היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » דיאלאג מיט ווארימער

דיאלאג מיט ווארימער

56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2740557
בלאט: 1 2

אלעסגוט » 1/1/2010 12:19

שלום וברכה!

אצינד האבן מיר זיך גענומען די מיה, צו פירן אן אינטערעסאנטן דיאלאג מיט דער ניק "ווארימער", וואס איז פון די נטורי קרתא. דער דאזיגער דיאלאג וועט איבערגעזעצט ווערן אין די ענגלישע שפראך און אריינגעלייגט ווערן אין די צייטונגען, ווי טויזנטע גוים וועלן דאס קענען ליינען.

דער דיאלאג וועט געפירט ווערן אויף אן אופן וואס איך וועל פרעגן שאלות און ווארימער וועט ענטפערן, אזוי אז ער וועט זיך קענען ארויסגעבן מיט זיין שיטה לויט זיין באקוועמליכקייט, ויראה הקהל למי החותמת ולמי הפסילים.

מיר בעטן פון יעדן איינעם, אז מען זאל בשום אופן נישט מגיב זיין אין דעם אשכול, נאר לאזן דא דער דיאלאג געפירט ווערן על צד היותר טוב.

ובזה החלי:

ווארימער, ביזט גרייט?

ווארימער » 1/1/2010 18:01

שלום עליכם, ר' אלעסגוט נ"י.

השי"ת זאל העלפן עס זאל זיין "ווארים" און "אלעס-גוט" פאר אונז און פאר אלע יודען.

ווי איך פארשטיי, האסטו פארשידענע פראגן בנוגע די מסירת'נפש-דיגע אקטיוויטעטן פון די שלוחי ציבור, וועלכע ארבעטן יומם ולילה בקצוי תבל, למען "קידוש השם" ולמען "הצלת ישראל", ווי די וועלט רופט זיי מיטן נאמען "נטורי קרתא".

איך וועל מיך אי"ה אנשטרענגן כיד ה' הטובה עלי, קלארצושטעלן אויף בעסטן אופן מעגליך, די תוכן הפעולות, די עררייכונגען, די תורה'דיגע אונטערלאגע אויף וואס די פעולות זענען באזירט, די היסטארישע איינשטומיגע מסורה, און ווי אויך קלאר-צושטעלן די שיטות המתנגדים למיניהם אנגעהויבן פון די עקסטרעמע מזרחי ביז צו די קנאי'שע סאטמארע יודן, וועלכע שטעלן זייער התנגדות אין נאמען פון "רבי'ן זכרונו לברכה" (מרן הגה"ק בעל ויואל משה - ודברי יואל זצוקלל"ה).

כ'האף אז דער 'דיאלאג' וועט ברענגן די ריכטיגע ערפאלגן, אריינצוברענגן דעם ציבור אין א גאר וויכטיגע וואס נוגע דעם גאנצן "כלל ישראל", און ווערט נישט באהאנדלט מיטן ריכטיגן אחריות וואס פאסט פאר אזא קריטישע טעמע.

אדרבא ר' "אלעס-גוט" נ"י, לאמיר די זאך טאקע דיסקוסירן לארכה ולרחבה, און "ירא הקהל וישפוט למי החותם-אמת ולמי הפסילים".

וואס קען איך אייך העלפן ? 

אלעסגוט » 3/1/2010 04:47

בעזרת השם יתברך וועלן מיר אנהויבן מיט דער דיאלאג.

איידער מיר הויבן אן וויל איך קלארשטעלן עטליכע נקודות וואס זענען דורכגעשמועסט געווארן צווישן מיר מיט ווארימער, פאר דער באקוועמליכקייט פונעם ציבור:

א: עס וועט נישט נעמען מער פון 24 שעה צווישן די שאלות ותשובות, כדאי דער ציבור זאל קענען לייכט מיטהאלטן און פארשטיין.

ב: די שאלות ותשובות זאלן זיין קורצע זאצן און נישט מיט קיין אריכות, צו די באקוועמליכקייט פונעם ציבור.

ג: עס וועט געפרעגט ווערן עטליכע שאלות אויף אמאל, כדאי מערערע זאכן זאלן קענען באהאנדלט ווערן.

לידיעת הציבור: דער דיאלאג וועט איבערגעזעט ווערן אויף די ענגלישע שפראך, וואו עס וועט באשריבן ווערן אין צייטונגען.

ולסיום: ביטע נישט אריינרעדן און מגיב זיין אין דעם אשכול, אין פאל איר ווילט מגיב זיין, ביטע עפנט א נייעם אשכול דערפאר.

אלעסגוט » 3/1/2010 05:37

לאמיר אצינד אנהויבן.

איידער מיר גייען צו, צו די אקטיוויטעיטן פון נטורי קרתא, און צו די שיטות פון די נטורי קרתא, לאמיר קודם זען "ווער" נטורי קרתא איז:

א) וועמען פארטרעט נטורי קרתא? - גאנץ כלל-ישראל, האלב כלל-ישראל, א חלק, עטליכע אידן... שמועס אויס מער פונקטליכער (אין עטליכע ווערטער אדער אין א קורצע זאץ) "וועמען פארטערט נטורי קרתא"?

ב) ביזטו (ווארימער) איינשטומיג מיט אלע פעולות פון די נטורי קרתא, אדער איז פאראן עטליכע זאכן וואס דו דינגסט זיך מיט זיי? - אויב יא - וואס?

ג) ווער איז דיין מורה-דרך אין אלע אקטיוויטעטן פון די נטורי קרתא (אויב דו האסט נישט א מורה-דרך, דאן שרייב אז דו האסט נישט)?

ד) נעמען די נטורי קרתא אן אלע דיעות און השקפות פון דער מורה דרך?

ה) זענען אלע נטורי קרתא פאראייניגט אונטער דער זעלבער פירערשאפט אדער איז פאראן דיפערענצן צווישן זיי?

ו) ווער איז דער הויפט מחליט אין אלע פעולות פון די נטורי קרתא?

ז) אצינד שטעל פאר אין קורצע ווערטער (פינף שירות מאקסימום) די שיטה פון די נטורי קרתא בנוגע דער מדינת ישראל קאנפליקט?


תוקן על ידי אלעסגוט ב- 03/01/2010 05:45:29

ווארימער » 3/1/2010 07:38

א) וועמען פארטרעט נטורי קרתא? - גאנץ כלל-ישראל, האלב כלל-ישראל, א חלק, עטליכע אידן... שמועס אויס מער פונקטליכער (אין עטליכע ווערטער אדער אין א קורצע זאץ) "וועמען פארטערט נטורי קרתא"?
 
"נטורי קרתא" פארטרעט דעם תורה'דיגן שטעלונג פון יודן ווי צו באהאנדלן דעם ענין פון "גלות" כלפי די גוים.

רוב מנין ובנין פון ארטאדאקסישן כלל ישראל זענען איינשטימיג מיט די פאלגענדע 5 פונקטן.

1) - יודן זענען אין "גלות" עד היום דורכ'ן ציווי ה'.

2) - זיך שלאגן אדער רייצען מיט גוים איז קעגן די תורה.

3) - אויב מ'האט א פראבלעם מיט די אוה"ע, איז דער דרך "שוחד והכנעה".

4) - מען דארף טוען וואס מען קען מקדש זיין שם ה', ווען עס ווערט מחולל בשם ישראל.

5) - ווען יודן זענען אין א סכנה דארף מען טוען וואס מ'קען צו ראטעווען.

אין דעם הינזיכט בכלליות קען מען זאגן אז זיי פארטרעטן דעם גאנצן יהדות החרדית, אבער און פאקט זענען א גרויסער פערצענט ארטאדאקסישע יודען נישט מיט זיי איינשטימוג, ווייל לויט זייער (נישט ריכטיגע) מיינונג טוט נט"ק פארשטארקן די סכנה.

ב) ביזטו (ווארימער) איינשטומיג מיט אלע פעולות פון די נטורי קרתא, אדער איז פאראן עטליכע זאכן וואס דו דינגסט זיך מיט זיי? - אויב יא - וואס?

בכלליות בין איך איינשטימוג, אבער בפרטיות האלט איך אז כלפי די יודן דארפן זיי מאכן א בעסערן דזשאב אויף "פאבליק רילעישאנס, מ'זאל זיי בעסער פארשטיין וואס זיי טוען למען "הצלת ישראל", זיי זאלן נישט אויסקוקען אזוי ראדיקאל, און כלפי די גוים דארפן זיי ארבעטן אביסל מער פראפעשינאל.

ג) ווער איז דיין מורה-דרך אין אלע אקטיוויטעטן פון די נטורי קרתא (אויב דו האסט נישט א מורה-דרך, דאן שרייב אז דו האסט נישט)?

די מורי דרך האנט צוטאג אויף די פעולות זענען בעיקר, הרה"צ רבי משה בער בעק שליט"א אין אמעריקא, און הרה"ג רבי אהרן כהן שליט"א אין ענגלאנד, וואס זיי האבן דורכ'גערעדט די אלע פעולות מיט יבדלח"ט כ"ק הגה"צ רבי רפאל בלום מקאשוי זצוקללה"ה, און כ"ק הגה"צ רבי חנינא אברהם לייטנער ממאנטיווידעא זצוקללה"ה.

ד) נעמען די נטורי קרתא אן אלע דיעות און השקפות פון דער מורה דרך?

די יסודות זענען אוועקגעשטעלט געווארן לויט די דערמאנטע מורי דרך, און עס פארט ווייטער אויף די שינעס.

ה) זענען אלע נטורי קרתא פאראייניגט אונטער דער זעלבער פירערשאפט אדער איז פאראן דיפערענצן צווישן זיי? 

די נט"ק וועלכע זענען אין די פעולות פון גיין צו די אראבער זענען בכלליות פאראייניגט.

ו) ווער איז דער הויפט מחליט אין אלע פעולות פון די נטורי קרתא? 

הרה"צ רבי משה בער בעק שליט"א, און הרה"ג רבי אהרן כהן שליט"א.

ז) אצינד שטעל פאר אין קורצע ווערטער (פינף שירות מאקסימום) די שיטה פון די נטורי קרתא בנוגע דער מדינת ישראל קאנפליקט?

דער קאנפליקט איז נישט קיין יודישער תורה'דיגער קאנפליקט (הגם אידן זענען דערין פארמישט), עס איז געבויעט אויף די יסודות פון די אפיקורסים הערצל און זשאבוטינסקי וכו', עפ"י תורה דארף גאנץ אר"י אונטערגיין אונטער א גוי'שען שלטון, ווער עס וויל קען בלייבן דארט וואוינען "בהכנעה ובשלום" אונטער די אראבער ווי יודען וואוינען היינט אין תימן, מאראקא, אא"וו, וועמען עס געפעלט נישט האט א ברירה צו וואוינען אין ענגלאנד, קענעדע, אסטראליע, אמעריקא, אא"וו.

ווארימער » 3/1/2010 08:08

עס מוז גלייכצייטיג קלאר באטאנט ווערן:

די צוויי גדולי ישראל משיירי כנה"ג וועלכע זענען געווען די רוקן-ביין פון נט"ק, ה"ה, כ"ק הגה"צ מקאשוי זצוק"ל און כ"ק הגה"צ ממאנטעווידעא זצוק"ל, האבן קלאר געהאלטן אז די אלע פעולות פון נט"ק בנוגע "שלום, פיוס והכנעה" כלפי די אראבער,  זענען הונדערט פערצענט איינשטימוג און באזירט אויף די אויסגעטראטענע יסודות פון מרן הגה"ק מ'סאטמאר זי"ע, לויט די הייליגע שיטה וואס ער האט אוועקגעשטעלט אין זיין ספר הק' ויואל משה.

אלעסגוט » 3/1/2010 19:49

 

לאמיר אצינד אריבערגיין צו די אראבער זעלבסט (דארט ווי איך שרייב אז איר זאלט אויסקלויבן "נאר" איינע פון די אפציעס, ביטע צייכנט עס בלויז אן ביים נאמען, אן קיין איבעריגע הסברים):

געדענק: די שו"ת (אפילו אין פאל אז איר ענטפערט נישט) וועט איבערגעזעצט ווערן אין די ענגלישע שפראך, וואו מיליאנען גוים וועלן עס ליינען:


א) וואס איז אייער מיינונג איבער די מוסלומעינער רעליגיע בכלליות? (ביטע אויסקלויבן "נאר" איינע פון די אפציעס)
1) זייער חשוב און פיין 2) פאזעטיוו 3) נישט גוט און נישט שלעכט 4) פון איין זייט גוט און פון דער אנדערע זייט שלעכט 5) שלעכט 6)ימח שמם וזכרם - אויסגעריסן זאלן זיי ווערן 7) קען נישט זיין ערגער

ב) אויב האט א איד א ברירה, אדער צו זיין א איד - א ציוני וואס גלויבט אין אתחלתא דגאולה און אין שלימות הארץ, אדער צו זיין א גלויביגער מוסלומענער, וואס זאל ער ענדערש טון? (וועל אויס איינע פון די צוויי אפציעס)

1)      איד 2 ) מוסלומענער



ג) אויף שאלה ב'; ביטע מסביר זיין פארוואס (אין א קורצע זאץ, ווייניגער פון פינף שירות):

ד) וואס איז דיין מיינונג איבער מוחמד? (ביטע אויסקלויבן "נאר" פון די אפציעס - איר קענט אויך אויסקלייבן עטליכע אפציעס):

1) זייער פאזעטיוו 2) למעשה האט ער אויפגעטאן פיל פאר די מענטשהייט און פאר מענטשן ארום די וועלט 3) א נארמאלער פיינער מענטש 4) א שוטה 5) א שוטה און רוצח 5) א שטיק קליפה וואס האט אראפגעברענגט א טמאה אויף דער וועלט, אויסער דעם וואס ער איז געווען א שוטה און רוצח

ה) אויף שאלה ד'; זיי קלארער מסביר דיין שטעלונג (אין א קורצע זאץ, ווייניגער פון פינף שורות)

ו) לאמיר אריבערגיין צו ימות המשיח: ווען משיח וועט קומען, וואס וועט געשען דעמאלס מיט די אראבער?

ז) וועלן דאן די אראבער בלייבן אין ארץ-ישראל, אדער וועט מען זיי ארויסווארפן?

ח) וואס וועט מען טון מיט זייער מעטשעט אויפן הר-הבית? - וועט מען עס חרוב מאכן? - ארויסטרייבן די אראבער פון דארט? - הרג'ענען? - וואס פונקטליך?

 



תוקן על ידי אלעסגוט ב- 03/01/2010 20:20:51

ווארימער » 3/1/2010 20:20

?????????

אלעסגוט » 3/1/2010 20:51

שוין פארראכטן

אלעסגוט » 3/1/2010 23:02

לאמיר אצינד אריבערגיין צו די אראבער זעלבסט (דארט ווי איך שרייב אז איר זאלט אויסקלויבן "נאר" איינע פון די אפציעס, ביטע צייכנט עס בלויז אן ביים נאמען, אן קיין איבעריגע הסברים):

געדענק: די שו"ת (אפילו אין פאל אז איר ענטפערט נישט) וועט איבערגעזעצט ווערן אין די ענגלישע שפראך, וואו מיליאנען גוים וועלן עס ליינען:


א) וואס איז אייער מיינונג איבער די מוסלומעינער רעליגיע בכלליות? (ביטע אויסקלויבן "נאר" איינע פון די אפציעס)

1)      זייער חשוב און פיין 2) פאזעטיוו 3) נישט גוט און נישט שלעכט 4) פון איין זייט גוט און פון דער אנדערע זייט שלעכט 5) שלעכט 6)ימח שמם וזכרם - אויסגעריסן זאלן זיי ווערן 7) קען נישט זיין ערגער


ב) אויב האט א איד א ברירה, אדער צו זיין א איד - א ציוני וואס גלויבט אין אתחלתא דגאולה און אין שלימות הארץ, אדער צו זיין א גלויביגער מוסלומענער, וואס זאל ער ענדערש טון? (וועל אויס איינע פון די צוויי אפציעס)

1)      איד 2 ) מוסלומענער



ג) אויף שאלה ב'; ביטע מסביר זיין פארוואס (אין א קורצע זאץ, ווייניגער פון פינף שירות):

ד) וואס איז דיין מיינונג איבער מוחמד? (ביטע אויסקלויבן "נאר" פון די אפציעס - איר קענט אויך אויסקלייבן עטליכע אפציעס):

1)      זייער פאזעטיוו 2) למעשה האט ער אויפגעטאן פיל פאר די מענטשהייט און פאר מענטשן ארום די וועלט 3) א נארמאלער פיינער מענטש 4) א שוטה 5) א שוטה און רוצח 5) א שטיק קליפה וואס האט אראפגעברענגט א טמאה אויף דער וועלט, אויסער דעם וואס ער איז געווען א שוטה און רוצח

ה) אויף שאלה ד'; זיי קלארער מסביר דיין שטעלונג (אין א קורצע זאץ, ווייניגער פון פינף שורות)



ו) לאמיר אריבערגיין צו ימות המשיח: ווען משיח וועט קומען, וואס וועט געשען דעמאלס מיט די אראבער?

ז) וועלן דאן די אראבער בלייבן אין ארץ-ישראל, אדער וועט מען זיי ארויסווארפן?

ח) וואס וועט מען טון מיט זייער מעטשעט אויפן הר-הבית? - וועט מען עס חרוב מאכן? - ארויסטרייבן די אראבער פון דארט? - הרג'ענען? - וואס פונקטליך?

 

ווארימער » 3/1/2010 23:21

אצינד ר' אלעס-גוט נ"י - בעפאר מיר גייען אריבער בעזה"י צו די נעקסטע פאזע פונעם דיאלאג, לאמיר מאכן א שטיקל סך הכל, און הערן דיין מיינונג איבער די פאלגענדע פראגעס:

א) - ביזטו מודה צו די 5 פונקטן וועלכע איך האב אוועקגעשטעלט, אז דאס איז דא אנגענומענע מיינונג פון רוב מנין ובנין פונעם יהדות החרדית (חוץ מזרחי) ?

ב) - אויב דינגסטו דיך אויף איינע פון די 5 ביטע זאג וועלכען, און זיי מסביר דיין שטאנדפונקט ?

ג) - וואס איז דיין מיינונג כלפי נט"ק בכלליות (ענטפער אויף נאר איינס פון די אפציעס):   (1) שטארק צופרידן   (2) טאטאל מתנגד   (3) האלב צופרידן, האלב מתנגד.

ד) - ביטע ערקלער דיין ענטפער אויף שאלה ג' ?

ה) - וואס איז דיין מיינונג בנוגע די כח הוראה פון כ"ק הגה"ק מקאשוי זצ"ל און כ"ק הגה"ק ממאנטיווידעא ?

ו) - האלסטו אז הרב בעק שליט"א און הרב כהן שליט"א זענען די ריכטיגע פערזאנען צו פארטרעטן אזא וויכטיגען צוועק פון הצלת ישראל און קידוש ה' (ענטפער אויף נאר איינס פון די אפציעס):   (1) יא   (2) ניין   (3) אפשר.

ז) - ביטע ערקלער דיין ענטפער אויף פראגע ו'.

ח) - שטעל פאר (אין 5 שורות מאקסימום) די שיטה פון תורה'דיגן יודנטום בנוגע לייזן דעם קאנפליקט אין אר"י ?

ט) - וואס איז דיין מיינונג בנוגע די שיטה פון מרן הגה"ק מ'סאטמאר זי"ע, אויב מען האט א מעגליכקייט מפייס צו זיין די אראבער, און מודיע זיין אז די ציונים פארטרעטן נישט כלל ישראל ?   (1) מצוה גדולה  (2) עבירה חמורה ?

י) - וואס איז דיין מיינונג בנוגע די שיטה פון מרן הגה"ק מ'סאטמאר זי"ע, אויב מען האט א מעגליכקייט שתדל'ן ביי די אוה"ע (צב"ש אמעריקא, יו-ען, איירפאעישאן יוניאן, אד"ג, מבטל זיין דעם שלטון הציונות פון ארה"ק, און געבן דעם שלטון פאר די פאלעסטינער, און יודן זאלן דארט וואוינען בשלום והכנעה אונטער א גוי'שען אראבישן שלטון ?   (1) מצוה גדולה  (2) עבירה חמורה ?

י"א) - וואס איז דיין מיינונג בנוגע די שיטה פון מרן הגה"ק מ'סאטמאר זי"ע, כלפי דעם קיום המדינה בכלל ?   (1) עס דארף שטיין ביז משיח קומט און נאר משיח אליין מעג דאס מבטל זיין  (2) דער קיום המדינה יעדע רגע איז ביהרג ואל יעבור און מען דארף טוען וואס מען קען דאס פאליטיש בטל צו מאכן, בלי שום צער ונזק ליהודי מאמין ?


אלעסגוט » 4/1/2010 01:02

לא כן אדוני...

 

איך פארמאג נישט קיין אייגענע מיינונג, און אפילו אויב יא איז מיין מיינונג קיינעם נישט מחייב, איך האב דיר שוין געשריבן פריוואט אז איך דין בלויז ווי א רעפארטער וואס גיבט דיר די געלעגנהייט זיך ארויסצושטעלן און ארויסברענגען דיין זייט.

 

אצינד האב איך דיר געפרעגט עטליכע שאלות, און איך בעט אז דו זאלסט זיך וויסנדיג מאכן דערפון און ענטפערן... ווייל עיני אלפים תלויים בהשאלות האלו...

 

קען זיין אז נאך דער אינטערוויו מיט דיר וועל איך שאפן מסקנות און ארויסקומען מיט מיינע אייגענע אפשאצונגען אויף די זאך... דעמאלס וועסטו האבן די געלעגנהייט מיר צו פרעגן שאלות.

 

יעצט – ביטע ענטפערן אויף די אויבנדערמאנטע שאלות.

ווארימער » 4/1/2010 01:58

אדוני נ"י, איך האב נישט קיין פראבלעם צו גיין ווייטער בעזהשי"ת לויט ווי דיר שמעקט, אבער איך מוז קלארשטעלן צוויי נקודות:

1) דאס איז דערווייל נישט קיין "דיאלאג", נאר א איינזייטיגער "אינטערוויו", (באמת וואלט איך געוואלט הערן דעם צווייטן צד אויך).

2) איך בין נישט קיין ספאוקסמאן און איך טוה נישט פארטרעטן נט"ק אין דעם אינטערוויו, אמת דאס איך בין א שטארקער נט"ק "סימפאטיקער", אבער נישט זייער "פארטרעטער", און איך וועל פראבירן לויט מיין פארשטאנד צו ענטפערן די שאלות אי"ה אויפן בעסטן אופן.

יעצט וועלן מיר זיך נעמען צו די פראגעס:



לאמיר אצינד אריבערגיין צו די אראבער זעלבסט (דארט ווי איך שרייב אז איר זאלט אויסקלויבן "נאר" איינע פון די אפציעס, ביטע צייכנט עס בלויז אן ביים נאמען, אן קיין איבעריגע הסברים):

געדענק: די שו"ת (אפילו אין פאל אז איר ענטפערט נישט) וועט איבערגעזעצט ווערן אין די ענגלישע שפראך, וואו מיליאנען גוים וועלן עס ליינען:


א) וואס איז אייער מיינונג איבער די מוסלומעינער רעליגיע בכלליות? (ביטע אויסקלויבן "נאר" איינע פון די אפציעס) 
1) זייער חשוב און פיין    2) פאזעטיוו    3) נישט גוט און נישט שלעכט    4) פון איין זייט גוט און פון דער אנדערע זייט שלעכט     5) שלעכט      6)ימח שמם וזכרם - אויסגעריסן זאלן זיי ווערן      7) קען נישט זיין ערגער.

קיין איינס פון די אפציעס (זעה מיין תשובה אויף פראגע ד').

 

ב) אויב האט א איד א ברירה, אדער צו זיין א איד - א ציוני וואס גלויבט אין אתחלתא דגאולה און אין שלימות הארץ, אדער צו זיין א גלויביגער מוסלומענער, וואס זאל ער ענדערש טון? (וועל אויס איינע פון די צוויי אפציעס)

1) איד    2 ) מוסלומענער

קיין איינס פון די אפציעס (זעה מיין תשובה אויף פראגע ג').


ג) אויף שאלה ב'; ביטע מסביר זיין פארוואס (אין א קורצע זאץ, ווייניגער פון פינף שירות):

א יוד האט נאר איין איינציגע אפציע: צו זיין הונדערט פערצענט געטריי צו דת משה וישראל אן קיין שום פשרות.

אבער עס איז בלתי שום ספק אז ס'איז קיין פארגלייך, איינער וואס איז א מאמין בהשי"ת ובנבואת משרע"ה, נאר ער איז זיך טועה אין ענין פון מצות ישוב אר"י, אדער אין סדר הגאולה, און האלט בטעות אז מען מעג פירן קריגעריי מיט די גוים נגד התורה, (צוליב זיינע פארדרייטע רבי'ס און פאלשע שיטות) צו איינעם וועלכער איז א משומד וואס האט אינגאנצן איבערגעלאזט דעם יודישען גלויבונג.

 

ד) וואס איז דיין מיינונג איבער מוחמד? (ביטע אויסקלויבן "נאר" פון די אפציעס - איר קענט אויך אויסקלייבן עטליכע אפציעס):

1) זייער פאזעטיוו     2) למעשה האט ער אויפגעטאן פיל פאר די מענטשהייט און פאר מענטשן ארום די וועלט     3) א נארמאלער פיינער מענטש    4) א שוטה    5) א שוטה און רוצח    5) א שטיק קליפה וואס האט אראפגעברענגט א טמאה אויף דער וועלט, אויסער דעם וואס ער איז געווען א שוטה און רוצח. 

אפציע נומער 2 - (באזירט אויך די הייליגע ווערטער פון רמב"ם - זעה שאלה ה').

ה) אויף שאלה ד'; זיי קלארער מסביר דיין שטעלונג (אין א קורצע זאץ, ווייניגער פון פינף שורות).

איך קען נאר מעתיק זיין דעם לשון פון הייליגן רמב"ם, וואס ער זאגט אויף מוחמד און איסלאם אז דאס האט השי"ת צוגעלאזט, כדאי אוועק-צונעמען די גוים פון כפירה און ע"ז און אנגרייטן די וועלט צום זמן פון משיח, וזה לשון קדשו:

(הל' מלכים פ' י"א – דפוס שבתי פרנקל)  אבל מחשבות בורא עולם אין כוח באדם להשיגם, כי לא דרכינו דרכיו ולא מחשבותינו מחשבותיו.  וכל הדברים האלו של ישוע הנוצרי, ושל זה הישמעאלי שעמד אחריו, אינן אלא ליישר דרך למלך המשיח, ולתקן את העולם כולו לעבוד את ה' ביחד:  שנאמר "כי אז אהפוך אל עמים, שפה ברורה, לקרוא כולם בשם ה', ולעובדו שכם אחד" (צפני' ג', ט').

ו) לאמיר אריבערגיין צו ימות המשיח: ווען משיח וועט קומען, וואס וועט געשען דעמאלס מיט די אראבער? 

מען דארף נישט מער פונעם פסוק אין צפני' וואס דער פריער-דערמאנטער רמב"ם ברענגט: "כי אז אהפוך אל עמים, שפה ברורה, לקרוא כולם בשם ה', ולעובדו שכם אחד" ( צפני' ג' ,ט'). – אלע אראבער, אמעריקאנער, פראנצויזען, טערקען, איראנער, בראזיליאנער, רומענער, אא"וו, וועלן דינען השי"ת מיט אחדות.

ז) וועלן דאן די אראבער בלייבן אין ארץ-ישראל, אדער וועט מען זיי ארויסווארפן? 

ווען משיח וועט קומען וועלן אלע באשעפענישן (ובתוכם די אראבער) זיין איין גרויס פאלק וואס דינט השי"ת, די גאנצע וועלט וועט האבן קדושת ארץ ישראל, ויעשו כולם אגודה אחת לעשות רצונו בלבב שלם, כי לך תכרע כל ברך תשבע כל לשון, לתקן עולם במלכות ש-ד-י,  וישמעו רחוקים ויבואו ויתנו לך כתר מלוכה.


ח) וואס וועט מען טון מיט זייער מעטשעט אויפן הר-הבית? - וועט מען עס חרוב מאכן? - ארויסטרייבן די אראבער פון דארט? - הרג'ענען? - וואס פונקטליך.

אויפן הר הבית וועט אראפקומען פון הימל דער ביהמ"ק השלישי בנוי ומשוכלל, און אלע גוים (ובתוכם די אראבער) וועלן אנערקענען אז דאס איז דעם באשעפערס הויז, און זיי וועלן דארטן קומען מתפלל זיין, ווי דער נביא זאגט (ישעי' נ"ו) כי ביתי בית תפלה יקרא לכל העמים. – פונקטליך וויאזוי ס'וועט צוגיין וועלן מיר אי"ה בקרוב געוואויר ווערן.

אלעסגוט » 4/1/2010 03:56

אקעי, זייער פיין געענטפערט; אצינד לאמיר גיין ווייטער:

 

בנוגע הערן א צווייטע צד, האב איך דיר שוין געענטפערט אין אישי...

 

לעולם האב איך שוין געוואלט גיין ווייטער און ארומרעדן מער איבער די נטורי קרתא זעלבסט, אבער לתועלת פון די ליינער – וועלכע ווילן מער קלארער ארויסהאבן די שיטות פון די נטורי קרתא, ווילן מיר קודם אביסל קלארשטעלן די פריעדיגע נקודות און די תשובות וואס דו האסט געענטפערט:

 

בעצם זענען די תשובות איינגעטיילט; פון אלף ביז ה' איז געבויט אויף איין יסוד פונעם רמב"ם, און פון ואו ביז ח' איז געבויט אויף א צווייטע יסוד...

 

מיר וועלן אנהויבן מיט שאלה ד', וויבאלד דאס איז דער יסוד פון דיין ענטפער:

 

א) לאמיר פרעגן די זעלבע שאלה אויף יושע הנוצרי: וואס איז דיין מיינונג איבער יושע? (ביטע אויסקלויבן "נאר" פון די אפציעס - איר קענט אויך אויסקלייבן עטליכע אפציעס):

זייער פאזעטיוו 2) למעשה האט ער אויפגעטאן פיל פאר די מענטשהייט און פאר מענטשן ארום די וועלט 3) א נארמאלער פיינער מענטש 4) א שוטה 5) א שוטה, ממזר און מנובל 6) א שטיק קליפה וואס האט אראפגעברענגט א טמאה אויף דער וועלט, אויסער דעם וואס ער איז געווען א ממזר און מנובל

 

ב) זיי מסביר דיין שטעלונג, נישט מער פון פינף שורות

 

ג) לאמיר צוריקגיין צו מוחמד, אבער נישט רעדן פון וואס ער האט אויפגעטאן, נאר פון אים אליין; וואס האלסטו איז ער געווען? (ביטע אויסקלויבן "נאר" פון די אפציעס - איר קענט אויך אויסקלייבן עטליכע אפציעס):

1) זייער פאזעטיוו 2) א נארמאלער פיינער מענטש 3) א שוטה 4) א שוטה, און רוצח 5) א שטיק קליפה וואס האט אראפגעברענגט א טמאה אויף דער וועלט, אויסער דעם וואס ער איז געווען א שוטה און רוצח

 

ג) זיי מסביר דיין שטעלונג, נישט מער פון פינף שורות

 

ד) וואו למעשה געפינט זיך יעצט מוחמד? (ענטפער אויף איינע פון די אפציעס)

1) גן-עדן – באקומט שכר פון הימל 2) גהינום – באקומט שטראף

 

ה) זיי מסביר דיין שטעלונג, נישט מער פון פינף שורות

 

ו) אויף די ערשטע שאלה, איבער דיין מיינונג אויף די מוסלומענער רעליגיע, האבן מיר נישט באקומען קיין קלארע תשובה; איז דער פשט אז דו האלסט אז עס איז נישט אזוי געפערליך צו האלטן אין דאס וואס זיי האלטן? – עס ווערט נישט פאררעכנט אלס א גרויסע עבירה? – אדער איז עס יא א גרויסע זינד צו גלויבן אין זייערע זאכן? – ביטע זיי מסביר אין ווייניגער פון פינף שורות

 

ז) אויף די פריעדיגע שאלות ב' און ג', אויב עס איז ענדערש צו זיין א איד א ציוני ווי א גלויביגער מוסלומענער, האסטו געענטפערט אז א איד דארף זיין א מאמין בה' מיטן גאנצן הארץ, אבער האסט דארט געשריבן וזה לשונך: "עס איז בלתי ספק אז ס'איז קיין פארגלייך, איינער וואס איז מאמין בהשי"ת ובנבואת משרע"ה, נאר ער איז זיך טועה אין ענין פון מצות ישוב אר"י, אדער אין סדר הגאולה, און האלט בטעות אז מען מעג פירן קריגעריי מיט די גוים נגד התורה, (צוליב זיינע פארדרייטע רבי'ס און פאלשע שיטות) צו איינעם וועלכער איז א משומד וואס האט אינגאצן איבערגעלאזט דעם יודישען גלויבונג."

אצינד איז מיין שאלה: צו מיינט דאס אז א איד א ציוני איז פארט בעסער ווי א משומד א גלויביגער מוסלומענער? – אדער אפשר האסטו געמיינט צו זאגן פארקערט, אז א גלויביגער מוסלומענער איז בעסער פון א ציוני וואס האט די פארקרימטע שיטות?

ביטע זיי מסביר אין ווייניגער פון פינף שורות.

 

אין די קומענדיגע סעריע וועל איך זיך מער באנעמען אויף די צווייטע חלק פון דיינע תשובות, איבער ימות המשיח און ווי אזוי עס וועט דעמאלס אויסקוקן...

 



ווארימער » 4/1/2010 06:22

לא כן אדוני !

איך האב דיר נאכגעגעבן צו פירן אן "אינטערוויו" אנשטאט א "דיאלאג", אבער נאר בנוגע די "השקפה" און "פאקטישע פעולות" פון נטורי קרתא, די שאלות וועלכע די שטעלסט דא אוועק האט קיין שום שייכות נישט מיט די נושא.

"נטורי קרתא" איז אויסשליסליך אוועקגעשטעלט צו באהאנדלן דעם תורה'דיגן בליק בנוגע ווי זיך צו פירן מיט גוים און "גלות" בכלליות, און וויאזוי צו באהאנדלן למעשה אויף תורה'דיגן גאנג דעם פאליטישען פראבלעם אינערהאלב דעם סכסוך פון די ציונים מיט די אראבער, די ריכטיגע דרכי שלום פיוס והכנעה.

די תורה'דיגע צוגאנג בנוגע דתות פון די פעלקער און זייערע גייסטליכע פירער איז א מסכתא פאר זיך, ס'האט נישט קיין שום שייכות צו די יסודות פון נט"ק, איך האלט נישט ביים דעבאטירן יעצט די נושא בשום פנים ואופן, כ'האב דיר נאר אנגעצייכענט דעם רמב"ם וועלכער איז דעם רבן של ישראל אין די י"ג עיקרי האמונה, וואס ער שרייבט בנוגע די ענינים, לענינינו 'איז די והותר !

אויך האלט איך נישט ביים דורכ'שמועסן יעצט דעם ענין פון ימות המשיח ולעתיד לבוא, ס'איז אויך מסכתא בפני עצמו, ס'האט נישט קיין שייכות צום ענין פון נטורי קרתא, איך האב דיר אנגעצייכענט אויפן שפוץ גאפל די פסוקי הנביאים, לענינינו איז דאס אויך די והותר !

ווילסטו באהאנדלן נט"ק זעלבסט, בין איך ווייטער גרייט צו דיסקוסירן, כיד ה' הטובה עלי !

לא פחות ולא יותר !

אלעסגוט » 4/1/2010 06:43

ר' ווארימער:

איר באגייט א גרויסן טעות.

שטעלט אייך פאר ווען איך ברענג אראפ דעם דיאלאג אין די גוי'אישע צייטונגען, און אלע זעען ווי אזוי איר ענטעפרט, וועט יעדער זען ווי אזוי איר ציט אייך ארויס און דאס אפלערנען אז איר האט נישט וואס צו ענטפערן... און למען האמת... אויב עס שטעלט זיך אזוי אפ, וועל איך עס אזוי צוברענגען און דאס וועט נישט שאפן קיין כבוד פאר נטורי קרתא...

איר דארפט פארשטיין נאך א זאך...

די זאכן וואס איך פרעג איז נישט סתם לקנטר אדער אבי-וואס; מיין פלאן איז בעצם צוצוקומען צו די פעולות און די השקפה ווי אזוי צו שליכטן דער מדינת ישראל קריזיס על פי תורה, אויף דער וועג פון נטורי קרתא, און ווי איר זעט איז דאס געווען מיין פלאן אין די קומענדיגע דאזע פון שאלות; אבער כדאי דער ציבור אידן און גוים זאלן פארשטיין וואס נטורי קרתא האלט און טראכט, איז דאס זייער וויכטיג ארויסצוהאבן (בפרט פאר די גוים).

דאס וואס איך פרעג אייך איז נישט לקנטר חלילה, נאר בלויז קלארער צו שטעלן דער גאנג פון נטורי קרתא, און פארשטיין וואס זיי ווילן טון... עס איז קריטיש וויכטיג דאס צו דעבאטירן...

אויסער דעם:
ווען איר זאלט ווען קומען נאך די ערשטע פאר שאלות, און זיך אנרופן אט דער סטעיטמענט... נו, מילא... ס'איז טאקע  אבסורד צו דעבאטירן נאר איין חלק און זיך נישט וויסנדיג מאכן פון די צווייטע, אבער מען קען עס פארשטיין...

וואס איר האט אבער דא געטאן, איז פשוט אריין אין די דיסקוסיע פון אנהויב און מיטאמאל זיך ארויסגעצויגן וואס דאס קען אפגעלערנט ווערן אלס נישט האבן וואס צו ענטפערן.... און נישט פארגעסן... דאס קענען ליינען טויזנטע גוים...

לאמיר אייך קלארשטעלן; איך וויל אייך נישט שווער מאכן, איך וועל אייך דעריבער זאגן אז אויב איר זענט ממשיך צו דעקן "אלע" שיטות און אלע זאכן פון נטורי קרתא, דאן פארקוק איך אויף דיין יעצטיגן ענטפער, און דאס וועט נישט איבערגעזעצט ווערן אין די ענגלישע שפראך, אבער אויב איר וועט זיך נישט וויסנדיג מאכן דערפון, דאן מיינט דאס אז איר האט פשוט פארלוירן דעם דיאלאג און איר ציעט זיך ארויס, און דאן וועל איך עס איבערזעצן און מסביר זיין מיינע סברות כיד ה' הטובה עלי...

אלזא, התלר תלוי בצוורכם... לאזט נישט די זאך פאלן... חלילה...

ווארימער » 4/1/2010 13:15

"אלעס-גוט" טייערער נ"י,

 ב"ה מ'ווייסט ווי צו האנדלן מיט די גוים און מיט די צייטונגען, מ'האנדלט מיט זיי טאג טעגליך, כה יעזור ה' להלאה.

כ'האב דיר גענטפערט די יסודות בנוגע די ענינים וואס די האסט געפרעגט, ווייטער האלט איך נישט ביים דיסקוסירן די אישוס וואס די האסט אויפגעברענגט, נישט ווייל כ'האב נישט וואס צו ענטפערן, און נישט ווייל כ'האלט אז די שרייבסט לקנתר, די שאלות דיינע זענען שלא מענין נט"ק, אז די ווילסט דעבאטירן די נושאים קען מען דאס אוועקלייגן אויף א צווייטע געלגענהייט.

כ'בין גרייט אריינצוגיין לארכה ולרחבה אין די תורה'דיגע שיטה וויאזוי יודן דארפן האנדלן מיט די אוה"ע און גלות, און וויאזוי "למעשה" צו שליכטן עפ"י תורה דעם מידל-איסט קאנפליקט.

הרי שלך לפניך ! - ווילסטו ממשיך זיין בנוגע "נטורי קרתא" זעלבסט, און נישט דיסקוסירן אנדערע אידילאגישע ענינים, הרי טוב, ואם לאו דיין זייט נישט ברוגז, איר האט נישט דעם ריכטיגען אדרעס.

ייש"כ.

אלעסגוט » 4/1/2010 15:32

אקעי, נאו פראבלעם, איך וועל צוטירן אין ענגליש דעם שמועס ביז אהער, און פונקטליך אויף וואס איר האט יא געוואלט ענטפערן און וואס נישט... איך וועל אויך מסביר זיין פארוואס איר האט נישט געוואלט ענטפערן, און זעלבסט פארשטענדליך אויך פארוואס איר האט קודם יא געענטפערט און דערנאך מחליט געווען זיך צוריקצוציען... אלעס... אבער אלעס וועט פונקטליך באשריבן ווערן...

אבער אפשר קענסטו מיר מסביר זיין איין זאך... פארוואס קענסטו נישט ענטפערן פראסט און פשוט, אזוי ווי יעדער איד וואלט געענטפערט... די איסלאמישע גלויבן איז א קליפה... א איד א ציוני איז ענדערש פון א פאלנע אראבער... מוחמד איז געווען א משוגע'נער און א רוצח, אזוי ווי דער רמב"ם שרייבט (דו האסט ליב ארויסצונעמען פונעם רמב"ם וואס דו האסט ליב...)... ווען משיח וועט קומען וועלן אלע אראבער פארניכטעט ווערן, עס וועט מער נישט עקזיסטירן אזא זאך ווי אן אראבער... פארוואס האסטו נישט אזוי געענטפערט?

פארוואס? - דבר פשוט מאוד... אבער דאס וועל איך שוין איבערלאזן פאר די ליינער...

ועל של עתה באנו... וויבאלד דער פארמעסט איז געענדיגט, זאל זיך יעדער אנרופן און זאגן זייער מיינונג איבער דעם ענין... מען קען מגיב זיין אין דעם אשכול...

ווארימער » 4/1/2010 16:11

ר' אלעס-גוט נ"י,

כ'האב נישט געגלייבט אז די ביסט אזא שוואכלינג !

איך ווייס נישט פארוואס די האסט געענדיגט נאך בעפאר מ'האט בכלל אנגעהויבן, זעהט אויס אז די האסט מורא צו דעבאטירן דעם ענין פון נט"ק זעלבסט, ווייל דוא ווייסט דעם ביטערן אמת דאס מיר זענען "גלות" יודן, און מ'דארף זיך מכניע זיין פאר די אוה"ע, און דרך האמת און אויסגעטראטענער דרך התורה איז די פעולות פון נט"ק.


אדוני עשיו !   -  עבדך יעקב !

להגיד שאני שלם עמך ומבקש אהבתך (רש"י וישלח) ! 

די אלע מתנגדים האקן סתם א טשייניק און ווארפן זאמד אין די אויגן, און גייען מיטן רוח הזמן פונעם ציאניסטישען פאליטיק, מ'טוט דאס מלביש זיין מיט כל מיני פאלשע מלבושים פון שטיצן טעראר, שטיצן איסלאם, רבי זכרונו לברכה, וכו' וכו'.

עס אלעס שקר, נט"ק שטיצט נישט טעראר, אדרבא די הייליגע פעולות מינימיזירן "שנאת ישראל", די אלע וואס פארדאמען די פעולות הכנעה און פיוס שפילן מיטן ציוניסטישן מוזיק, נט"ק שטיצט נישט קיין פרעמדע רעליגיעס ח"ו, נט"ק איז מכבד די אוה"ע עפ"י דרכי הגלות אפילו זיי האבן אן אנדערען דת, נט"ק גייט נישט קעגן די שיטה פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע, אדרבא זיי זענען די מקדשי השם וואס פירן אויס און פאקט זיין הייליגען שליחות.

פאליטיק און שקר האט 1000 זייטן, דער דרך האמת, דער דרך התורה, דער דרך המסורה, איז נאר איינס.

די "דרכי הגלות" זענען נישט היינט געבוירען געווארן, אונזער זיידע יעקב אבינו ע"ה האט אונז איבערגעלאזט א פונקטליכע מסורה און ירושה וויאזוי מ'האנדלט מיט אוה"ע, ישמעאלים, אדומים, וכו'.

קיין שום ספק בעולם אז "איסלאם" איז כפירה און שמד ח"ו פאר א יודיש קינד, איך האב דיר געענטפערט אויף דיינע שאלות בנוגע "איסלאם" אין אנגעצייכנט דעם רמב"ם מיטן פולסטן אחריות, טאקע דערפאר ווייל די האסט געזאגט אז די שרייבסט פאר די אוה"ע, מיר האבן אין דעם אויך א מסורה וויאזוי מ'רעדט צו די אוה"ע אין די הקל'ע ענינים.

די האסט אין דעם דעבאטע נישט געזיגט, נאר פארלוירן בעפאר די האסט נאך אנגעהויבן.

אלה ברכב ואלה בסוסים ואנחנו בשם ה' אלקינו נזכיר !

המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד !

בדרך התורה נלך באש ובמים לקדש שמים !

אלעסגוט » 4/1/2010 17:50

ווארימער; דו קענסט ענטפערן, אבער שרייב נישט קיין ליגנט!

זאג נישט אז איך וויל נישט דעבאטירן דער ענין פון גלות וגאולה, ווייל איך האב קלאר געשריבן דא און אויך פאר דיר אין אישי, אז איך וויל צוקומען דערצו, און דאס איז ווי אן הקדמה צו פארשטיין דער מוח פון נטורי קרתא, און למען האמת האב איך שוין אנגעהויבן מיט ימות המשיח מיטן ציל צוצוקומען דערצו... אבער דו מיט דיין גרויס חכמה און קלוגשאפט האסט מחליט געווען זיך ארויסצוציען פונעם שמועס, און ווארפן זאמד אין די אויגן זאגנדיג אז איך בין גאר דער וואס וויל נישט דעבאטירן...

נו, גיי פיר מיט אזא איינעם געשפרעכן...

און יא, איידער איך פארגעס... מיטן שרייבן מיט ריזיגע געלע אותיות קען מען נישט געווינען.

ווארימער » 4/1/2010 18:27

מר אלעס-גוט נ"י

דער תורה'דיגער בליק כלפי "איסלאם" מיט "נצרות" האט קיין שום שייכות נישט צו די יסודות און פעולות פון נט"ק עס איז אירעלעווענט, כ'האב דיר געגעבן א דזשענעראל ענטפער נעמענדיג אין חשבון אז די רעדסט צו די אוה"ע.

מער פון וואס איך האב געשריבן האלט איך זיך בשום אופן נישט ביים אריינלאזן אין דעם שמועס, אבער כ'בין גרייט צו דיסקוסירן מיט דיר לארכה ולרחבה אלעס אנבעלאנגט נט"ק זעלבסט.

די האסט ערקלערט אז דער דיאלאג איז געענדיגט, נישט איך !!

הנני, איך בין גרייט צו גיין ווייטער, אבער נישט אוועק פון ענין.

אלעסגוט » 4/1/2010 18:34

פאלגענד איז דער שמועס אין אישי וואס איך האב געהאט מיט ווארימער:



ווארימער (תאריך: 04/01/2010 18:08:00)


 כ'האלט נישט ביים דיסקאסען איסלאם און נצרות, נאר גלות און מידעל איסט פאליטיקס.

 


אלעסגוט (תאריך: 04/01/2010 18:17:00)

 קודם כל פארוואס האסטו דאס נישט געשריבן פון אנהויב, נאר שפעטער ווען דו האסט זיך דערזען אין א פראבלעם האסטו דאס אזוי מחליט געווען?

והשנית "והוא העיקר", איז די איינציגסטע וועג ווי אזוי דו קענסט זיך קלארשטעלן איבער אלע פאליטיק און גלות און מידל איסט, נאר דורך די הקדמה ווען דו ביזט מסביר ווי אזוי נטורי קרתא קוקט אן די זאך.

ווייל למען האמת זעה איך א יסודות'דיגע חילוק צווישן סתם אידן און נטורי קרתא ווי אזוי מען קוקט אן די זאכן... בשעת ווען אלע אידן וואלטן געזאגט אז איסלאם איז א קליפה און די גוים דארפן אויסגעריסן ווערן, און אז ווען משיח וועט קומען וועט די מעטשעט חרוב ונחרב ווערן, קוקן די נטורי קרתא אן די זאך אנדערש, און דאס דארף ארויסגעברענגט ווערן שטארק.

אבער דו ווילסט אריינלייגן די קאפ און זאמד, און נישט דיסקאסירן די שיטות פון נטורי קרתא איבער דעם ענין.

אלזא כל זמן דו ווילסט נישט ארויסקומען מיטן גאנצן אמת, קען איך דיר נישט העלפן...

דו האסט איין ברירה; זאג קלאר און הויך: זענען די אראבער א קליפה און די גוים זענען רשעים, אדער זענען זיי הייליג און פיין? - וועט משיח משפט'ן יעדן חמאס מיטגליד וואס האט גע'הרג'עט א אידיש קינד, אפילו א ציוני? - אדער וועלן זיי בלייבן לעבן? - איז מוחמד אין גן-עדן אדער אין גהינום?

אויב איך באקום נישט קיין תשובה אויף די פראגן, לייג עס ארויף ברבים פאר די ליינער אויפן פארק, אין צוגאב וואס עס וועט אריינגיין אין די צייטונגען...

אלזא, קום נישט זאגן אז איך וויל נישט ענטפערן


ווארימער (תאריך: 04/01/2010 18:08:00)


 

 

ווארימער » 4/1/2010 18:39

 נט"ק האט נישט קיין שום חילוקי דיעות מיטן כלל ישראל אינערהאלב "איסלאם" מיט "נצרות", וויאזוי מ'רעדט צו גוים און מ'שרייבט ברבים איז אן אנדערע מעשה, איז ס'איז נישט נוגע דא אהער.

פון אנהויב האב איך געשריבן באופן עקרוני, און ס'איז מער ווי גענוג איך האלט נישט ביים אריינגיין אין די פרטי הענינים.

אפשר איז אויך נוגע וואס נט"ק האלט כלפי די קראים, שבתאים, אא"וו, און אויך וואס נט"ק האלט כלפי גיד הנשה און עגלה ערופה ??

אלעסגוט » 4/1/2010 19:04


 

על פי בקשת המנהל גייען מיר דא אריבער

 

אט דא האט מען געהאלטן אין אנדערן אשכול

איך האב געשריבן:

דעמאלס ענטפער קלאר...

זענען די אראבער א קליפה און די גוים זענען רשעים, אדער זענען זיי הייליג און פיין? - וועט משיח משפט'ן יעדן חמאס מיטגליד וואס האט גע'הרג'עט א אידיש קינד, אפילו א ציוני? - אדער וועלן זיי בלייבן לעבן? - איז מוחמד אין גן-עדן אדער אין גהינום?

ענטפער הויך און קלאר... האב נישט מורא

 

דערויף האט ווארימער צוריקגעשריבן:

דאס איז א פאבליק פארום, די זאגסט אז די טראגסט דאס ארויס צו די גוים, איך האב דיר גענטפערט מיטן פולסטן אחריות.

איך האלט נישט מער ביים אריינגיין אין דעם ענין, און ס'איז נישט נוגע צו נט"ק.

 

http://www.bhol.co.il/forum/images/header_cellbg_2.gif); height: 126px">

*--end 

תוקן על ידי אלעסגוט ב- 04/01/2010 19:14:26

אלעסגוט » 4/1/2010 19:27

מיין תשובה:

דאס איז נישט געענטפערט:

איך ווייס נישט אויב דו זאגסט פאר אידן אנדערש ווייל דו ווילסט חנפ'ענען די אידן, אדער דו זאגסט פאר די גוים אנדערש ווייל דו ווילסט חנפ'ענען די גוים... דאס איז נישט קיין וועג...

אין ארץ-ישראל איז פאראן אן אויסדרוק "זכות הציבור לדעת" - עס איז דער זכות פונעם ציבור צו וויסן... מיר ווילן וויסן קלאר און דייטליך; וואס האלטן די נטורי קרתא? - וואס זענען זייערע שיטות?

קום נישט מיט קיין מעשיות אז דו זאגסט פאר דעם אזוי און פאר דעם אזוי... עס איז שוין יארע צוויי טויזנט און צען און עס ארבעט נישט אזוי... חנפ'ע נישט קיינעם... מיר ווילן אלע הערן...

דער ציבור וויל וויסן: איז מוחמד געווען א רוצח און רשע און איז דעריבער אין גהינום, אדער איז ער געווען א פיינער מענטש און איז דעריבער אין גן-עדן מיט די צוויי-און-זיבעציג... (אגב; זענען זיי נאכאלס ב..... אדער זענען זיי שוין... לצונתא דע"ז)...

לצנות אין א זייט געלייגט; מען קען נישט פארדרייען א קאפ און זאגן פאר דעם אזוי און פאר דעם אזוי...

ענטפער קלאר  און דייטליך און מיר וועלן ממשיך זיין מיטן שמועס...

ווארימער » 4/1/2010 19:38

אז די ווילסט וויסן פונקטליך היסטאריע פון איסלאם מיט מוחמד, לייען אין די קראנטע מקורות בנוגע די ענינים.

וואס איך האב דיר געשריבן, איז ווי איך וואלט גענטפערט פאר א רעפארטער, "גלות יודן" האבן א מסורה וויאזוי מ'רעדט צו די אוה"ע אין גלות, ווען ס'האנדלט זיך נישט אין העברה על הדת ח"ו (קוק אין "שער בלעטלעך" פון ספרי קודש).

ווילסטו וויסן וואס נט"ק שטעלט פאר בנוגע דעם ציאניסטישן קאנפליקט מיט די אראבער, דאן איך בין גרייט, אבער ווי עס זעהט אויס די דערווייל נאכנישט !!!




אלעסגוט » 4/1/2010 19:41

דריי זיך נישט ארויס - ענטפער זאפארט!

איז מוחמד געווען א רשע אדער א צדיק?

יא אדער ניין

אן קיין דריידלעך

שנעל...

ווארימער » 4/1/2010 19:45

א יודיש קינד, וואס לייגט יעדן טאג טלית און תפילין, און זאגט שמע ישראל, שעמט זיך נישט צו פרעגן אזא פראגע !?

אלעסגוט » 4/1/2010 19:46

האסט נישט געענטפערט!

ענטפער קלאר

צדיק אדער רשע...

שנעל...

ווארימער » 4/1/2010 19:54

ווילאנג די ביסט געווען ווי א "רעפארטער", האב איך דיר געענטפערט ווי מען ענטפערט פאר א רעפארטער, אבער יעצט אז די האסט דיך אויסגעטוהן דיין מאסקע, וויל איך מיט דיר נישט פירן קיין שמועסן איבער דיעות כוזבות פון איסלאם מיט מוחמד.

מוחמד און יאשקע האבן כופר געווען בתורת משה וישראל, און א יודיש קינד טאר מיט דעם נישט האבן קיין מגע ומשא.

ווארימער » 4/1/2010 20:01

צדיק'ל !

אז די קענסט פרעגן אזעלכע טריפה'נע שאלות איז א סימן אז קיין "אני מאמין" האסטו היינט נאכנישט געזאגט.

אני מאמין באמונה שלימה שזאת התורה לא תהא מוחלפת (לאפוקי נצרות "ברית חדשה") ולא תהא תורה אחרת (לאפוקי איסלאם "קוראן") מאת הבורא יתברך שמו.

ווארימער » 4/1/2010 20:06

אנשטאט צו זיין פארנומען מיט די שיטות הכופרים רח"ל בתורת משה "יאשקע" און "מוחמד" !

זיי זיך מתעסק מיט תורת משה מסיני, נעם ארויס א חומש לערן פרשת וישלח מיט די מפרשים, לערן דברי יואל, על הגאולה ועל התמורה, ויואל משה, טיב לבב, וכו' וכו.

וועסט דאן אנפאנגן צו פארשטיין וואס מיינט א פשוטער "גלות יוד", מיט די פשוט'ע אויסגעטרעטנע אור אלטע אמונה.

אלעסגוט » 4/1/2010 20:15

האסט נאך אלס נישט געענטפערט... דו דרייסט זיך ארויס און דו ווילסט נישט שרייבן קלאר...

אבער אז דו האסט שוין געשריבן, וועל איך דיר ענטפערן אויף וואס דו שרייבסט...

איך וויל עס נאר קלארשטעלן; דו האלסט אז דער קוראן איז פאלש און שקר! - איז דאס ריכטיג? - ביטע ענטפערן:

ווארימער » 4/1/2010 20:20

משה אמת ותורתו אמת

אויסער דעם איז אלעס שקר !

ובכללם וואס שטייט אין די אידישע צייטונגען, זשורנאלן, בלאגס, אא"וו, אינערהאלב דעם "גלות פאליטיק".

אלעסגוט » 4/1/2010 20:21

דו דרייסט זיך ארויס...

ענטפער מיר אין איין ווארט:

איז דער קוראן שקר אדער נישט?

ווארימער » 4/1/2010 20:26

אויסער תורת משה איז אלעס שקר, ובכללם דער "קוראן" דער "נוא טעסטעמענט", און אויך די אידישע פאליטשע אפשאצונגען וואס ווערן געשריבן טעגליך-וועכנטליך-חודש'ליך, אין צייטונג, איד, בלאט, שפאקטיוו, צייטשריפט, המשפחה, השבוע, הארץ, המעריב, וכו', וכו'.

אלעסגוט » 4/1/2010 21:01

אקעי, סא דו זאגסט אז דער קוראן איז שקר... בסדר, וועלן מיר גיין ווייטער...

אלעסגוט » 4/1/2010 21:45

אקעי... איך האב אבער נישט ליב אריינצומישן אנדערע זאכן, מיר רעדן יעצט פון די מוסלומעינער (האב געדולד איך גיי שוין צו צו די נטורי קרתא).

איך וויל דעריבער קלארשטעלן; דו האלסט אז דער קוראן אין שקר; מוחמד איז געווען א רשע; און עס איז ענדערש צו זיין א איד א כופר ווי א מוסלומענער א מאמין? (ענטפער "נאר" איינע פון די אפציעס)
1) יא 2) ניין

יעצט לאמיר צוגיין צו די נטורי קרתא אליין

איז פאראן אן אנערקענטער רב, וואס לעבט נאך היינט מיט אונז, וואס נעמט אנטייל אדער האלט מיט מיט די פעולות פון די נטורי קרתא? - אויב יא, ווער?

פארוואס האבן זיך די פעולות פון די נטורי קרתא אנגעהויבן נאר מיט א קורצע צייט צוריק, און ביז א צען יאר צוריק איז מען נישט געגאנגען אינאיינעם מיט די אראבער און מען איז נישט אראפגעפארן קיין איראן? (מערסטנס פינף שורות).

וויפיל נטורי קרתא זענען פאראן אויף דער וועלט?

אלעסגוט » 4/1/2010 21:49

ווארימער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
משה אמת ותורתו אמת

אויסער דעם איז אלעס שקר !

ובכללם וואס שטייט אין די אידישע צייטונגען, זשורנאלן, בלאגס, אא"וו, אינערהאלב דעם "גלות פאליטיק".



נטורי קרתא זענען יא אמת?

ווארימער » 4/1/2010 22:05

אזוי ווי דער פריערדיגער דיאלאג איז שוין געווען געענדיגט, און מען הייבט יעצט  אן פריש, בין איך קלאר מודיע אז פון יעצט און ווייטער וועט דער דיסקוסיע זיין "אויסשליסליך" נאר איבער נט"ק זעלבסט.

יעצט צום ענין פון דיינע נט"ק שאלות:

איז פאראן אן אנערקענטער רב, וואס לעבט נאך היינט מיט אונז, וואס נעמט אנטייל אדער האלט מיט מיט די פעולות פון די נטורי קרתא? - אויב יא, ווער?

הרה"צ משה דוב הלוי בעק שליט"א
אבדק"ק בית יהודי
מאנסי יצ"ו


הרה"ג אהרן כהן שליט"א
ר"מ ישיבת תורת חסד (מלפנים)
מאנטשעסטער יצ"ו


פארוואס האבן זיך די פעולות פון די נטורי קרתא אנגעהויבן נאר מיט א קורצע צייט צוריק, און ביז א צען יאר צוריק איז מען נישט געגאנגען אינאיינעם מיט די אראבער און מען איז נישט אראפגעפארן קיין איראן? (מערסטנס פינף שורות).


דער התפתחות פונעם אינטערנעט האט מגלה געווען אז די וועלט הייבט נישט אן צו וויסן בכלל אז ס'עקזיסטירט א יודישער תורה'דיגער התנגדות צום ציונות, מאכנדיג מיט בערך 10 יאר צוריק א Search אויף Google אויף דעם ווארט Satmar האט מען גארנישט געפונען אויף דעם נושא, (נאר ליידער צענדליגער דאקומענטן בנוגע דעם איבערקערעניש כלפי דעם KJ School District), האט מען דעמאלט מחליט געווען אז מען גייט ארבעטן בכל הכוחות ארויסטראגן דעם ענין אויף די וועלט, מאך יעצט א Search אויף Neturei Karta וועסטו געפונען איבער 100,000 לינקס פון צייטונגען און דאקומענטן.

דער ענין איז ב"ה פארשפרייט מסוף העולם ועד סופו אויף א וואונדערבארן אופן.

אויך האט מען געמאכט א סופיסטיקעיטעט וועבסייט ווי עס קומען אריין צענדליגער טויזענטער וויזיטערס, וועלכע לאזען איבער געוואלדיגע פאזיטיווע קאמענטס אויף פרומע יודען, כה יעזור ה' להלאה !





וויפיל נטורי קרתא זענען פאראן אויף דער וועלט?

אקטיוו הונדערטער, בשיטה טויזנעטער, כן ירבו.

ווארימער » 4/1/2010 22:07

בנוגע דיין שאלה צו נט"ק איז אמת:

נט"ק זאגט וואס שטייט אין די תורה, די צייטונגען זאגן וואס דער ציוניסטישער ווינט בלאזט !

ווארימער » 4/1/2010 22:20

הרה"ג מהר"א כהן שליט"א דרשנט פאר סטודענטן אין לאנדאן.

Rabbi Ahron Cohen
April 19, 2009
University of London

A part of a lecture at the SOAS, University of London, on February 9, 2009, given by Rabbi Ahron Cohen, spokesman for Neturei Karta UK, Jews United Against Zionism, against the recent Zionist atrocities in Gaza.


* classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" width="425" height="344" xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab"> <*

ווארימער » 4/1/2010 22:25

הרה"צ מהר"ם בעק שליט"א, פורים ביים "שריפת הדגל" בלבת אש קודש !
* classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" width="425" height="344" xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab"> <*

ווארימער » 4/1/2010 22:27

דער שריפת הדגל איז פארגעקומען אין פארנט פון סאטמאר בית המדרש "קהל ויואל משה" מאנסי יצ"ו

נפל » 4/1/2010 22:40

צווישן 204 און 210 זעט דער משה בער אויס ווי א צורידערטער נעבעך

ווארימער » 4/1/2010 22:40

אלעס-גוט נ"י,

בעפאר מיר גייען ווייטער וויל איך דיר פרעגן מענין לענין באותו ענין, נישט בנוגע נט"ק (ווייל דאס האסטו שוין מגלה דעת געווען אז אין דעם נושא ביסטו אן ע"ה), אבער די ביסט דאך א עקספיריענסט רעפארטער אין א צייטונג שרייבער, אדרבא כ'וואלט זייער געוואלט וויסן די נעמען פון אן איינגעזעהנעם רב, רבי, ראש ישיבה, משפיע, צדיק, אד"ג, וועלכער איז פאראנטווארטליך אויף די אנאליזען און מיינונגען, וועלכע ווערן געשריבען אין די אידישע צייטונגען-זשורנאלן אינערהאלב דעם סכסוך פון די ציונים מיט די אראבער.

נפל » 4/1/2010 23:35

ווארימער, טול קורא מבין עיניך, איך וויל דיר פרעגן באותו ענין בנוגע נט"ק (ווייל דאס האסטו שוין מגלה דעת געווען אז אין דעם ביסטו א מומחה). כ'וואלט זייער געוואלט וויסן די נעמען פון אן איינעזעהנעם רב, רבי, שאש ישיבה, משפיע, צדיק, אד"ג וועלכער איז פאראנטווארטליך אויף די אנאליזען און מיינונגען, וועלכע ווערן געשריבן דורך משה בער בעק\אהרן כהן און זייער גרופע.

ביטע ענטפער נעמען פון "לעבעדיגע" נישט "געוועזענע"

מיטן מאכן משה בער בעק און אהרן כהן אלס א "הרב" האסטו א פנים פונקט ווי אלע צייטונגען, משה בער בעק האט קיינמאל קיין הוראה און שימוש פון א רב נישט ערהאלטן, און אהרן כהן אוודאי נישט... דאס נעמען פאלנער עסקנים און צוקלעבן דעם טיטל "הרב" באלאנגט פאר צייטונגען, עיין ערך "הרב משה דוד נידערמאן" ועיין ערך "הרב יעקב ליצמאן"

ווארימער » 4/1/2010 23:44

נפל טייערער,

הרה"צ רבי משה בער בעק שליט"א, האט געשריבען הונדערטער בלעטער בירורים אויסגעבויעט פון ש"ס ופוסקים, קיינער האט עם דערווייל נישט אפעגעפרעגט, א דיין וואס לערנט הלכות בשר וחלב קען פסק'נען אין דעם הינזיכט, און איינער וועלכער איז א בקי אין הלכות גלות, האט די פולע רעכט צו פסק'נען אין דעם נושא.

זיין ספר "יסודות של בית יהודי" האט הערליכע הסכמות פון גדולים וואס רוב זענען שוין בעלמא דקשוט.

הרה"ג רבי אהרן כהן שליט"א, איז א אויסגערופענער גאון, און האט מעמיד געווען הונדערטער תלמידים, און האט עני טיים די רעכט צו זאגן זיין מיינונג ווי סיי וועלכער מו"ץ'ל אין די התאחדות הרבים טעלעפאן ביכל.

ועל כולם האב איך שוין געשריבן, אז די יסודות זענען אוועקגעשטעלט געווארן דורך די גאוני מצוקי ארץ, מרן הגה"ק מקאשוי זצ"ל, און מרן הגה"ק ממאנטיווידעא זצ"ל, וואס רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע סמך ידו עליהם.



נפל » 4/1/2010 23:55

2 קליינע טעותים האסטו

1   א הסכמה אויף א ספר איז נישט א הורמנא להוראה
2   א "גאון" קען נאך נישט ווערן א פוסק, מען דארף קענען שלחן ערוך און נישט נאר גמרא...

קיינער פון די 2 איז "קיינמאל" נישט געווארן מוסמך להוראה, דורך קיין שום רב, רבי, וכו'...
ניצן די נעמען פון קאשיוער רב און מאנטיווידער רב ז"ל איז א פשיעה, סך הכל האט מאנטיווידער רב געשריבן "איין מאל" א בריוו ווי ער שרייבט אויף א געוויסע פראטעסט וואס איר האט געמאכט צוזאמען מיט די אראבער אז ער האט נישט געזען קיין פראבלעם דערין"... אבער קומען זאגן אז ער איז געווען דער "וועג ווייזער און מייסד" און ענקער שיטה איז א חוצפה.

אלעסגוט » 5/1/2010 00:19

אנטשולדיגט ווארימער;

איך האב אייך געפרעגט נעמען פון אנערקענטע רבנים, און די רבנים זענען לגמרי נישט אנערקענט

איז נאכאמאל;
האט איר נעמען פון אנערקענטע רבנים וואס לעבן נאך מיט אונז?
1) יא 2) ניין

יעצט וועט זיך אנהויבן א פרישער דיאלאג מיט קאפ-דרייענישן צו יא אדער ניין... וויל איך דעריבער ערקלערן, אז אויף מיין ערשטער שאלה האסטו נישט געענטפערט, און ביז דאס ווערט נישט געענטפערט שפיר איך נישט פאר וויכטיג צו גיין ווייטער מיטן דיאלאג.
בלאט: 1 2