעם יענקי סופר

רעכטער » 4/1/2010 23:39

האסט געפרעגט א מורה הוראה?

פון א לכאורה איז דאס נאכנישט מותר.

נפל » 4/1/2010 23:50

לויטן חפץ חיים איז דאס מותר, ער שרייבט אז איינער וואס טוט די עוולה ברבים און איז עומד במרדו מעג מען רעדן, אויב געדענק איך צו לייגט ער אפילו צו אז עס איז א מצוה צו רעדן.

rebyankel » 4/1/2010 23:55

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לכאורה לויטן חפץ חיים איז מותר צו רעדן קעגן דעם יענקי סופר

געמיינער זאלי'ס
לויט די תוה''ק ביזטו א מגלה פנים....


יא! ווען די רעדע איז פין אן ארוני איז אלעס מותר,
אז ס'פעלט אויס וועט מען פאברעצירן פאקטען כדי מ'זאל קענען טוהן וואס מ'וויל

תוקן על ידי rebyankel ב- 04/01/2010 23:59:20

rebyankel » 4/1/2010 23:57

אפי' ער איז געגאנגען באנקראט
דארף קיינער זיך נישט זארגען, ווייל באנקראט איז נישט קיין אויסוועג ע''פ תורה פטור צו ווערן פין א חוב
אין ווילאנג ער איז נישט קיין זאלי גלייב איך נישט אז ער וועט סתם זיין א גנב.

טאטלע » 4/1/2010 23:59

נפל ער האט אמאל געטשעפעט טאשה קודש ?

נפל » 5/1/2010 00:00

איך מיין אז די דארפסט צולייגן וד"ל ווייל איך האב נישט פארשטאנען

לויט מיין אינפארמאציע זענען "ביידע" אהרוינים (פרעג מיר נישט אפ דערמיט ווייל עס איז נישט נוגע למעשה סיי ווי) סך הכל האט יענקי סופר געטון א שרעקליכער שגץ שטיק, חוץ גאלדבערגער האט ער בא'עוולה'ט אויך צענדליגער אינגלייט וואס וועלן יעצט דארפן צאלן טייערער פאר זייער דאך איבערן קאפ.

איך וויל נישט קיין סאך רעדן, איך גלייב אז די זאך וועט אנקומען צו דין תורה סיי ווי, דער עולם וועט שוין דאן זיך דערוויסן די פרטי הדברים

יעקב_בער1 » 5/1/2010 00:08

פון וועם האסטו עס געהערט? פון דיין וויזניצע שוואגער אדער דיין שכן וועלכע האט דערלייגט זיין גאנצע געלט אין די סטאקס?

נפל » 5/1/2010 00:19

פון מיין שכן אין קאנטרי...

רעכטער » 5/1/2010 02:13

כ'האף אז דער עולם האט שכל נישט צו גלייבן קיין ווארט פונעם נפל ל"ע.

לעקסינגטאן » 5/1/2010 04:04

ליידער איז נפל גערעכט דא.

שומו שמים וואו געלט גייציגקייט האט געפירט א איד.

אזהרה פאר יונגעלייט וואס פארהאנדלען מיט די באנק:

עטס זענטס נישט זיכער מיט ענקערע דירות. די שגץ שטיק וואס דא איז געטאן געווארן מיינט אז יעדער יונגערמאן מיט אפאר דאלאר קען יעצט גיין צו די באנק און ארויסכאפן זיין שכנ'ס דירה.

נאך א זאך:

רוב ליידיגע דירות אין קרית יואל באלאנגען יעצט פאר איין מענטש וואס האט דעם מאנאפאל.

דאס מיינט אז די פרייזן גייען ארויפגעשרויפט ווערן צום הימל.

לאגיש » 5/1/2010 05:11

די מעשה האט געלאנדעט ווי א באמבע אין קרית יואל.

מענטשן זענען אין שאק אז איינער האט געקענט טון אזא זאך.

מען שמועסט אז ס'איז נאך קיינמאל נישט געווען אז איינער זאל דילן מיט די באנק פאר א לאון מאדיפיקעשאן און א צווייטער זאל גיין און ארויס כאפן די מארגיזש פון עם.

לאגיש » 5/1/2010 05:13

מיט קיינמאל געווען מיין איך ביים היימישע עולם

יעצט וועלן אנדערע יודן גאנץ זעכער טרייען נאכצוטון די טריק

קריסטאל » 5/1/2010 06:53

לעקסינגטאן, דאס איז דאך געווען יאנקי'ס חשבון מיטן איבערנעמען די מארטגיזש פון די באנק

ער איז געשטאנען ליידיג מיט זיינע דירות אין חברון אין בשום אופן נישט געוואלט אראפלאזן די פרייזן

אנדערש ווי אנדערע בויערס האט יאנקי נישט געליטן א שטארקן קלאפ אין די לעצטע רעסעשן (פארוואס פונקטליך ווייס איך נישט) אין ער איז נישט געווען דעספערט צו פארקויפן די הייזער אויף חברון פאר שפאט ביליג כדי צו קענען באצאלן די הלואה פאר די באנק

אבער יודי איז אים געפערליך געשטאנען אין וועג ווייל יודי האט יא אראפגעלאזט די פרייזן אין זיין פלאן איז געווען צו פארקויפן זיינע הייזער אין קרית ברך משה פאר ממש קאסט פרייז, אין וועגן דעם האט ער געהאנדלט מיט די באנק אין שוין געהאלטן פארן קומען צו א דיל מיט זיי אז זיי זאלן אויך מוותר זיין א גרויסן חלק פון די הלואה

דאס וואלט געווען א גרויסע דיזעסטער פאר יאנקיס דירות אין חברון, האט ער זיך געמאכט א פשוטן חשבון אז מיטן מאכן אן איינמאליגן אינוועסטמענט דורך אפקויפן יודי'ס מארטגיזש פון די באנק איז ער צוריק ברמה ווייל ער גייט נישט מוחל זיין פאר יודי'ן א פעני פין דעם מארטגידזש אזוי אז יודי וועט מוזן האלטן די פרייזן הויך

וואס סגייט יעצט זיין איז מסתמא אז יודי וועט מוזן קומען צו יאנקי סופר אין עם פאלן צו די פיס אין עם אפערן מיליאנען דאלערס צו מאכן א דיל מיט עם (וואס וועט גיין אויפן חשבון פון די קונים) אדער וועט די גאנצע פראיעקט אריינפאלן אין פארקלאזשור אין יאנקי סופר וועט בלייבן בעל הבית פון יודי'ס הייזער

אזוי צו אזוי וועט יאנקי ארויסקומען א געווינער

tzikucht » 5/1/2010 14:18

עס איז נישט די ערשטע מאל א היימישע יוד קויפט א צווייטענס מארטגעדזש

הלכהדיג האט די סופר אן ערענסטע פראבלעם, ער טאר נישט טזארזשען ריבית פון יעצט אין ווייטער

וואס טיט ער אויב גאלבערגער reinstates זיין לאון אין מאכט זיין קאנדאס פאר רענטעלס?

לאגיש » 5/1/2010 16:43

האסט געהערט פון איינעם לעצטנס וואס האט פארהאנדלט מיט די באנק פאר א שארט סעיל אדער מאדיפיקעישאן און א צווייטער איז געקומען און ארויסגעכאפט דעם מארטגעדזש פון אים?

ס'איז נאכנישט געהערט געווארן אזוינס.

רבי_יונה » 5/1/2010 17:55

סאיז נאך נישט געהערט געווארן אזאנס, אז מען זאל אויסכאפן א צוויטען מארגיטש...

די זעלבע איז דא געווען, קיינער האט גארנשיט אויסגעכאפט, עס איז געווען א דיעל, און מיט די פולע הסכמה פון גאלדבערגער, זייט נישט משוגע, אלע געשרייבעכטץ דא איז סתם שאדעלע באדעלע מעשות.

מען קען נישט אסאך רעדן וד"ל, אבער אלעס וואס דא שטייט איז גוט פאר שאדעלע באדעלע.

נפל » 5/1/2010 18:01

לאגיש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

יעצט וועלן אנדערע יודן גאנץ זעכער טרייען נאכצוטון די טריק



עס איז גאנץ זיכער אז אנדערע וועלן נישט נאכטון דעם שריט, ווייל לויט ווי עס זעט אויס בהשקפה ראשונה האט זיך פאר יאנקי סופר נישט געלוינט דעם דריידל. איך האב געהערט נעכטן נאכט פון א חושן משפט דיין "אברהם יודא גאלדבערגער איז געווארן א גביר איבער נאכט, פון איין טאג צום צווייטן האט ער זיך איינגעשפארט מיליאנען דאלארן 'ריבות' וואס ער פעלגט צאלן פאר די באנק און יעצט בלייבט דאס געלט אין זיין טאש".

יאנקי סופר האט געמאכט א איבערגעאיילטע נערישע שריט, ער האט דא געטון א געוואלדיגע טובה פאר אברהם יודא גאלדבערגער, און סוף כל סוף נאך אלעם וועט יאנקי נישט מאכן קיין געלט פון דעם געשעפט (אפשר נישט דערלייגן, אבער מאכן זיכער נישט. דאס איז ביטערע נייעס פאר יאנקי ווייל דאס מיינט אז ער האט איינגעשפארט 20 מיליאן און קען דארויף נישט מאכן קיין ריוח, דאס אליינס איז א פאליסט מדרגה ראשונה).

צו פארשטיין וואס דא האט פאסירט פעלט זיך אויס א הקדמה:

אברהם יודא האט די לאט'ס און דירות אויף זיין נאמען, די באנק האט א ליע'ן דערויף צוליב די מארטגעדש. יאנקי סופר האט אפגעקויט די מארטגידש פון די באנק. יעצט בלייבט ווייטער אברהם יודא גאלדבערגער מיט די לאט'ס און דירות, און יאנקי סופר האט א ליע'ן צוליב די מארטגעדש וואס ער האלט.

די חשבון איז פשוט, ביז היינט איז אברהם יודא געווען שולדיג פאר די באנק 40 מיליאן דאלער, אויף די 40 האט ער יעדע יאר באצאלט אפאר מיליאן אויף 'ריבות'. עס איז אויסגעקומען אז אויף אפצווישן דעם חוב פארן באנק וואלט אברהם יודא געדארפט באצאלן בערך $2,880,000 א יאר פאר בערך 25 יאר. יעצט איז די באנק ארויס פונם געשעפט, ער איז מער גארנישט שולדיג פאר די באנק.

יעצט איז אברהם יודא שולדיג פאר יאנקי סופר 20 מיליאן און ער צאלט נישט קיין ריבות ווייל א איד טאר נישט נעמען ריבות.
איצטער הערט וואס האט פאסירט ... אברהם יודא גאלדבערגער דארף יעצט באצאלן פאר יאנקי סופר ווייטער די $2,880,000 א יאר פאר די נעקסטע...7 יאר, דאס מיינט אז אברהם יודא האט דא פארדינט ... (כאפט אייך אָן אין בענקל...) "צוויי און פופציג מיליאן דאלער". און יאנקי סופר גייט ארויס מיט די זעלבע 20 מיליאן וואס ער האט אריינגעלייגט, דאס הייסט אז יאנקי האט געבארגט פאר אברהם יודא 20 מיליאן דאלער אויף 7 יאר און אים נאך געשפארט 52 מיליאן!. גלייבט מיר נישט מאכט אליינס דעם חשבון.


נ.ב. דאס אלעס איז נאר גוט אויב יאנקי סופר וועט נישט ניצן דעם קארט סיסטעם און וועט זיך האלטן צו דין תורה אזוי ווי עס פאדערט זיך פון א איד. אויב לויט יאנקי אין קארט איז ער א געוואלדיגער געווינער.

דיןתורה » 5/1/2010 18:07

טאקע וועגן דעם מאכט די מערסטע סענס אזווי רבי יונה האט געזאגט וד''ל

דיןתורה » 5/1/2010 18:14

לו יהא, אז אברהם יודל וואלט מצליח געווען מיט א לאון מאדיפיקעישאן
וויאזוי וואלט די פרייז פאר די דירות געפאלען?
קען מיר איינער מסביר זיין?

אגב אויב איז אמת אז אברהם יודל'ס דירות וואלטען געפאלען די פרייז, דאן איז זייער שכל'דיג (כ'ווייס נישט אויב תורה'דיג) פארוואס ער האט עס געטוהן
ער האט נישט געוואלט זיין געצווינגען אראפצולאזען די פרייזען פין 'זיינע' דירות.

באלאנד » 5/1/2010 18:20

דין תורה וואס מיינט וד"ל? מיט וועם האלט רבי יונה אז מ'טאר נישט רעדן???

רבי_יונה » 5/1/2010 18:28

וד"ל מיינט אז עס איז נישט "געזינט" צו רעדן.

די אלע מגילות, מיט נפל שטותים, איז גוט פאר שאדעלע באדלע פאר קינדערגארטען.

באלאנד » 5/1/2010 18:48

פארוואס שאדעלע באדעלע, די מעשה האט אן אנדערע ווערסיע אויך? אדרבא פארצייל! נפל האט בס"ה אראפגעשטעלט פאקטן וואס ער האט געהערט

מישמאש » 5/1/2010 18:50

נקוט האי כלל בידך,
 וואו דער ניפל, רעד אריין, זאלסטו וויסען אז דער שר החלום מיטן שר המשגעים מאכען א רקידה!

נפל » 5/1/2010 18:53

קיין שום הסכמה פון גאלדבערגער! יאנקי סופר האט דאס געטון אינטערן ריקן.

וד"ל מיינט אז ער ווייסט נאך אליינס נישט, און שעמט זיך מודה צו זיין

אויב די באנק לאזט נאך 20 מיליאן דאלער, אזוי ווי זיי האבן טאקע געטון, קען אברהם יודא גאלדבערגער אראפלאזן "ברייטערהייט" 50-100 אלפים פון יעדע דירה, אזוי ווי ער האט טאקע גאזאט פאר די אינגעלייט אז ער גייט טון.

מען הלאט נאך יעצט ביי אל"ף איך הער אז א מאסיווער מערכה איז אינטערוועגנס. יונה די זיי ממשיך זאגן, 'הסכמה וד"ל'

דיןתורה » 5/1/2010 19:33

נפל האט איין ציל צו באשמיען יעדע מענטש פין צד מהר''א
ער האט פריער אליין געזאגט אז ס'מאכט נישט נישט קיין סענס פאר יעקב סופר זאל עס טוהן לקנתר, אין יעדע פאר תגובות באקט עס צו פרישע מעשיות אז זיין ווערסיע זאל שטומען

איז דא איין מענשט וואס האט געהערט פין אברהם יודל אז ער גייט אראפלאזען די פרייז נאך די לאון מאדיפיקעישאן?

נפל » 5/1/2010 19:40

איך האב געהערט פון מער ווי איינער אז גאלדבערגער האט אים געזאגט אז ער גייט אראפלאזן די פרייז.

ברענג נישט אהער דא די פאליטיק פון אהרוינים זאלוינים ווייל ביידע זענען אהרוינים

דיןתורה די וואלסט געדארפט ענדיגן דיין תגובה מיט וד"ל

ביבער » 5/1/2010 19:48

איך ווייס נישט פארוואס געוויסע אהרונים טרייען צו באהאלטן דעם שטינק אונטערן קארפעט. (מסתמא ווייל נפל זאגט פארקערט)

למעשה איז דאס אמת ויציב. יאנקי האט דאס געטאן אן יודי'ס רשות און דערנאך ארויסגעלאזט א רומאר אז יודי איז געגאנגען באנקראט און ער האט אים געראטעוועט.

דיןתורה » 5/1/2010 19:56

די וואלסט נישט געטוהן אלעס אין די וועלט אז די זאלסט נישט דארפען אראפלאזען די פרייז פין דיינע ריעל עסטעיט?

דיןתורה » 5/1/2010 19:57

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב געהערט פון מער ווי איינער אז גאלדבערגער האט אים געזאגט אז ער גייט אראפלאזן די פרייז.

ברענג נישט אהער דא די פאליטיק פון אהרוינים זאלוינים ווייל ביידע זענען אהרוינים

דיןתורה די וואלסט געדארפט ענדיגן דיין תגובה מיט וד"ל

דיין וויזניצע שוואגער וואינט אויך אין ק''י?

וויפיל פראצענט פין נפל'ס תגובות זענען אמת?

נפל » 5/1/2010 20:09

דיןתורה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די וואלסט נישט געטוהן אלעס אין די וועלט אז די זאלסט נישט דארפען אראפלאזען די פרייז פין דיינע ריעל עסטעיט?


אויב וואלט איך געווען אזא ירא שמים ווי יאנקי סופר איז די תירוץ "יא"

Ziskeit » 5/1/2010 20:36

וואס איך האב געהערט איז געווען אז יודי און יאנקי זענען געזיצן און פארהאנדלט.

יודי האט געוואלט מאכן א דיעל מיט די באנק און אפקויפן די מארטגעדזש פון זיי אבער ער האט נישט געהאט קיין "ליקוואוד", אבער יאנקי האט געמאכט מיליאנען אויפ'ן סטאק מארקעט פאר דעם קראך, און יודי, זיין נאמבער 1 קאמפעטישן האט זיך געמוזט ברעכן און קומען צו אים בעטן ער זאל אים העלפן אפקויפן די מארטגעדזש פון די באנק.

דער פלאן איז געווען אז יאנקי וועט אפקויפן דעם מארטגעדזש פאר 15 מיליאן דאלאר און יודי וועט אים באצאלן 20 מיליאן דאלאר, א ריוח פון 5 מיליאן דאלאר פאר יאנקי.

אבער יאנקי איז געגאנגען און אפגעקויפט דעם מארטגעדזש פאר 21 מיליאן דאלאר און ער בעט פון יודי 30 מיליאן דאלאר פאר דעם מארטגעדזש, א ריוח פון 9 מיליאן דאלאר פאר יאנקי.

יודי טענה'ט אז יאנקי האט געטאן א שגץ שטיק ווייל קיינער האט אים נישט געבעטן צו אפערן 21 מיליאן דאלאר פאר די באנק. יודי האט גע'טענה'ט אז דער דיעל איז געווען דווקא אויף 15 מיליאן דאלאר, און אויב די באנק איז נישט מסכים דערצו וואלט יאנקי געדארפט אוועקשטיין און יודי וואלט געווארט ביז די באנק וואלט זיך געבראכן און אים געגעבן דעם מארטגעדזש פאר 15 מיליאן.

רבי_יונה » 5/1/2010 21:08

ר' יעקב סופר האט עס אפגעקויפט מיטן פולסטן הסכמה פון ר' אברהם יודא גאלדבערגער.

זיי האבן א סיכסוך אויף אלטע געלט וואס יעקב סופר זאגט אז אברהם יודא קומט אים.

נפל » 5/1/2010 21:15

רבי_יונה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ר' יעקב סופר האט עס אפגעקויפט מיטן פולסטן הסכמה פון ר' אברהם יודא גאלדבערגער.



יונה קום זאג מיר מיר 6 מאל, און האפענטליך וועט דאס דער עולם אקצעפטירן "יעצט איז נאכט" "יעצט איז נאכט" וכו'

רבי_יונה » 5/1/2010 21:45

ביי דיין וויזניץ'ער שוואגער איז יעצט פורים...

וואס איז אמת איז אמת.

נישט אז איך בין א חסיד פון יעקב סופר, נאר איך האלט אים פאר א שלעכטער מענטש, איבערהויפט דאס וואס ער האט געטאן מיט די וויליטדש איבער די סקול טעקס, און דאס וואס ער מאכט משוגע רבינו שליט"א פאר זיינע ביזנעס.

נאר פארקויף נישט קיין שאדעלע באדעלע מעשות, אז אברהם יודא האט נישט געוואוסט דערפון, און אים נישט געבעטען אפצוקויפן די נאוט.


תוקן על ידי רבי_יונה ב- 05/01/2010 22:39:51

נפל » 5/1/2010 21:52

אברהם יודא האט אים געבעטן צו קויפן די נאוי'ט פאר 15 און האט מיט אים געמאכט א געשעפט אז ער וועט אים פארדעם צאלן 5

דער רשע האט אויסגעקויפט פון די באנק אינטערן ריקן פאר 22+ און וויל האלטן די גאנצע.

פון "נישט געוויסט דערפון" ביז "פולסטן הסכמה" איז פאלג מיר א גאנג, קוק אליינס איבער דיינע לעצטע 2 תגובות

אין דין תורה האט סופר נישט קיין שום טשענס

רבי_יונה » 5/1/2010 21:55

ער האט געהאט גאלדעבערגער'ס "פולסטע הסכמה".

נאר איצט בעט ער אים עקסטער 5 מיליאן דאלער, וואס יעקב סופר זאגט אז גאלדבערגער איז אים שולדיג, און גאלדבערגער זאגט להדם.

עס וועט מן הסתם אנקומען צו דין תורה.

נפל » 5/1/2010 22:18

"מן הסתם"?

שוטה איינער

רבי_יונה » 5/1/2010 22:25

נו שובבי"ם אזא געמיינער אויסדריק...

ביז_אהער » 5/1/2010 22:45

כווייס אויף הונדערט פראצענט אז יודי גאלדבערגער האט נישט געוואוסט אז יענקי גייט נעכטן אפקויפן די מארטגעזש, איך ווייס נישט אויב זיי האבן בכלל פארהאנדלט אויף עפעס אדער נישט אבער די נעכטיגע מעשה איז קלאר געווען אן הסכמה. פונקטליך פארוואס ווייס איך נישט.

פון די אנדערע זייט איז קלאר ווי די טאג אז יודי גאלדבערגער וואלט כמעט גארנישט אראפגעלאזט אויב סגעלונגעט איןם די שפיל מיט די באנק, איינער וואס רעדט זיך איין אנדערש איז א שוטה אדער א ליגנער!

סאו דאס איז געווען און וועט בלייבן א געלט סכסוך צווישן צוויי רויבערס וואס רייטן אויפן ציבורס חשבון, און איינער מאכט זיך פאר א חסיד און דער אנדערער איז נאך דערווייל א חסיד. גארנישט מער און גארנישט ווייניגער! דער ציבור האט גארנישט פארדינט אדער דערלייגט פון די גאנצע מעשה אויסער א פרישע סכסוך צווישן צוויי מענטשן וואס האבן נישט קיין ברעקעלע יראת שמים און זענען פוסע על ראשי עם קודש שוין יארן לאנג!

לאגיש » 6/1/2010 18:51

ר' יונה, מיט'ן האקן קאפ אין וואנט און איבערזאגן דעם שקר מאכסטו אז אפילו אהרונים זאלן דיר קיינמאל מער נישט גלייבן.

קענסט נישט פארלייקענען אז יעצט איז טאג.

Isacmandel » 6/1/2010 20:12

איך האב היינט קאנפוירמד מיט אן ארבעטער ביי ר' א.י.ג.
לויט ווי ער זאגט מיר איז געווען א דיעל צווישן סופר און גאלדבערגער.

סופר האט אויסגעפאלגט גאלדבערגער'ס ארדער, אבער נאכדעם האט סופר געבראכן דעם אפמאך און באשלאסן אז ער וויל נישט זיין קיין שותף אין די דירות נאר ער וויל אז גאלדבערגער זאל אים אראפלייגן דאס געלט וואס ער האט געצאלט, פלוס א גרויסן סכום פון עטליכע מיליאן דאלאר, וואס סופר טענה'ט אז גאלדבערגער האט אים שאדן געמאכט דא און דארט.

סך הכל:
סופר האט נישט אויסגעקויפט דעם נאוט אן דעם וויסן פון גאלדבערגער.
סופר האט געהאט א געשעפטליכן אפמאך מיט גאלדבערגער
סופר האט געבראכן דעם אפמאך, נאכן שליסן דעם דיעל.

אין מיינע אויגן איז דאס א רוטינער סכסוך בעניני ממונות.

ודי בזה.

rebyankel » 6/1/2010 20:15

א שאד צו טענה'ן אויב איז אמת אז סופר האט געטוהן עפעס אימריכטיג קעגן דאך ג''ב אים רופן צו די''ת (זיי זענען ביידע נישט קיין זאלי'ס ווי דין תורה איז אסור ר''ל)
בלאט: 1 2