פאר ווער עס קען נישט די היסטאריע, וועל איך אויפמישן א בלעטעל היסטאריע פון די נישט ווייטע פארגאנגענהייט.
ר' יוסל איז געווען איינע פון די גרעסטע עסקנים אין סאטמאר במשך פולע יארן (צוזאמען מיט זיין ידיד נאמן להבח"ח העסקן ארי לייב גלאנץ) ער האט געפירט גאר אסאך פראטעסטן וואס סאטמאר האט געפירט. ער האט געשוויצט פאר סאטמאר, און אריינגעלייגט דמים תרתי משמע אין סאטמאר.
זיין אפיציעלע שטעלע איז געווען א מענידשער אין 82.
עס איז געווען אין יאר תשס"א, און איינע פון די מלמדים האבן געטראפן א בלאט אין זיין אפיס. ער איז גראד אריבער געלאפן צו ליפא ט"ב, און אים אויסגעזאגט, אז ער האט געטראפן ר' יוסל מיט נישט מער און נישט ווייניגער ווי מיט "דער בלאט" ה"י.
ליפא האט צוזאם גערופן א מיטינג אין UTA כדת המ לעשות? וואס טוט מען דא? תכלית, ביי די מיטינג האט זיך באטייליגט די גאנצע סטעף פון 82, און מען האט מחליט געווען אים ארויסצוווארפן. מען האט אריבערגערופן ר' יוסל, און אים קאלטבלוטיג געמאלדן אז מען האט אים געווארפן.
ר' יוסל האט זיך אנגעהויבן צו בעטן, איך האב דריי קליינע קינדער אינדערביים (א זוהן פון 11 יאר, און צוויי טעכטער אינטער די 10), פון ווי גיי איך שפייזן מיינע קינדער? פון ווי גיי איך האבן ברויט אינדערהיים? אבער צו די בעלי נועם המידות, איז נישט געווען צו וועם צו רעדן. און מען האט אים געהייסן אראפלייגן די שליסלעך אין אהיים גיין.
ר' יוסל האט זיך געטראפן אליינס אינדערהיים, אן קיין פרנסה, אן קיין לחם לאכול. ער האט פראבירט צו עפענען א טשעיר רענטאל, אבער עס איז אים נישט געגאנגן.
ער האט נישט אויסגעהאלטן זיין צער און ווייטאג, און האט ל"ע באקומען יענע מחלה. און איז שוין פון דעם נישט אויפגעשטאנען, אלע דאקטוירים האבן געזאגט, אז עס קומט קלאר פון דעם וואס ער עסט זיך אויף זיין הארץ.
ווען ר 'יוסל איז נפטר געווארן, האט זיך רבינו שליט"א, מיט'ן דיין ר' געציל שליט"א, און דעם ראש הכולל שליט"א אין געמאכט אן אפיעל פאר די צובראכענע שטוב וואס ר' יוסף האט איבערגעלאזט. כמדומה לי, איז עס די איינציגסטע אפיעל וואס די דריי גדולים האבן געמאכט פאר א פריוואטע יחיד. רבינו שליט"א האט דאן צוגעזאגט 1000 דולר. און האט אנגעוואונטשן "ווער עס געבן פאר די צוועק, וועט אי"ה קיינמאל נשיט דארפן צוקומען צו דעם".
ר' יוסל האט געשריבן אין זיין צוואה, אז ער איז נישט מוחל די אלע וואס זענען געזיצן ביי די מיטינג, נישט בזה און נישט בבא!!
שרעקליך ווי אידן קענען דערגרייכן.
תוקן על ידי יעקב_בער1 ב- 01/01/2010 02:01:13