צווישן די אונטערגעשריבענע זענען פאראן עטליכע וועלכע שטייגן איבער בחכמתם וצדקתם אלע דריי "שלשה רועי בקר" וואס האבן ארויסגעגעבן דעם רשעות'דיגן און עם הארצ'ישן 'פסק' קעגן הרה"ח ר' דוד עקשטיין שליט"א, נאר זיי פארמאגן נישט אזויפיל מער פונעם שמינית שבשמינית ווי יענע רועי בקר.
איך בין בכלל נישט דער וואס זאל מעיד זיין אויף קיינעם פון די גדולי התורה וועלכע זענען אונטערגעשריבן אויף דעם בריוו, נאר אויף איינעם וויל איך זיך אפשטעלן, הגה"צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א, מיט וועמען איך בין פערזענליך נאנט נאך פון מיינע יארן אין די ישיבה גדולה, און כ'בין טיף איבערצייגט אז ווען נישט דער איד זאל אזוי אפווייכן פון כבוד און פירסום כבורח מפני האש - אזש דער נייער פאסטן אלס דיין אין ביהמ"ד דברי חיים אין קרית יואל האט מען אויף אים ממש ארויפגעצווינגען נאך לאנגע יארן וואס ער האט עס בשו"א נישט געוואלט אננעמען, און כפי השמועה האט ער דארט ממש באוויזן וואונדער - וואלט ער היינט צו טאג געווען פון די גרעסטע משפיעים בדורינו!
צווישן אנדערן ברענגען די רבנים הגאונים הצדיקים שליט"א ארויס אינעם בריוו אז דורך ארויסגעבן אזא רשעות'דיגן 'פסק' כאילו הרה"ח ר' דוד עקשטיין האט א דין מסור, האבן די שלשה רועי בקר באקומען א געהעריגן דין "רודף"!
איך לייג שוין ארויף דעם בריוו.
תוקן על ידי געגאנגען ב- 31/12/2009 18:16:58