היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ברעקינג די ערשטע חתונה אין בני יואל

ברעקינג די ערשטע חתונה אין בני יואל

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2741236
בלאט: 1 2

moishe12 » 3/1/2010 19:38

ברעקינג די ערשטע חתונה אין בני יואל
גייט פארקימען אין געציילטע וואכען
דער מחותן זאגט אז מען האלט אין איין מאכען פאני קאלס בייטאג אין ביינאכט
אבער מן הסתם טיען עס די זאליס
 פארוואס וועט ר יונה דער רויטער קענען מאכען א בעסערע תירוץ
 גראדע איז דער מחותן איינס פין די ערשטע מלמדים פין בני יואל

יוספ7 » 3/1/2010 23:13

ב"ה פאר דעם לאמיר האפן אז סוועט טאקע זיין איך הער אז מדארף נאך אסאך געלט צי ענדיגען די זאל

דיןתורה » 3/1/2010 23:18

קיינער ווייסט נאך נישט ווער דער מחותן איז (אז יא וואלט ער דאך געשריבן)
אבער משה'לע חכם ווייסט שוין אז מ'מאכט פאני קאללס......................

סיי וויאזוי כ'בין נישט מקנא דאס פארל! זאל זיי אוודאי זיין גיט

moishe12 » 3/1/2010 23:26

די שטיק קלישאפט
 ווייל איך שרייב נישט מיינט נישט אז קיינער ווייסט נישט
איך ווייס גראדע יא אבער איך בין נישט קיין אהרוני וואס שרייבט נעמען פין פרייוואטע מענטשען

יוספ7 » 3/1/2010 23:30

האט איינער די בריוו פינעם ברך משה ווי ער נעמט צירוק דע כח פין העלפן א מרא דאתרא וואס ער האט עם ליידער געגבען יאר'ן פריער אין ער געט עס פאר רבינו שליט"א? אויב האט איר עס ביטע ארויף לייגען

יוספ7 » 3/1/2010 23:35

באקימען א לינק דערצי

[בילד – נישט אפגעהיט]

יוספ7 » 3/1/2010 23:37

דא האט איר די בריוו ווי מזעט אז אפי' זייער דיין ר' געציל האלט אויך אזוי אז נאר רבינו שליט"א קען מסדר קדושין זיין אין קרית יואל אין דע אלע וואס מאכן די לעצטע יאר'ן זייט די בריוו פינעם ברך משה חתונה אין די גרעניצען פין קרית יואל אין נעמען נישט רשות פין מרן רבינו שליט"א האט ער געשריבן זייער שארף אקעגן זיי
[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי יוספ7 ב- 03/01/2010 23:41:51

נערמאלער » 5/1/2010 07:01

יוספ'ל גיט געזאגט, בעצם איז נישט דא וואס אריינצוגיין אין דעם ענין נאכדעים וואס דער ריכטיגער מרא דאתרא רבינו הקדוש בעל ברך משה האט קלאר אוועקגענומען די זכות פון מסדר קידושין זיין אין קרית יואל פון זיין תכשיט'ל הקדוש'ל, עס איז נישט דא קיין נידון אויף דעם

מה נפשך איז דער ברך משה געווען מרא דאתרא פון דעם פלאץ אזוי ווי רוב סאטמארע חסידים האבן אים אויפגענומען פאר רבי (בשעתו עכ"פ) האט ער דאך אוועקגענומען דעם זכות פון הקדוש'ל
איז ער נישט געווען מרא דאתרא אזוי ווי די בני יואל האלטן איז דאך ממילא נישט דא קיין פראבלעים

חוץ מזה איז אהרן קיינמאל נישט געווען רב אין קרית יואל על פי הלכה, אין די אפיציעלע קאנסוס שטייט אז "מען נעמט אויף אלס געהילף צום "מרא דאתרא רבינו שליט"א" [הברך משה זצ"ל], און בכלל אויב פירט זיך א קהילה מיט א רב קעגן די תורה האבן ערליכע אידן א רעכט זיך אפצוטיילן און מאכן א עקסטערע קהילה און זענען בכלל נישט געבינדען צו דעם נישט ערליכן רב כידוע מקדמת דנא ואכמ"ל
דאס אלעס זאג איך נאר ליתר שאת אבער דער עיקר איז אז דער ברך משה אליין האט פון אים קלאר אוועקגענומען די זכות פון צו זיין מסדר קידושין דארט אין קרית יואל

גערעכטער1 » 5/1/2010 17:22

יושקעלע באקט א באבקע, אין (נישט)נערמאלער זאגט א סאיז גיט אין מע קלאפט זיך אין די פלייצע,  איי דער דיין רבי געציל שליט''א שראבט קלאר אז חס ושלום א מאן דהוא זאל מסדר קידישן זיין בלי רשות המרא דאתרא ה''ה כ''ק רבינו שליט''א, זאגט יאשקעלע אז ער מיינט גאר דעם ר' גז''ל..., אין זיי האבן עפעס א פשעטיל, אז ער איז קיינמאל קיין רב נישט געווען מען האט עהם נאר אופגינימען פאר עפעס א משרת פארן ברך משה במילא איז ער קיינמאל קיין רב נישט גיווען, וויל איך דא זאגן פאר יאשקעלע, שקרן! שקרן! שקרן!!!, איך גיי נישט אראן אינעם פאברעצירטן בריף פינעם ברך משה וואס איז שוין איבערגעצייגט געווארן כמה פעמים אז דאס איז מזוייף מתוכו, אבער לאמיר דא דיסקאסן דעם קונסוס וואס רבינו שליט''א האט באקימען, אין קונסוס שטייט קלאר אז ער ווערט אויף גינימען אלץ רב ואב''ד קרית יואל, בלי שום תנאי, נישט פאר קיין העלפער, נישט פאר קיין משרת אין נישט פאר קיין הויז בחור, מע האט עם אופגינימען אלץ רב פין קרית יואל, אין א רב קען מען נישט אופזאגן מיט א היידפארק פאשקעוויל, עכ''פ לפי דעתו פין רבי געציל שליט''א, אדרבה יאשקע לייג דא ארויף דעם קונסוס וואס די קענסט אזוי קלאר אין ווייסט פינקטליך וואס דארט שטייט, איך האב דאס אמאל גיזען, אין דאס איז א גאר שיינער קונסוס,

דארט שטייט נאר בין הדברים אז דער אב''ד ורב קרית יואל וועט שטיין לימין זיין טאטע כ''ק אדמו''ר שליט''א, נו הייסט דאס עפעס א תנאי?, דארט שטייט אויך "והוא ינחינו במעגלי צדק בבריאות השלימות" סא, אויב איז דער רב פארקילט אין איז נישט בבריאות השלימות ווערט ער אויס רב?, אין טאמיר וויל ער נישט גיין קיין מעגלי צדק, איז ער אויך אויס רב?, כ''ק רבינו שליט''א איז דער מרא דאתרא!!!, צי יאשקעלע וויל יא צי נישט, אין מסדר קידישן זיין בלי רשות המרא דאתרא איז מורעדיג הארב, עס קימען דערויף זייער הארבע עונשים, אין אויזער די פאר מחוצפים וועט זיכער קיינער זיך נישט דערוואגן דארט צי זיין מסדר קידישן, איך ווייס בבירור אז איינער פין די רבני קרית יואל, איינער פין די מתנגדים וואס איז אבער פארט א ערליכער האט זיך גיטראפן מיט רבי יחזקאל ראטה אין עם גיפרעגט וועגן דעם ענין אין ער האט עם גיענטפערט שטיי אוועק דערפין ווייל די עונשים זענען זייער גרויס אויף סידיר קידישן אקעגן א מרא דאתרא, סא לעט דע פאן בעגין.

נערמאלער » 5/1/2010 17:46

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יושקעלע באקט א באבקע, אין (נישט)נערמאלער זאגט א סאיז גיט אין מע קלאפט זיך אין די פלייצע,  איי דער דיין רבי געציל שליט''א שראבט קלאר אז חס ושלום א מאן דהוא זאל מסדר קידישן זיין בלי רשות המרא דאתרא ה''ה כ''ק רבינו שליט''א, זאגט יאשקעלע אז ער מיינט גאר דעם ר' גז''ל..., אין זיי האבן עפעס א פשעטיל, אז ער איז קיינמאל קיין רב נישט געווען מען האט עהם נאר אופגינימען פאר עפעס א משרת פארן ברך משה במילא איז ער קיינמאל קיין רב נישט גיווען, וויל איך דא זאגן פאר יאשקעלע, שקרן! שקרן! שקרן!!!, איך גיי נישט אראן אינעם פאברעצירטן בריף פינעם ברך משה וואס איז שוין איבערגעצייגט געווארן כמה פעמים אז דאס איז מזוייף מתוכו,


געלינקטער גיי יא אריין אין די עיקר, דער ברך משה זי"ע האט אוועקגענומען פון אים די זכות און פערטיג, פאבריצירט אהער פאבריצירט אהין משה גבאי מיט נאך אנדערע אפפאל וואס עטס זענטס ביזי פארפירן, דעס איז אלעס באבקע מעשיות, ער האט געזאגט זיין מיינונג און דאס איז בינדענד פאר מיר און פאר דיר, דעטס איט

גערעכטער1 » 5/1/2010 17:59

א קיי, סאיז דא א פליגתה ציווישן (נישט)נערמאלער אין רבי געציל שליט''א אין כידיע ווען עס קימט צי הלכה איז יד (נישט)נערמאלער על העליונה ער איז דאך מפירסם אלץ א גאון עולם אין א פוסק מפירסם מע קען אוף עם זאגן אז ער איז דער שר התורה, סא, דע העק מיט רבי געצילס חוות דעת, (נישט)נערמאלערס פסק איז שריר וקיים!!!

נערמאלער » 5/1/2010 18:03

רבי געציל כבודו במקומו מונח אבער ער קען זיך נישט קריגן מיט'ן ברך משה דער מרא דאתרא

גערעכטער1 » 5/1/2010 18:11

איך האב א פראבע צי זען אויב די פאלגסט דעם ברך משה, זאג דא פאר יעדעם, ביסטי קרעציג?  צי נישט, אויב ביסטי קרעציג, הייב איך אוף די האנד אין זע אז די מיינסט דאס "נעבעך" ערענסט אז מע דארף פאלגן דעם ברך משה, (כא כא כא ) אבער ביסטי נישט קרעציג, זע איך א די ביסט אזא עזית פנים אין א מחוצף אז די אלסט נישט ביים פאלגן דעם ברך משה.
לץ וואס די ביסט..............!!!!!!!!!!!!!!!!!!

דיןתורה » 5/1/2010 19:42

קוק די טיטול וואס ירושלימער בי''ד רופט אים אן


[בילד – נישט אפגעהיט]
-
[בילד – נישט אפגעהיט]
מן הסתם זענען די בני יואל הייליגער פין די אלע רבנים

וועגן די בריוו וואס דער ברך משה זאל האבען געשריבן איז א שאד יעדעס ווארט, נאכדעם וואס דער דיין פין שטאט האט אלעס מברר געווען אין זיין תשובה, דער דיין וועלכער איז פין די איינציגסטע 3 וועלכע זענען 'רעקעמענדירט' געווארן דור'ן רבין ז''ל,

פארשטייצעך » 5/1/2010 20:33

ר' געציל איז דאך לשיטת אהרונים פסול אריינצורעדן אין די נושא וועגן ער איז א "פעיראל דיין".

אויסערדעם הער איך אז די מלמדים אין בני יואל האבן אונטערגעשריבן א פסק, אז דער ראט איז נישט רב אין קרית יואל.

גערעכטער1 » 5/1/2010 21:04

פארשטייצעך אליין, בא אינז איז א פעיראל דיין פסול, אבער "מיר" דארפן נישט קיין פסק פין רבי געציל ווייל בא אינז איז דאך די זאך קלאר אין סי פארשטייצעך אליין, אבער ביי אייך וואס די פעיראל דיינים זענען כשר וישר, נו האט איר א פעיראל דיין וואס פסקעט אז ח''ו צי נעמען א צווייטן מסדר קידישן,

איז אמת אז די בני יואל האבן אויך אינטער גישריבן, אז ר' אברהם ווידער איז נישט מעיאר, ריכטער אוענס איז נישט ריכטער, דער אלטער בית החיים איז מער נישט קיין בית החיים, אין דער רבעבעצינס בית המדרש איז נישט אפגישפארט, דער בית השחיטה איז מער נישט קיין בית השחיטה, אין יאשקע וואלדמאן איז נישט קיין מסור???.

פארשטייצעך » 5/1/2010 21:06

ביי אונז איז דער רבי די העכסטע אויטאריטעט!

און אז דער הייליגער ברך משה זי"ע האט צוגענומען פון ראט די אויסשליסליכע רעכט אויף סידור קידושין 
מי יבא אחר המלך?

גערעכטער1 » 5/1/2010 21:17

סא, וועגן דעם קימען מיר צי די מיסקאנא אז מיר ווילן זען ווער זענען די פורצי גדר! אין דער "הייליגער" ברך משה דער וואס האט אפגישפארט ענקער קלוב וועט זיך זיכער נוקם זיין אין ענק., אגב רבי געציל פילט זיך זייער גיט, ער זאגט אז מע האט עם גילייגט אין זייער א שיינער גרופע, די חברה לאכן פין באשעפער, זיי לאכן פין תורה משה, זיי לאכן פין חז''ל, זיי לאכן פין שולחן ערוך, זיי לאכן פין הייליגן ברך משה, אין יעצט לאכן זיי פין עם, ער זאגט אז סאיז זייער א גיטער פילינג.

פארשטייצעך » 5/1/2010 21:33

ענק וועלן בקרוב זען...

און א עצה טובה האב איך פאר ענק, אז יעדער חתונה (לכה"פ די ערשטע 20 30) וואס וועט פארקומען אין די נייע זאלן, זאלט עטץ שרייבן איז די חתונה איז פארגעקומען "הונטערן פלויט", און די חתן כלה זענען מאנגאס.

אויב ווילסט עטץ געווינען די מערכה פאר זיכער האב איך א בעסערע עצה, מען זאל מאכן א "צונאמען" פאר די האלל, אזוי וועט זיך זיכער קיינער נישט דערוואגן דארט חתונה צו מאכן, למשל "די שטאלס בעקיארד".

רעד עס אדורך מיט יונה, אדער מיט שמואל, און קום אויף מיט עפעס.

גערעכטער1 » 6/1/2010 04:30

פארשטייצעך כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ענק וועלן בקרוב זען...

און א עצה טובה האב איך פאר ענק, אז יעדער חתונה (לכה"פ די ערשטע 20 30) וואס וועט פארקומען אין די נייע זאלן, זאלט עטץ שרייבן איז די חתונה איז פארגעקומען "הונטערן פלויט", און די חתן כלה זענען מאנגאס.

אויב ווילסט עטץ געווינען די מערכה פאר זיכער האב איך א בעסערע עצה, מען זאל מאכן א "צונאמען" פאר די האלל, אזוי וועט זיך זיכער קיינער נישט דערוואגן דארט חתונה צו מאכן, למשל "די שטאלס בעקיארד".

רעד עס אדורך מיט יונה, אדער מיט שמואל, און קום אויף מיט עפעס.

 
פארשטייצעך אז מיר וועלן נישט זיין שאק, ווייל איר טרעט דאך כסדר אויף די תורה אין מיר פארשטייען אז איר זענט עלול אנציפייפן די תורה, חז''ל, אין דעם דיין שליט''א, אין דאס איז נישט דאס ערגסטע, ווילאנג אייער קרעטשמע איז פארשפארט זענעו מיר שוין גיווינערס, אגב, וועגן א נאמען פאר דעם חצוף האל אדער פגום האל, דארפסטי נישט זארגן אינזער באליבטער ר' שמואל ווידער נ''י איז שוין פלענטי מכובד גיווארן מיט קריאת השם אין ער איז כסדר עכסט סוקסעספול, סא, האט גידילד!!!, ווען איר האט גיבויט א ישיבה אין קווינס האט איר מיט געוואלד דאס גיוואלט ריפן "די סאטמארע ישיבה" אבער אזוי ווי ר' שמואל איז מכובד גיוארן מיט קריאת השם אין וקרא שמו בישראל "קווינסער ישיבה" איז דאס אזוי גיבליבן, פרעג סיי וועלעכן תלמיד פין קווינס ווי ער לערנט, וועט ער דיר גלייך ענטפער אין קווינסער ישיבה, אזוי אויך האט איר גיבויט א קעמפ אין סוואן לעיק אין איר האט דאס א נאמען גיגעבן מחנה דברי יואל, אבער דאס האט אנגיהאלטן ביז צים נעקסטן בלאט, ווי ר' שמואל האט גישריגן ויקרא שמו בישראל קווינס קעמפ,  ואמר כל העם אמן! גידענקט נאך עמעצער "מחנה דברי יואל?" זיכער אז נישט, יעדער בחור ווייסט אז זימער גייט ער קיין קווינס קעמפ, אזוי אויך מיטן בית החיים, וויפיל מח אין כח האט איר אריין גילייגט אז דאס זאל הייסן דער בית החיים החדש, הונדערדער פלאקאטן אין מודעות האט איר גיקלעבט אין די בתי מדרשים מיט קידוש לבנה אותיות "בית החיים החדש" איר האט אזוי זיס מזביר גיווען אז דאס איז נאר א הוספה צים אלטן בית החיים, אבער עודך, ר' שמואל האט מחליט גיווען אז ויקרא שמו בישראל "פאללאקס לאט" וכשמו כן הוא, יעדער ווייסט אז דאס איז פאללאקס לאט, ווען איינער ווערט ל''ע נפטר פרעגט יעדער ווי לייגט מען דעם נפטר אין קרית יואל אדער ביי פאללאקס לאט? (אין מער מאל ווי נישט איז דער ענטפער אין קרית יואל...) סא, האב אביסינקעלע גידילד, ר' שמואל וועט זיכער ארוף קימען מיט עפעס א גיטן נאמען פאר אייער אויסווארף זאל,
 

אמיגא » 6/1/2010 05:11

אוי גערעכטער, דו מאכסט מיר זשעלוס. כ'מיין אז כ'טשעינזש מיך אריין אין דיין פארטיי.
דאן וועלעך שוין איינמאל זיין גליקליך און צופרידן. נישטא מער קיין דורכפעלער. ווי נאר ס'וועט זיך חלילה מאכן א דורכפאל אדער פאנטשער, וועל איך נעמען דעם טרייבל אדער אריינשיקן שמואל יונה'ן אין אישי, און....וואונדער... ביז פיר און צוואנציג שעה, וועט דער געשעצטער און באליבטער ר' שמואל אויפקומען מיט א שפאגל-נייעם צונאמען, און פערטיג. צרות אוועק אוועק....

ליצנות אין א זייט געלייגט. לאמיך דיך פרעגן. נניח אז דער אזוי באליבטער משכיל האט טאקע עפעס אזא ווינדערליכן כישוף, אז ככל היוצא מפיו ווערט תיכף אזוי אנגערופן, אפגעזען צו וואו מען באלאנגט, האט דאס אבער ענק א משהו געהאלפן?? איז "קווינס ישיבה" צוליב דעם געבליבן מיט א צוואנציג אלטע בחורים וואס וועלן קיינמאל קיין חתנים נישט ווערן, צי איז דאס היינט צו טאגס די גרעסטע און בעסטע חסיד'ישע ישיבה איבער דער גארער וועלט מיט איבער 750 בחורים? 
מאנראו האט מען שוין צעטיילט, און צוריק צאמגענומען, ארויסגעווארפן און אריינגענומען, און יעצט האט מען ממש צעבראכן בפועל ממש גאנצע ווענט און איינגעטיילט די ישיבה אין פיר חלקים, און נאך אלץ גייט עס נישט. מען האלט ביי א'. עס איז פוחת והולך!
נו, אפשר קען שמואל געבן א נייעם נאמען פאר מאנראו און באווייזן ווינדער אויף פארקערט, ס'זאל שוין זיין בנה ביתך כבתחילה, מיט די אמאליגע דעמאגאגישע ציפערן פון 700-800, אנשטאט קנאפע פיר פופציג???

מיין נישט אז כ'פארשטיי נישט דיין ווייטאג. כ'פארשטיי שוין איינמאל! דאס איז עס. פינטל. אהרן ט"ב'ס טעראר איז אראפ. די איינציגסטע גאן וואס איז נאך ענק פארבליבן נאכ'ן בית החיים, איז געווען: סידור קידושין. מיט דעם האט מען געפאכעט איבער די קעפ, און געזאגט: נו, איך בין בעל הבית. קרית יואל האט א רב.
ועכשיו אהה, נהפך לאבל מחולינו. דאס צוקער-זיסע ווארט סידור קידושין, ווערט יעצט פארוואנדלט אין א גיהנום. געוואלד. מ'עפנט יעצט א נייעם ריזיגן זאל, וואס מ'האט שוין דארט געבוקט צען חתונות די ערשטע חודש אליינס, און נאך נישט פארטיג. "ויואל משה" (אוי, ניין "סאסמאנס" כהבאליבטער שמואל) שפאנט מיט ריזיגע שריט פאראויס, און ביז א חודש צוויי זענען זיי פארטיג מיט נאך א נייעם פראכטיגן זאל. 
יעצט קענסטו געבן וויפיל נעמען דו ווילסט שעפעלע. ס'וועט דיר גארנישט העלפן. נאדא.
גוד לאק שמואל-יונה, איך ווינטש דיר פיל הצלחה צו דיין נייע אונטערנעמונג.

גערעכטער1 » 6/1/2010 05:45

איך ווייס נישט צי דאס איז כישוף אדער סייעתא דשמיא אבער דער פאקט איז אז ער איז סוקסעספול מיט זיינע קריאת השם, קענסט דאס אנריפן דרך רשעים צליחה,  איך קער נישט, לאמיך דיר קלאר זאגן, די זאלסט נאכאמאל געבוירן ווערן וועסטי נישט פארשטיין אינזער עונג רוחני וואס מיר האבן, די דארפסט מיך נישט טרייסטן, וייל מיר בענקען זיך בכלל נישט צי די צייטן פין ברך משה ווען איך האב גידארפט דאווענען אין איין בית המדרש מיט מחוצפים אין עזות פענימער, אין יעדן טאג שרייען שייגעץ ארויס, איי ווי זיס איז אריין צי קימען אין שיל אין יעדער איז בלב אחד, קיין קרעציגע, קיין עזות פענימער, אלע שקצים ווארפן זיך אליין ארויס, ביי אינז בלייבן נאר די כולם אהובים כולם ברורים, די האסט נישט קיין השגה ווי גליקליך מיר זענען.

מיר דארפן נישט די גרעסטע ישיבה, אינז איז גיניג אז מיר האבן די בעסטע ישיבה, אין אויב האט קווינסער ישיבה 750 בחורים איז א חרפה אין א בישה אז ביי די טישן פין ענקער גרויסער צדיק פילן זיי נישט פאר וויכטיג זיך צי באווייזן מען טרעפט דארט לכל היותר 50 בחורים, די געוויינערייען פין נפתלי בלומענפעלד העלפט א קדחת, אפילע נאכן צי זאגן אז דער רבי וועט מקצר זיין מיט די תורה לאכן זיי זיך אויס, זייער שיין דערלעבט, אין אויף דעם דארפן מיר זיין דזשלאס? 

איך בעט דיך מאך נישט קיין ליצנית פין ציטיילן די ישיבה ווייל פראקטיק האט גיוויזן אז יעדעס מאל ווען איר מאכט פין אינז ליצנית גייט נישט דורעך קיין צוויי חדשים אין איר מאכט אינז נאך, סא, הער אויף!, איר וואלט אייך גיווינטשן צי האבן אזא ישיבה ווי קרית יואל, אבער צי דעם דארף מען האבן א מנהיג אמת, אויף איינעם וואס מען קען אויף עם ארויף קיקן, נישט א שטריק וואס יעדער לאכט פין עם, ניין! מיר זענען אויף אייך נישט דזשעלאס, אפילו ווען איר האט צוויי טויזענט בחורים. איז אמת,  די וואלס שטארק גיוואלט איך זאל מיט דיר טענה'ן וויפיל בחורים מיר האבן אין קרית יואל, אמת? וואלסט געוואלט איך זאל דיר אויס זאגן אז איך האלט יעצט די ליסט פין די בחורים אין קרית יואל וואס איז א טאטאל פין 769 בחורים, אבער איך האלט מיט דיר נישט ביים טענה'ן, ווייל אפילו אויב בלייבן מיר מיט הונדערט ערליכע וואוילע בחורים וועל איך נאך אלץ נישט זיין דזשעלאס אויף אייער 2000 בחורים וואס ווייסן נישט פין קיין פארטאגס לערנען אין דזשאמפן אויף חתונות יעדע נאכט ביז 1 אזייגער, וואס איז גיוען למורת רוחו פין הייליגן דברי יואל זי''ע.

אין גלייב מיר איך פארשטיי פארוואס די רעדסט אזוי פיל פין ווייטאג, ווייל איר זענט כל היום וכל הלילה פיל מיט ווייטאג, דער כל זה איננו שוה לי ארבייט זייער שטארק, דער ר' אהרן טייטלבוים וואס לויטן פלאן האט גידארפט אראפ גיין פין די מפה, ער האט גידארפט פארשווינדן ווערן קיין איסט פלעטבוש, איז היינט ציטאג דער רבן של כל בני הגולה, יא, איך ווייס אז נישט ביי אייך זאליס אין נישט ביי די בני המן, איך רעד נאר פין דעם גאנצן יהדות החרדית איבער דער גארער וועלט, יעדער ווייסט ווער סאיז דער גרעסטער מנהיג ישראל היינט צי טאג. מיר דארפן נישט קיין גאן, מיר דארפן נישט קיין סידיר קידישן'ס די פראפעגאנדע לאזן מיר פאר אייך זאליס, מיר האבן א רבי וואס איז מלא וגדיש אין תורה, מיר האבן דעם גרעסטן מרביץ תורה בדורינו, אין מיר זענען זייער ציפרידן.

גלייב דער רבי שליט''א האט נישט קיין שום תאווה צי זיין מסדר קידישן ביי א וואלדמאן אדער א טירנויער, סאיז ביי עם קיין שום כבוד, די קרעציגע בני יואל האבן עם במילא נישט גינימען ביז היינט, זיי זענען זיך גילאפן קיין מאנסי, סא האט ער במילא נישט קיינעם פארלוירן. נאר דאס ווייזט נאר ווי שטארק איר רעכנט זיך מיט די תורה, דאס ווייזט נאר אייער אמתדיגער פרצוף, אין די וועלט צייגט זיך איבער אז מען האט זיך מיט אייך נישט גינארט, מחוצפים בלייבן מחוצפים. אבער ווייטאג? מאן דכר שמיה. סי באדערט קיינעם נישט.

נערמאלער » 6/1/2010 14:51

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מיר דארפן נישט די גרעסטע ישיבה, אינז איז גיניג אז מיר האבן די בעסטע ישיבה, אין אויב האט קווינסער ישיבה 750 בחורים איז א חרפה אין א בישה אז ביי די טישן פין ענקער גרויסער צדיק פילן זיי נישט פאר וויכטיג זיך צי באווייזן מען טרעפט דארט לכל היותר 50 בחורים,

ארוינישל אפשר קענסטו מיר מסביר זיין פארוואס ביי שלש סעודות ווען די בחורים עסן נישט אפיציעל מיט דעם קדוש'ל איז נישט דא אין בית מדרש מער ווי 50 בחורים
פארוואס דארף דער קדוש'ל עסן מיט די בחורים ווען די בחורים קומען ממילא צום טיש, אה איך ווייס שוין ווייל דער קדוש'ל האט פשוט א משוגע'נע אהבה צו די בחורים, ער קען זיך נישט שיידן פון זיי
 וואלסט געוואלט איך זאל דיר אויס זאגן אז איך האלט יעצט די ליסט פין די בחורים אין קרית יואל וואס איז א טאטאל פין 769 בחורים, אבער איך האלט מיט דיר נישט ביים טענה'ן, ו
איך מיין אז קאמאנטארן זענען איבריג, עטס האטס דאך אין וויליאמסבורג אויך 6 טויזענט קינדער אין די מוסדות.....
ברוך השם אז די ערליכע אידן שטייען פי כמה פון ענקער צודרייטע קלאב, ווען די סקאנאמאנק ישיבה איז פוחת והולך אין האלט היינט ביי א נישטיגע 400 בחורים ווען אין קווינס איז דא איבער 750 בחורים און אין די ישיבה קטנה נאך קרוב צו 600 בחורים


גלייב דער רבי שליט''א האט נישט קיין שום תאווה צי זיין מסדר קידישן ביי א וואלדמאן אדער א טירנויער, סאיז ביי עם קיין שום כבוד, די קרעציגע בני יואל האבן עם במילא נישט גינימען ביז היינט, זיי זענען זיך גילאפן קיין מאנסי, סא האט ער במילא נישט קיינעם פארלוירן.
אהא הייסט וועגן דעם לויפט ער אויף אלע פיר צו אלע זיינע שונאים'ס חתונות צו זיין מסדר קידושין

סקאטמאלען » 6/1/2010 15:35

אין מיינע אויגן איז די נאמען "קווינס ישיבה" אדער "קווינס קעמפ" לגמרי נישט קיין שפעט ווארט, קווינס איז נישט מער ווי א נאמען פון א געגנט, מ'האט אלס גערופן ישיבות ומוסדות ע"ש א געגנט, וואס איז די ביג דיל?

kj1234 » 6/1/2010 16:20

איך וואלט פארגעשלאגן פאר דע חברה אז מזאל עס ריפן "די בארג זאל" ווייל אנציקימען צי די זאל דארף מען פארן אויף א בארג

פארשטייצעך » 6/1/2010 16:33

אוודאי איז קווינס ישיבה נישט קיין שפעט ווארט, ס'איז דער גרעסטער כבוד פאר א בחור.

גערעכטער1 » 6/1/2010 16:58


מיר דארפן נישט די גרעסטע ישיבה, אינז איז גיניג אז מיר האבן די בעסטע ישיבה, אין אויב האט קווינסער ישיבה 750 בחורים איז א חרפה אין א בישה אז ביי די טישן פין ענקער גרויסער צדיק פילן זיי נישט פאר וויכטיג זיך צי באווייזן מען טרעפט דארט לכל היותר 50 בחורים,

ארוינישל אפשר קענסטו מיר מסביר זיין פארוואס ביי שלש סעודות ווען די בחורים עסן נישט אפיציעל מיט דעם קדוש'ל איז נישט דא אין בית מדרש מער ווי 50 בחורים
פארוואס דארף דער קדוש'ל עסן מיט די בחורים ווען די בחורים קומען ממילא צום טיש, אה איך ווייס שוין ווייל דער קדוש'ל האט פשוט א משוגע'נע אהבה צו די בחורים, ער קען זיך נישט שיידן פון זיי 

אין 50 איז דען יא דא? איך אלט אז סך הכל ביי אינזער רבינס שלש סעודות איז דא נישט מער ווי 10-12 בחורים די אלע ברענטשעס אויף די צוויי זייטן פין בית המדרש ווי מען זעט עפעס וואס זעט אויס ווי בחורים זענען באמת נישט קיין בחורים מעמיינט נאר אז סאיז בחורים, די נישט נורמאלער, ביסטי שוין אמאל גיווען ביי אינזער רבי ביי שלש סעודות? דארט זעט מען א קיימא לן פין איבער 600 בחורים אויסער די ישיבה קטנה בחורים  צינויף גישטיפט אויף די ברענטשעס (אמת מיר האבן נישט מער ווי 400 בחורים אין די ישיבה אבער צי שלש סעודות בארגט מען אפאר בחורים פין טאש קודש, פין טשאד אין פין תולדות אהרן אין ספינקע), אין ס'איז נישט אז דער רבי קען זיך נישט שיידן פין די בחורי חמד נאר פארקערט די בחורים קענען זיך נישט שיידן פינעם רבי שליט''א, די פארשטייסט דאס נישט? נו, וויאזוי זאל א זאלי דאס פארשטיין!!!

 וואלסט געוואלט איך זאל דיר אויס זאגן אז איך האלט יעצט די ליסט פין די בחורים אין קרית יואל וואס איז א טאטאל פין 769 בחורים, אבער איך האלט מיט דיר נישט ביים טענה'ן, ו
איך מיין אז קאמאנטארן זענען איבריג, עטס האטס דאך אין וויליאמסבורג אויך 6 טויזענט קינדער אין די מוסדות.....
ברוך השם אז די ערליכע אידן שטייען פי כמה פון ענקער צודרייטע קלאב, ווען די סקאנאמאנק ישיבה איז פוחת והולך אין האלט היינט ביי א נישטיגע 400 בחורים ווען אין קווינס איז דא איבער 750 בחורים און אין די ישיבה קטנה נאך קרוב צו 600 בחורים

אויב איז דא אין קווינס 750 בחורים מיינט דאס אז 700 בחורים האבן דעם גז''ל אינדערערד, אויב האבן זיי 1000 בחורים הייסט דאס אז 950 בחורים לאכן פין עם אין די פויסטן, אינטרעסאנט, זאליס האבן 750 + 600 = 1350 אין וויליאמסבורג אין ביי די טישן האבן זיי גאנצע 50 בחורים אדער 1000 פינגערס אויב רעכנט מען די פיס פינגער אויך, אין די אהרונים האבן אין קרית יואל נישט מער ווי 400 בחורים אין ביי שלש סעודות שטייען היבש איבער 1000 בחורים פין ישיבה גדולה אין ישיבה קטנה, איז אינזער רבי נישט קיין בעל מופת?

גלייב דער רבי שליט''א האט נישט קיין שום תאווה צי זיין מסדר קידישן ביי א וואלדמאן אדער א טירנויער, סאיז ביי עם קיין שום כבוד, די קרעציגע בני יואל האבן עם במילא נישט גינימען ביז היינט, זיי זענען זיך גילאפן קיין מאנסי, סא האט ער במילא נישט קיינעם פארלוירן.
אהא הייסט וועגן דעם לויפט ער אויף אלע פיר צו אלע זיינע שונאים'ס חתונות צו זיין מסדר קידושין

ניין, ער לויפט נישט אויף אלע פיר ער פארט פלעין מיט א קאר ווייל איינס פין די פונקציעס פין א מרא דאתרא איז אז ער איז מסדר קידישן, אין ער טיט זיין פליכט בנאמנות, גידענקסט נישט?, ער דארף דאך העלפן זיין טאטע, אין זיין טאטע האט מען דאך נישט גילאזט קימען קיין קרית יואל האט ער דאס גידארפט ציטין.



תוקן על ידי גערעכטער1 ב- 06/01/2010 17:26:51

סעננדר » 6/1/2010 21:30

די שארפע בריוו פון ר' געציל איז אויך געווען אלס פליכט....?

וואס גייט אים אן בני יואל'ס עבירות? זאל מהר"א טון זיין פליכט מיט סידור קידושין, און בני יואל וועט טון זייער'ס, וואס זארגט ער זיך אויף בני יואל'ס פסולי קידושין?

און וואס איז מיט די פאני קאלס יעדע נאכט צו די מחותנים הירש-האכהייזער? דעס איז אויך ווייל די גאנצע מעשה אינטערסירט אים אין די לינקע פאה? 

גערעכטער1 » 6/1/2010 21:40

רבי געציל שליט''א האט באקימען אנפראגעס פין ערליכע בני יואל'ס (סי נאך דא אזעלעכע ביי די בני יואל, זיי זענען דאך פארט נישט קיין זאליס ווי א ערליכער איז בבל יראה ובל ימצא), אין אלץ דיין דמתא האט גיפילט א חוב צי לאזן הערן זיין חות דעת, האסט א פראבלעם מיט דעם?, אין מיט דעם פסק בית דין פין דיינע דריי פריש גיבוירענע דיינים וואס האבן גישריבן אויף א גוי א שייגעץ א אהרוני אז ער איז א מסור, איז דיר גארניש שווער, וואס ארט זיי דע ערליכקייט פין א אהרוני? עמעציר וועט זיך ציטין מאכן פין זייער פסק?

אין וועגן פאני קאלס דארפסטי פרעגן נפתלי בלומענפעלד פפארוואס ער האט אראן גיריפן די קווינס באמעס אין זיי שטרענג אנגיווארענט אויפציהערן מיט די פאני קאלס וואס מע האט נאכגיטרעיסט קיין קווינס ישיבה, אין זיי גיווארנט אז די פאליציי איז זיי גרייט צי ארעסטירן אויס דאס ווערט נישט גיסטאפט, נעבעך די קווינס חכמים האבן גימיינט אז יעדער וועט חושד זיין די אהרונים, אזוי וי דער חכם סענדער פין קוינסער ישיבה, אבער מע האט ענק גיפאקט בא די מעשה.

סעננדר » 6/1/2010 21:56

ר' געציל האט באקומען אנפראגעס פון בני יואל, און די תשובה האט ער אריינגעלייגט אין בלאט...... פלא
אויך אין די בני יואל'ע בתי מדרשים האט מען דעס נישט געזען, (כ'רעד נאך פארן אראפרייסן..) די פסק פון די בד"ץ האט מען טאקע איבערגעגעבן אין די האנט פונעם מסור, נישט בלויז אריינגעשטעלט אין דער איד

 די קווינס פאני קאלס איז דא גארנישט נוגע, דע קשיא פארוואס די מחותנים באקומען באטאג און ביינאכט פאני קאלס בלייבט קשיא

  

גערעכטער1 » 6/1/2010 22:34

סעננדר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ר' געציל האט באקומען אנפראגעס פון בני יואל, און די תשובה האט ער אריינגעלייגט אין בלאט...... פלא

ניין!, רבי געציל האט יעדן גיענטפערט בסבר פנים יפות, אבער אזוי ווי די פרעגערס האבן זיך גימערט, האט ער גיבעטן זיינע מענטשן אז מע זאל דאס מפרסם זיין, האט מען דאס גילייגט אין בלאט, אין דאס איז טאקע היינט מפורסם זעסט דאך אפילו די ווייסט שוין אויך זיין חוות דעת, אפשר וועסטי באלד שראבן אז רבי געציל האט דאס גילייגט אויף היידפארק?

אויך אין די בני יואל'ע בתי מדרשים האט מען דעס נישט געזען, (כ'רעד נאך פארן אראפרייסן..) די פסק פון די בד"ץ האט מען טאקע איבערגעגעבן אין די האנט פונעם מסור, נישט בלויז אריינגעשטעלט אין דער איד

די בני יואל וועלן דאך נישט אויסזאגן אז זיי גייען פרעגן רבי געציל, זיי גייען צי עם באלטענערהייט, אין אוודאי וועלן זיי דאס נישט ארויס הענגען אין זייערע בתי מדרשים אבער זיי וויסן שוין קלאר זיין חוות דעת.

 די קווינס פאני קאלס איז דא גארנישט נוגע, דע קשיא פארוואס די מחותנים באקומען באטאג און ביינאכט פאני קאלס בלייבט קשיא

אז די ווילסט באמת וויסן א ענטפער פרעגסטי די ראנג פיפעל, פרעג דיינע חברים אין קווינס קאלעדש פארוואס זיי מאכן פאני קאלס צי די מחותנים?

  

יוספ7 » 7/1/2010 18:18

סעננדר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]


און וואס איז מיט די פאני קאלס יעדע נאכט צו די מחותנים


איך האב מיך נאכגעפרעגט ס'איז בכלל נישט אמת דעס אז די מחותנים זאלן באקימען פאני קאלס.

דיןתורה » 7/1/2010 20:25

[quote]


און וואס איז מיט די פאני קאלס יעדע נאכט צו די מחותנים

איך האב מיך נאכגעפרעגט ס'איז בכלל נישט אמת דעס אז די מחותנים זאלן באקימען פאני קאלס.
[/quote]
זארג דיך נישט קיינער האט נישט געמיינט אז ס'איז יא אמת....

תוקן על ידי דיןתורה ב- 07/01/2010 20:26:31

zibala » 8/1/2010 18:01

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ענק וועלן בקרוב זען...
 
פארשטייצעך אז מיר וועלן נישט זיין שאק, ווייל איר טרעט דאך כסדר אויף די תורה אין מיר פארשטייען אז איר זענט עלול אנציפייפן די תורה, חז''ל, אין דעם דיין שליט''א, אין דאס איז נישט דאס ערגסטע, ווילאנג אייער קרעטשמע איז פארשפארט זענעו מיר שוין גיווינערס, אגב, וועגן א נאמען פאר דעם חצוף האל אדער פגום האל, דארפסטי נישט זארגן אינזער באליבטער ר' שמואל ווידער נ''י איז שוין פלענטי מכובד גיווארן מיט קריאת השם אין ער איז כסדר עכסט סוקסעספול, סא, האט גידילד!!!, ווען איר האט גיבויט א ישיבה אין קווינס האט איר מיט געוואלד דאס גיוואלט ריפן "די סאטמארע ישיבה" אבער אזוי ווי ר' שמואל איז מכובד גיוארן מיט קריאת השם אין וקרא שמו בישראל "קווינסער ישיבה" איז דאס אזוי גיבליבן, פרעג סיי וועלעכן תלמיד פין קווינס ווי ער לערנט, וועט ער דיר גלייך ענטפער אין קווינסער ישיבה, אזוי אויך האט איר גיבויט א קעמפ אין סוואן לעיק אין איר האט דאס א נאמען גיגעבן מחנה דברי יואל, אבער דאס האט אנגיהאלטן ביז צים נעקסטן בלאט, ווי ר' שמואל האט גישריגן ויקרא שמו בישראל קווינס קעמפ,  ואמר כל העם אמן! גידענקט נאך עמעצער "מחנה דברי יואל?" זיכער אז נישט, יעדער בחור ווייסט אז זימער גייט ער קיין קווינס קעמפ, אזוי אויך מיטן בית החיים, וויפיל מח אין כח האט איר אריין גילייגט אז דאס זאל הייסן דער בית החיים החדש, הונדערדער פלאקאטן אין מודעות האט איר גיקלעבט אין די בתי מדרשים מיט קידוש לבנה אותיות "בית החיים החדש" איר האט אזוי זיס מזביר גיווען אז דאס איז נאר א הוספה צים אלטן בית החיים, אבער עודך, ר' שמואל האט מחליט גיווען אז ויקרא שמו בישראל "פאללאקס לאט" וכשמו כן הוא, יעדער ווייסט אז דאס איז פאללאקס לאט, ווען איינער ווערט ל''ע נפטר פרעגט יעדער ווי לייגט מען דעם נפטר אין קרית יואל אדער ביי פאללאקס לאט? (אין מער מאל ווי נישט איז דער ענטפער אין קרית יואל...) סא, האב אביסינקעלע גידילד, ר' שמואל וועט זיכער ארוף קימען מיט עפעס א גיטן נאמען פאר אייער אויסווארף זאל,
 

לפי ידיעתי רופט מען די ארוינישע יעשיווע, "מאנרא",  אז מען מען פרעגט אנארויני ווי ער לערנט, זאגט ער אין "מאנארא" אין אגב אין סאטמער האט מען אלץ גערופן "סענדס סטריט" "באראם סטריט" סא קאדאס מר. ווידער פארן צוגעפאסטן  נאמען.

אין ריגארדס צו "פאללאקס לאט" כ'האב עס נאכנישט געהערט אין סאטמאר רז"ל, כהאבעס ד'ערשטע מאהל געהערט פון א זעכציג יעריגער נארויני, ווען כ'האב א בליק געטאהן אויף איהם, ווי מ'זאגט איר זענט ביי אלעמען, לאכטער זעך אינטער', האסט נישט געזעהן אויף היידןפארק...
ס'נישט קיין סוד אז זיבעציג יעריגע ארוינים זענען שרייבערס אין כה"כ, ווי מ'זעהט שרייבערס שרייבן פונקטליך וואסזע געדענקן פון די י"ד יארן - פרשת רויזעלע ועוד, כ'האב א שטארקע חשד אז קסיל הערש וו"ב איז נ'ערענסטער שרייבער, וויבאקאנט איז געווען שטארק פארמישט אין דעם פאליטיק.

דיןתורה » 8/1/2010 18:32

כ'מיין אז ביזט גערכעט אין כל העולם שרייבן הר''ר יקתואל הערש וועצב''ג שליט''א......

איין זאך איז זיכער אז דא אין אידישע געדאנק - בדרך כלל, שרייבן זייער יונגע, כ'ווייס נישט צו ממש קווינס בחורים אבער יענע איי קיו.

zibala » 8/1/2010 19:22

דיןתורה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
כ'מיין אז ביזט גערכעט אין כל העולם שרייבן הר''ר יקתואל הערש וועצב''ג שליט''א......

איין זאך איז זיכער אז דא אין אידישע געדאנק - בדרך כלל, שרייבן זייער יונגע, כ'ווייס נישט צו ממש קווינס בחורים אבער יענע איי קיו.

שקויעך פארן קאמפירמשאן,
ב"ה אונזערע באלעבתים זענען באזעצענע יודן אין זיי שעמען זיך נאכצוזאגן א הייד פארק שרייבער, אמת סיזדא איינצעלע היצקעפ וגם אני בתוכם, מיר וועלען איווענטשעלי אויס וואקסן, מיר זענען דאך ס"ה בחורים,  אבער אז זעכטציג - זיבעציג יעריגע זיצען און שרייבן דא "פאקטן" פון זעכציק יאר צוריק?! סאונדס פאני טאא מי, באט נא קוועסאשאן'ס אן ע נארויני

תוקן על ידי zibala ב- 08/01/2010 19:24:57

גערעכטער1 » 10/1/2010 19:35



זיבעלע שרייבט: לפי ידיעתי רופט מען די ארוינישע יעשיווע, "מאנרא",  אז מען מען פרעגט אנארויני ווי ער לערנט, זאגט ער אין "מאנארא" אין אגב אין סאטמער האט מען אלץ גערופן "סענדס סטריט" "באראם סטריט" סא קאדאס מר. ווידער פארן צוגעפאסטן  נאמען.

אין ריגארדס צו "פאללאקס לאט" כ'האב עס נאכנישט געהערט אין סאטמאר רז"ל, כהאבעס ד'ערשטע מאהל געהערט פון א זעכציג יעריגער נארויני, ווען כ'האב א בליק געטאהן אויף איהם, ווי מ'זאגט איר זענט ביי אלעמען, לאכטער זעך אינטער', האסט נישט געזעהן אויף היידןפארק...
ס'נישט קיין סוד אז זיבעציג יעריגע ארוינים זענען שרייבערס אין כה"כ, ווי מ'זעהט שרייבערס שרייבן פונקטליך וואסזע געדענקן פון די י"ד יארן - פרשת רויזעלע ועוד, כ'האב א שטארקע חשד אז קסיל הערש וו"ב איז נ'ערענסטער שרייבער, וויבאקאנט איז געווען שטארק פארמישט אין דעם פאליטיק.


איך בין דעם שבת צי געגאנגעם צי אריבער 20 בחורים פין קרית יואל, וואס זענען געווען אינדערהיים אויף שבת, אין יעדן עקסטער גיגעבן שלום אין גיפרעגט ווי זיי לערנען, אין יעדער אן א אוסנאם האט גיענטפערט אין קרית יואל, עטליכע האבן גיזאגט אין ישיבה גדולה פין קרית יואל אבער קיינער האט נישט גיזאגט אז ער לערנט אין מאנארא, ווידער היינט ביים דאווענען אין קליימער זענען 2 בחורים ציגעקימען צי מיר מיט א ראפל פאר קרן חתנים, פרעג איך זיי פאר וועלעכע ישיבה? איז גיווען דער ענטפער "קווינסער ישיבה"... , אין אין מיינע צאטן אין סענדס סטריט האט קיינער קיינמאל נישט גיענטפערט אז ער לערנט אין סענדס סטריט, אויב האט מען גיפרעגט א בחור ווי ער לערנט איז גיווען דער ענטפער, אין סאטמארע ישיבה ביים רבין, אבער אינזער זיבעלע ווייסט שוין בעסער, וועגן פאלאקס לאט, איך דאווען אינדערוואכן אין קליימער, אלע זאליס ריפן דאס פאלאקס לאט, ווען איינער ווערט ל''ע נפטר ווערט גלייך דער מדיבר ווי גייט ער ליגן? ביי פאלאק צי אין קרית יואל בית החיים, סא, זיבעלע, האק נישט קאן שייניק מיט דיינע שקרים.

סעננדר » 10/1/2010 22:48

גראדע מיינע אייניקלעך וואס לערנען ביי ר' אהרן, רופן עס "קרית יואל'ע ישיבה" און די אייניקלעך וואס לערנען ביי ר' זלמן לייב זאגן אז זיי לערנען אין די "סאטמארע ישיבה"

חיים_מענדל » 10/1/2010 23:00

איינער ווייסט ביז ווי ס'גרעינץ'ט זיך די "גלילות"? מילא קרית יואל האט זיך זיינע גרעיניצן אבער והגלילות? אפשר מיינט דאס גאנץ ארענדש קאונטי?

רבינחום » 10/1/2010 23:11

אזוי פיל געדענק איך נאך אז די בחורים פלעגען זאגען אז זיי לערנען אין סענז ווי אויך די קינדער פלעגען זאגען אז זיי לערנערן אין דיגראו

היינט זאגען די קינדער איך לערן אין טרופ למשל אהרונים אין מאנרא זאלונים אין קווינס

קליפ » 18/1/2010 05:25

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי משגיחים ב- 18/01/2010 19:37:27

קליפ » 18/1/2010 05:25

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי משגיחים ב- 18/01/2010 19:38:09

קליפ » 18/1/2010 05:26

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי משגיחים ב- 18/01/2010 19:38:45

קליפ » 18/1/2010 05:27

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי משגיחים ב- 18/01/2010 19:39:26

קליפ » 18/1/2010 05:28

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי משגיחים ב- 18/01/2010 19:40:08

קליפ » 18/1/2010 05:29

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי משגיחים ב- 18/01/2010 19:40:41

קליפ » 18/1/2010 05:30

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי משגיחים ב- 18/01/2010 19:42:58

קליפ » 18/1/2010 05:30

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי משגיחים ב- 18/01/2010 19:43:55

קליפ » 18/1/2010 05:31

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי משגיחים ב- 18/01/2010 19:44:46

קליפ » 18/1/2010 05:31

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי משגיחים ב- 18/01/2010 19:45:19

בלאט: 1 2