| גערעכטער1 כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | ווער_איז אז אזוי ווי איך רעד נישט צו קיין (נישט) נערמאלע ביטע געב עם איבער אז פאר שיקן א הזמנה קען מען נישט ריפן צי דין תורה אבער פאר געבן א פסק אן אויסהערן יענעם קען מען יא ריפן צי דין תורה, |
|
ברוך השם אז די האסט שוין געלערנט חושן משפט אין דער בלאט אבער האסט נישט גיט איבערגעחזר'ט דער בלאט, די הלכה ביי א מסור איז "גובין עדות שלא בפניו" נאכדערצו א זאך וואס עס איז נישט דא קיין ספק דערין ווען דוד מסור אליין האט געזאגט ביי זיין דרשה אלך ואמסור און ער איז אינטערגעשריבן אויף אלע פאפירן וואס איז געווען לעיני הרבנים.
חוץ המעשה האט מען אים געווארן עטליכע טעג פריער מען האט אים געשיקט א התראה און ער האט זיך בכלל נישט וויסנדיג געמאכט.
אגב איך צו צוריק ביסט טאקע א גערעכטער, מסתמא קענסטו מער לערנען ווי די שארמאשער רב און די אנדערע רבנים, אינטערסאנט אז די רבנים רעדן זיך נישט דורך מיט דיר זייענדיג אזוי באהאווענט אין חושן משפט מיט א זעלטענע קלארקייט, דער חילוק איז נאר אז איך זאג נאך פון די בריוו פון די רבנים און די זאגסט נאך פון א בפירוש'ער בלאט