פאפא ליידט פון א באקאנטע שפריך ווארט "פאפא נער". באמת שטעקט אין דעם גאנץ ווייניג אמת ווייל אין פאפא דרייען זיך נישט מער נערנים ווי אין אנדערע אונגארישע קהילות. רגע, איך האב געזאגט אונגארישע קהילות? אויך די זעלבע טעות ווי "פאפא נער" ווייל אין די אונגארישע קהילות דרייען זיך נישט מער נערנים ווי אין די גאליציאנע קהילות, אין פאקט רוב גאליציאנע קהילות באשטייען היינט פון אונגארישע אפשטאמיגע ווייל פון די גאליציאנע אידענטום איז כמעט גארינשט געבליבן. אבער די ווארט אונגארישע נער האט זיך שטארק אריינגעגעסן אפילו עס ליגט אין דעם ווייניג אמת און צוזאמען מיט דעם איז געבליבן ווייניג וואס צו טון דערוועגן, די נאמען איז צוגעקלעבט און וועט לעולם בלייבן. פאפא ליידט פון די זעלבע אנשיקעניש ווי די כלל אונגארישע אפילו אין פאפא זענען נישט דא מער נערנים ווי אין סקווירא אדער וויזניץ וכו'
הפעם זענען אבער די פאפא'נע געפלאן אין די ארוינישע נעץ און דאס וועט ווייטער ארויפברענגען די ווארט פאפא נער.
יעדער פון אייך געדענקט אוואדאי די באקאנטע פרשת "פישמאן" אויף וועמענס שטח די אהרוינים האבן אויפגעשטעלט זייער 2 וואכעדיגע שול ביים גרעניץ פון וו"ב, אויף א שטח וואס געהערט צו "מוסדות קראסנא" די אהרוינים האבן פאר א לענגערע תקופה נישט באצאלט די רענט און די בעלי בתים האב נישט האבנדיג א ברירה און נישט האבנדיג צו וועם צו רעדן דארט האבן זיי ארויסגעגעבן א בריוו פארן פובליק ווי די פישמאן ברידער שרייבן אז דאווענען אין דעם מקום איז א "בוצע ברך, גניבה וגזילה" די אהרוינים האבן געהאט ווייניג ברירות און האבן באצאלט ווי טאטעלעך.
נאך אזא מעשה האט זיך אפגעשפילט אין יענע תקופה מיט א קאנטראקטער וואס האט געבויעט פאר די די אהרוינים און ער איז געווארן א ליצנות מיט צענדליגע געקראכטע טשעק'ס פון ארוינישע אקאונטס.
ווייניג האבן געוויסט אז אינטער די קוליסן קאכט זיך נאך א פרשה און דאס איז פרשת "מנוחה ושמחה" די אהרוינים האבן געדינגען שטח אויף בעדפארד עוו. און דארט געמאכט שמחה זאלן און דאס גערופן "מנוחה ושחמה", כמעשיהם בשאר מקומות האבן זיי דא אויך נישט געצאלט די רענט און הפעם זענען די בעלי בתים "מוסדות פאפא", די פאפא ראשי קהלה האבן זיך געבעטן ביי די אהרוינים פאר זייער ערליך פארדינטע רענט אבער די בקשות זענען געפאלן אויף טויבע אויערן, בלית ברירה האבן די פאפא ראשי קהלה געמאלדן פאר די ראשי הארוינים אז אויב ביז א קורצע תקופה וועט די רענט נישט זיין באצאלט וועלן זיי אפשפארן די שטח אן קיין מעלדונג פון פאראויס. די אהרוינים האבן זיך אבער ממשיך געווען שלעפן צייט און נישט באצאלט די רענט, און צו דעם נאך האבן זיי ווייטער גענומען דיפאסיט'ס פון מחותנים, אזוי פיל מענטשהייט האבן זיי יא געהאט אז זיי האבן איינגעמאלדן פאר מחותנים אז די זאל איז נישט גארענטירט אפילו נאך די דיפאזיט "צוליב א געלט סכסוך מיט פאפא"... פארט האבן מחתנים איינגעשטעלט און געגעבן דיפאזיט'ס צוליב די ביליגע פרייזן (א פלא? ווען איך זאל נישט צאלן רענט פאר מיין זאל וואלט איך אויך געגעבן די פרייזן...)
מחותנים זענען געווען אין א פארלעגנהייט בנוגע וואס צו שרייבן אויף די "חתונה בריוולעך" וואס ווי פארשטענדליך ווערן שוין געדריקט 5-6 וואכן פאר די חתונה. אבער דא איז אריינגעקומען די ארוינישע דריי קאפ און די פאפא נערנות, אשטאד פאפא זאל איין פרייטאג מעלדן אז זיי פארמאכן די זאל און די ארוינים זאלן נישט האבן א ברירה נאר קומען צו לויפן מיט די גלעט האט פאפא געמאלדטן אז "ביז א שטיק צייט" וועלן זיי פארמאכן אויב די רענט ווערט נישט באצאלט... די אהרוינים האבן געכאפט און געטון אשטאד באצאלן די רענט האבן זיי גענומען דאס געלט און זיך געבויעט א "נייע" מנוחה ושמחה אין זייער פארמאגיטשטע בנין אויף ווייט עוו. און פאפא איז געבליבן מיט די צינג אינדרויסן.