ווער עס איז אביסל באקאנט און די ארצות אירופה; -ספעציעל און די מאדיארישע פראווינצען און אונגארען- געפונען זיך און פולע געוועזענע אידישע שטעט צוויי בתי חיים איינס אן נייערע וואס דאס האט געהערט בלויז צו די ארטעדאקסישע קהלה און דער צווייטע: אן אלטען פעלד וואס דארט ליגען די גדולי ומאורי ישראל נ"ע וואס זענען נסתלק געווארען פון בערך הינדערט יאר צוריק און פריער, וואס דאס איז געליגען אונטער די הענט פון די אזוי געריפענע ספרדישע קהילות און זענען באשטאנען פון די נעאלאגען און משכילים למיניהם, און איז געשאנקען געווארען פאר זיי דורך די רעגירונג ביי די באקאנטע היסטארישע טיילונג און אונגארען זייענדיג אנערקענט ביי די דארטיגע געריכטען אלס די אפיציעלע קהלה אין שטאט
און כאטש די צוויי בתי חיים זענען היבש ווייט איינס פון ס'אנדערע און זיי זעהען זיך געווענליך אפילו נישט, ווער רעדט נאך פון זיך גרעניצען איינע מיטן צווייטן דאך האט א ערליכע ארטעדאקסישע איד נישט געצווייפלט קיין מינוט, און נישטאמאל געזעהן פאר זיינע אויגען אן אויסווייל איינס פון צוויי, נאר ער האט פארשטאנען אז כאטש זיינע עלטערן ליגען נאך אונעם אלטען בית החיים און כאטש דער אלטער ביה"ח פארמאגט און זיך פולע גאונים וקדושים וועט ער בשום אופן זיך נישט לייגען אונטער די טריפה'נע הענט פון די אויפגעקלערטע (און טייל מאל שוין האלב געשמד'טע) חברה. נאר ער וועט ליבערשט מוותר זיין אויף די פריוועליגיע פון ליגען מיט זיינע רבי'ס און זיין א טייל נאר פון די ערליכע קהלה אין שטאט. איין ביישפיל איז קאליוו ווי מען זעהט אז מען האט באערדיגט דער לעצטער ארטיגער רב- דער באר מנחם זי"ע- אונעם נייעם ביה"ח כאטש וואס אונעם אלטען ליגט דער הייליגער ר' אייזיקל קאלייווער און נאך.
כלפי מה דברים אמורים, דער היינטיגער טיילונג און סאטמאר איז אפשר פונקט אזוי וויכטיג פאר כלל ישרא-ל -און ספעציעל פאר תלמידי וחסידי סאטמאר- ווי דער ערשטער טיילונג ביי די אונגערישע אידן. דער שארפער ציגאנג פון דער הייליגער חת"ם סופר און זיין באקאנטער לאזונג: חדש אסור מן התורה האט דעמאלטס געראטעוועט דער אונגארישער אידענטום און ראטעוועט נאך היינט טויזענטער אנ"ש נישט צי פאלען פאר דעם גרויסן מתחדש - דער אהרן חארינער בימינו, דער טיילונג אין אונגארען איז היינט א לייכטורעם פאר אלפים ורבבות צוריקצוקיקען און זיך אויך אפטיילען גענצליך פון די מתחדשים בדורינו. זיך ווייטער צו פירען על דרך אבותינ ורבותינו זי"ע בלי שום שינו.
ספעציעל איז דאס געקומען אין ליכט ווען די צענטראלע סאטמארע קהלה האט אפגעקויפט א נייעם חלקה צו דעם אלטען בית החיים אז אפילו און די קורצע צייט פון געציילטע יארן וואס דער בית החיים וועט ליגען און דער נעאלאגישע (און גלייכצייטיג ספרדישע...) הענט צוליב געריכטליכע מאנעווארעס, זאלען אנ"ש נישט דארפען ליגען אפילו פאר א קורצע וויילע אונטער זייערע שמיציגע נעגל און זאלען האבען א אייגענעם ווינקעל צו קענען דורעכפירען די כבוד המת כראוי (דאס איז שוין אויסער די טעם פון די שווערע געלטער וואס מען האט ארויסגעפרעסט פון דע ציבראכענע משפחות, וואס וויפל מאל דער 'מונחת קהילע' וועט דאס לייקענען שטייען די צובראכנע פאמיליעס דא, און געדענקען נאך גוט די טעראר וואס מען האט אויסגעאיבט אויף זיי).
דאס יעצטדערמאנטע איז מיר געקומען לעצטענס פאר די אויגען ווען איך האב מיר באקענט מיט א מציאות פון עטליכע פעלער ווי קליגע זקנים -ערענסטע אידן האבען זיך פארבינדען מיט די קהלה פארשטייער און אויסגעדריקט זייער וואונטש אז אזוי ווי זיי ווייסן נישט וואס די מארגען וועט ברענגען און אזוי אויך פארמאגען זיי קינדער אדער איידימער וואס געהערן צו די כת הנעאלאגען ומתחדשים געבן זיי איבער זייער צוואה פאר די הנהלת הקהלה אז מען זאל זיי ח"ו נישט איבערגעבן אין די הענט פון יענע כת אפילו פאר א קורצע צייט.(און לויט ווי איך הער טוט די קהלה לעגאלעזירען זייער פארלאנג צוליב פארשטענדליכע סיבות) און אזוי אויך בין איך זעלבסט באקאנט פון א איד וואס איז ארום געגאנגען ווי אן א קאפ, און ער האט ב"ה געקענט אפאטעמען ווען דער קהלה בהתייעצות כ"ק אדמו"ר שליט"א האט מחדש געווען דער נייעם ביה"ח ע"מ שיבלע המוות לנצח
און יעצט צו די חלה דעקליך, אריזאנע מצה טאשען וכו'! יובלעטס ווייטער מיט יעדער מת וואס גייט ליגען ביי אייך, (ביי אייך אויף נאך א קורצע וויילע) ב"ה מיר האבען די מעגליכקייט צו זיין אפגעטיילט פון ענק און ענקער מנהיג און מיר פלאנען-גענוי ווי די אונגארישע אידענטום- צו זיין אפגעטיילט ביז משיח'ס טאג ווען ילמדו טועים בינה