פאריגע וואך ביים לערנען חומש רש"י האב איך אביסל אריינגעטראכט אין די פרשה פון יוסף מיט די מצריים (סוף סדרה), און ס'האט מיר באלד אויפגעבליצט אז דאס איז ממש מענינא דיומא [כ'האף אז קיינער וועט נישט ארויסנעמען מיינע ווערטער פון קאנטעקסט כאילו איך בין ח"ו פוגע אין כבוד פון דעם קדוש אלקי, איך באצי זיך אויסשליסליך צום פשוטו של מקרא און די לעקציע וואס מ'קען ארויסנעמען פון דעם "מעשה אבות סימן לבנים" אויך אין די פשוט'סטע ענינים גשמיים].
יוסף הצדיק איז לכאורה נישט געגאנגען מיט קאמוניזם/סאציאליזם. ער איז געווארן משנה למלך און אנגעהאלטן דעם מאכטפולן אמט פאר זיבן יאר אבער נישט אויסגענוצט זיין כח ארויפצוצווינגען קאמוניזם אויף מצרים. במשך די גאנצע צייט האט יעדער געהאט די רעכטן צו זיין אייגן פעלד און זיינע אייגענע בהמות, און ווי ס'שיינט האט מען ניטאמאל געדארפט צאלן שטייערן. די אוצרות תבואה וואס מ'האט אוועקגעלייגט זענען אויבנאויף געקומען דוקא נאר פון די רעגירונג'ס, אדער פרעה'ס, אייגענע ריזיגע פעלדער.
למעשה אבער ווען די מצריים האבן זיך געטראפן אין א קלעם, די עקאנאמיע איז געגאנגען שלאפן און יעדער איז געלאפן צו די רעגירונג אז זי זאל עפענען אירע אוצרות און ראטעווען דאס לאנד פון אונטערגאנג, האט יוסף נאר מסכים געווען עס צו פארקויפן געהעריג, ווי א ריכטיגער קאפיטאליסט. ווען יענע זענען געבליבן ארעם און נאקעט האט ער גענומען זייערע פעלדער און זאגאר זיי אליין פאר קנעכט, איבערנאכט האט די רעגירונג אויסגענוצט אירע פעדעראלע אוצרות און אפגעקויפט גאנץ מצרים, אפילו זייערע אייגענע רעכטן האבן זיי פארלוירן ווען זיי האבן זיך געמוזט פארדינגען אלס קנעכט פאר פרעה!
המשך יבא