גביר אדיר כתב:
איך בין נישט קיין פריינט פאר סקווירא און אויך נישט קיין פיינט. פאר די וואס ווילן זען א מרידה\חלוקה\סתם איבערקערניש אין סקווירא, איר וועט מוזן ווארטן נאך אביסל, עס איז נאך נישט דאס.
ס"ה רעדט זיך דא פון אפאר ליידיג גייערס וועלכע פלעגן זיך יעדן שבת ביים דאווענען צאמקומען אין בנין הישיבה (וועלכע איז פונקט געגן איבער דעם בית מדרש) און פלעגן דארט קאלעצן. איבריג צו זאגן אז קיין שום אחריות'יגע קהילה טאר אזאנס נישט צולאזן, האט מען דעם ישיבה בנין פארשפארט און געשטעלט א סעקיוריטי קאמפאני זאל היטן די אריינגענג. מען האט אויך געשיקט בריוו פאר די חברה מטעם דעם בי"ד אז דאס זאל זיך אויפהערן.
איינער פון די חברה, לכאורה א איד מיט גאר ווייניג שכל, ווייל דער מענטש מאכט שוין חתונה קינדער און קיינער פארשטייט נישט פארוואס עס פעלט אים אויס אזאנס (בד"וו, דער מענטש האט שוין איינמאל געהאלטן ביים ארויסמופן פון סקווער, אבער ער איז געוואר געווארן אז דעער עולם פרייט זיך, האט ער געקענסלט דעם פלאן). עניוועי, דער חברה מאן איז זיך געגאנגע ןשלאגן מיט די גארדס. און די פראטעסט איז א רעאקציע צו דעם.
און פאר די וואס שרייען אז סיז גארנישט מיט גארנישט, און אין סקווער איז אלעס שא שטיל. וועקטס ענק אויף, און הייבטס אן זען דעם מציאות. אויב יעצט איז נאך נישט געשען א מרידה, קען עס יעדן טאג געשען. עס איז מער נישט די וועלט וואס אמאל. דער געדאנק איז געווען עס זאל זיין א שטעטל, דערווייל איז עס געווארן א שטאט. עס וואינען אין סקווער בערך צוועלף הונדערט משפ' קע"ה, און צווישן אזא גרויסן ציבור איז אלעמאל דא כמה דעות (איך רעד שוין נישט פון דעם אז א גרוש מוז אלעמאל דאווענען אין איין בימ"ד מיט זיין געוועזענעם שווער וכדו', ווייל עס איז נישט דא קיין אנדערער פלאץ ווי צו גיין), און דער ציבור איז צו גרויס צו האלטן יעדעם אינטער קאנטראל.
די ראשי הקהילה ווייסן דאס און זיי זענען אובד עצות, מען לאז שוין נישט היינט דעם שטעטל וואקסן אזוי ווי אמאל, נישט יעדער תלמיד קען בלייבן ווואינען דארט, אבער זיי האבן פארשפעטיגט, זיי האבן דאס געדארפט אפשטעלן ביי פיר הונדערט משפחות, נישט ביי טויזנט, יעצט איז שוין טו לעיט.
און מיטן טרייען צו האלטן אזא שטיייפע האנט, מאכן זיי נאר ערגער, דער ידישער געגענט ציט זיך נענטער און נענטר קיין סקווער, און סעאיז נאר א שאלה פון צייט ביז עס וועלן זיין היימישע בתי מדרשים א שפאציר פון סקוויער, און דעמאלץ איז דער מלחמה אינגאנצן פארלוירן.
נ.ב. מחלוקת צווישן די ברודער לאמיר נאך לאזן אויף שפעטער. כאטש סקווערער רבי איז שוין נישט קיין אינגערמאן, און ער האט זיך לעצטנס היפש געעלטערט, אבער עוד חזון למועד