וויל איך מיך פארט אדערסירן צי ביידע סאטמערס, ווייל די אנפירערס באלנגען צי די פארטייען.
אין וויליאמסבורג איז דא חתונה זאלן וואס פאר 2000 דאלער ווערט אפגעכאפט ווידאו סיי פין די מענער אין סיי פין די פרויען
די זאלן זענען
עטרת אברהם, קאנטינטעל,עטרת חי' אין בארא פארק, ויאל משה.
אפגערעדט וואס אלע גדולי הדור זענען ארויס געקומען קעגן ווידאו אין די מכשולות איז דערפון פאטאל
אין מען האקט דעראויף אין דרשות נאך היינט.
מיט דעם אלעם ווערט אין אלע זאלן אינסטעאלירט ווידאו אפראטן מיט די גושפאנקא פין די אנפירערס
אין די גרעסטע חוצפה איז נאך אז אפילו א ערליכער יונגערמאן זאל עס אפכאפן די ווי נשים טאנצן
איז גדול עוני מנשוא.
נעמט מען א יונגאטש וואס האט א טרעק רעקארד פין השחתה אין ניוויל אין ער זאל אפכאפן ווי נשים טאנצן
אין ער זאמט אריין מיט די ווידאו לויט זיין געשמאק, ברצונו מקרב וברצונו מרחק...
דעס איז היינט ווילאימסבורג א פלאץ פין השחתה אין הפקירות ?
מען האט א פראבלעם מיט עירוב, אין א פרעס טראק וכו.
אבער דעס אז אזוי געריפנער חסידשער יונגערמאן זאל אפכאפן ווידאו איז נישט געהערט געווארן אפילו ביי די גאר מאדערנע
ווי זענען די רבנים פארוואס ריפט מען נישט ארויף ר' יענקי הירש מיט ר' אהרן וועלץ אז זיי זאלן עס ארויס ווארפן פין זייערע זאלן אין זאגן פארן מלאך המשחית הרף.
מען דארף זיך ערנסט נעמען דערצי, אין ווערט ס'דינגט דעם יונגערמאן דעם הפקר יונג, אפ ציכאפן ווידאו ביי זיין קינד'ס חותנה נישט נאר ער איז א בעל עבירה, נאר ער איז א חוטא ומחטיא את הרבים.
טייערע וויליאמסבורגע יודען וועקטס ענק אויף ווער ווייסט פארואס די עונשים וואס מען הערט ליידער איז נישט וועגן דעם.
תוקן על ידי געווארט ב- 03/01/2010 23:06:54