ווייסט איינער וואס גייט פאר אין סקווירא?
וואס די פארטעסטן זענען דארט איצט?
באקומען אין טעקסט
kverPolitic BREAKING NEWS!!! MEGA FIGHTING BROKE OUT IN SHTATEL POLICE CLOSED DOWN YESHIVA!
SkverRebbe Majer protest 2night in new Square on 8 bush 4 not being in shul whan rebby was davening misef Pls RT
די אפטייטש אין אידיש דערפון מיינט לכוארה רוסלאנד איז געפאלען...
מזל טוב וועלקאם טו די קלאב...
NsAlerts: Heavy Police activity by Cor Bush & Clinton Ave, there're 2 crowds protesting each against the other
SkverNews: this is KOVED SKVER !!! 91 older Bochrim screaming 'stop the terror'. They are snapping pictures
FineNeis: POLICE IS NOW IN SKVER ITS MAJOR ACTION THY START THE SATMARE SHTIK! GO OUT PORTES!!
anashdskwer: Tomorrow Pirim Meshbish mekibel by raboseiny hak' of Skver zy"a an old story from 300 years ago so was Protest
SkverNews: The older chasidim r vary angry from that story thay saying that's its look like satmar. I remember a few years ago it was a protest against some one in skver and the rebbe was vary angry will see what it will be this time. Will see tomorrow what the yeshiva will say about this protest I'm sure thay will be vary angry
Statf: skverer rabbi copy his shvuger aron who close shul...
SkverPolitics: #1) Ramapo, Spring Valley & Sheriff responding to Bush Lane in New Square
#2) Clarkstown is also sending over a couple of cars for a large crowd
#3) Sector 5 is slowing all incoming units and stations. Estimating crowd to a couple of 100 - 200 people
#4) 91 older Bochrim screaming 'stop the terror'. They are snapping pictures
5) Ramapo unit advising no further needed to 8 Bush Lane in New Square. still trying to get ahold of complainant
[Fr:rocklandbuff]To:monsey.news Some sort of big protest in NS, unknwn what 4, mult pd agencies o/s; will try and u/d
תוקן על ידי SatmarBum ב- 28/12/2009 07:06:06
הפגנה אין סקווירא שטעטיל! ענדליך צי בני יואל אין קרית יואל...
" >
<*
פאר JNET באניצער אויף מה נישמה:
http://www.mahnishmah.com/system/s/modules/admin/pages/show_page.cgi?p=11982תוקן על ידי SatmarBum ב- 28/12/2009 17:27:32
סיי אין קרית יואל אין סיי סקווירא האט מען מען ליידער ציטיען מיט די אפפאל פין כלל ישראל.
סטאפ דדדדדע טערררררארררר נאו מיט'ן אלטן געמיינעם אונגארישן עקסענט
זאג פאר דעם סקווערן שוטה אז קרית יואל קעגן סקווער איז אזוי ווי קאירא קעגן גאזא.
סקווער איז די מאוסט פאנאטישע פלאץ וואס די וועלט האט נאר אמאל געזען.
אין קרית יואל האט מען אלעמאל געמעגט מאכן מנינים מוסף אינדרויסן און מען האט קיינמאל נישט געמוזט קומען צום טיש שבת.
דער סקווערער וואס כאפט די ווידיא סאונדט מער ווי א פארגעשריטענער בני יואל יונגערמאן וואס דרייווט א טראק און טוט אן א דזשעקעט און ער פילט זיך COOL. נאך יארן פון אויפגעצויגן ווערן אונטער א דזשיהאד אטמאספערער איז דאס זיין עולם הזה. דער סקווערער איז א פאנאטיק פונקט ווי די אלע אנדערע פאנאטיקער דארט, נאר ער האלט זיך בגדול'דיג ווייל ער מאכט זיך די פיאות מיט לעמאן דזשוס.
NEW SQUARE — Ramapo police Sunday night responded a call reporting a mob of about 500 people at the intersection of Bush Lane and Clinton Lane.
At about 9:30 p.m., the crowd gathered as an unorganized protest about a conflict within the community, police said.
The Clarkstown and Spring Valley police departments
as well as Rockland County Sheriff's Department also responded to the scene to assist with crowd and traffic control.
The crowd eventually dispersed. No property damage or injuries was reported.
No arrests were made as a result of the incident.
http://www.lohud.com/article/20091228/NEWS03/912280355/500-gathered-at-New-Square-protest
תוקן על ידי פאלאנד ב- 28/12/2009 18:27:48
אינטערעסאנט. ביי די ווידיאו וואס ער האט ארויפגעלייגט אויף מה נשמע באקלאגט ער זיך אז "מ'לאזט אים נישט גיין צו א אנדערע רבי". אבער אין די ווידיאו זעלבסט בעט ער זיך צו די גויטע פון עפעס א נייעס סטאנציע אז זי זאל אויסרופן פאר די גאנצע וועלט אז "אונז וויל מיר זיין [פריי] אזויווי איבעראל", און קיינער זאל אים נישט איינטיילן אין אידישקייט.
דאס איז אינגאנצן נישט "קרית יואל". אפגעזען פון די אומשטענדן איז דארט געווען א פאליטישע מלחמה, דו ביזט א געמיינער יונג וואס וויל זיין ווי די גרועים שבאומות, און נאך זיצן אין א הייליג אפגעזונדערט שטעטל!
ווער צווינגט דיר דארט צו בלייבן?! קענסט נישט ווייניגסטנס ארויסמופן דריי בלאקס קיין מאנסי?!
דאס איז א חורבן פאר סקווירא, דאס מיינט אז די הנהגה איז צופאלען.
קרית יואל איז בייגעקומען די רעבלען אין זיי וועלן אויך אי''ה
טאמער זיי גייען בייקומען די רעבעלן אזוי ווי די קרית יואלע, איז סקווער אויף געהאקטע צרות
כ'הער די רעבלען גייען ארויסשטעלן שווימער פאר מעיאר אין סקווירא
אינטערסאנט אז מען קריגט זיך איבעראל און אלע חסידותער און יעדער שרייט אז זיי זענען נישט סאטמאר...
און סאטמאר איז נאך די ליבעראלסטע פון אלע!
איר קענט שנעלער טרעפן א שמועס פון א אהרוני מיט א זאלי ווי פון א 48 מיט א 45 אדער א ישראליסט מיט א מענדעליסט! וכו'
nys10952 יישר כח פארן קאמפלימענט
נוחום גערעכט
נאך מער נישט דא א חסידות אין די וועלט (לפי ידעתי) וואס איעדער קען גיין צי וועלעכע רבי ער וויל,
האלטן פין וועלכע רבי ער וויל , אין קיינמאל נישט אריין טרעטן צי זיין רבי ,צי א טיש אדער זיך געזעגענען
אין קיינער וועט עם נישט ארויס ווארפן אדער טשעפענען
לאז מיר זיך נישט פאפען און סאטמאר פאר 20 25 יאר צוריק צווישן די חסידים און בני יואל איז די שנאה גיווען מוראדיג שטארק! און אפילו דעמאלטס איז דאס נישט גיווען אויף דעם אופן אוואו ביי אנדערע חסידותער היינט
אבער כהיום יום %99 עולם לאכט דערפון, עס איז דא זמנים וואס די שנאה קומט ארויס אבער קיינמאל נישט אויף דעם אופן אוואו ביי די אנדערע חסידותן
מיר ארונים זאלונים ברויכן זיך נישט צו שעמען פאר קיין איינע פון די אויבער דערמאנטע חסידותן
נעכטען נאכט נאך די הפגנה איז דער יונגערמאן מען האט געוואלט ארויס ווארפען געגאנגען צים בית דין דשיכון סקווירא אין געמאכט מיט א הסכם ער האט געדארפט אינטער שרייבען: 1 ער וועט מער נישט אריין גיין אין ישיבה אן רשות. 2 אז ער וועט געבען פארן רבין א קוויטעל צווי מאל א יאר פאר ראש השנה אין יום כופיר. 3 אז ער וועט קומען יעדער וואך צום טיש. 4 אויך דארף ער אויף הענגען א צעטיל אין בית מדרש איבער בעטין וואס ער איז אריין אין ישיבה אן רשות אין ער וועט קיינמאל נישט טין נאכאמאל אין אינטער שרייבען זיין נאמען. אויב הענגט ער נישט אויף דעם צעטיל וועט ער מיזען צאלען קנס געלט $2000 . אויב איז ער עובר אויף די תקנות ווארפט מען עם ארויס פון שטעטיל. פרטים יבאו!
אגב עס איז שוין לעצטענס געוועהן א פראטעסט אין סקווירא:
http://jewishbreakingnews.wordpress.com/2009/11/02/200-protest-new-square-chicken-plantתוקן על ידי SatmarBum ב- 28/12/2009 23:06:28
סאטמאר באם די פארקויפסט לאקשן!
| נפל כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | סאטמאר באם די פארקויפסט לאקשן! |
|
טא נו! פארצייל די אמת וואס גייט פאר אין סקווירא. וואס האט דיך דיין "סקווירא-וויזניצער שוואגער" געזאגט?
איז אמת היינט נאכט וועט זיין נאך א הפגנה?
--
mottyg:
A protest was calld for tonight in front of chaim gedalye kohn's house 167 Clinton Ln 9:45 äMottyGñ
תוקן על ידי SatmarBum ב- 29/12/2009 00:57:00
SkverNews:
MAJOR ACTION IN FRONT ON 91 WASHINGTON, POLICE ARRESTED 5 BUCHERIM
Police left with 5 to Station, They are going to be back tonightPD request 2 more car's for help at 91 WASHINGTONתוקן על ידי SatmarBum ב- 29/12/2009 06:15:08
סך הכל רעדט זיך דא פון א גרופע אלטע בחורים אויסווארפן וועלכע ווערן געפירט און געהעצט דורך 2 אינגעלייט. אלע 5 בחורים וואס זענען ארעסטירט געווארן זענען מעמבער'ס אין די גרופע, זיי זענען ארעסטירט געווארן פאר טרעספעסינג. זיי האבן נישט געוואלט פארלאזן די בנין הישיבה.
סוף דבר איז סקווירא נישט קרית יואל און די אויסווארפן וועלן באזייטיגט ווערן און שלוה וועט הערשן, עס רעדט זיך פון א צייטווייליגע שוועריקייט וואס וועט שנעל אריבער גיין.
פאפיטעס איני יודע מה כוונתך אבל סתם לקחת דבר קטן ועיטפת אותו במעטפות של סרק
יש בסקווירא קבוצת נוער שוליים (כמו רח"ל בכל קרייז חסידים ליטאים ספרדים ואשכנזים)
ואברכים ובחורים יצאו למחות נגדם ולהוקיע את שמם לעיני השמש, זה הכל וזה גם מה שרואים בקליפ
עזוב אותך חסידות סקיווירא נשארים מיוחדים במינם והקריה שלהם היא קריה נאמנה למופת ולתפארת
אין א יעדע שטאט איז דא אפאר מטורפים וואס ווילן אלעס צוברעכען, ווייל זיי ווילן נישט האבן קיין תורה'דיגע הנהגה.
זיי וועלן אפטאן אלע עבירות שבתורה ווי מסירה, חילול ה', וכו' אבי צוברעכען די תורה'דיגע הנהגה, און עס זאל זיין איש כל הישר בעיניו יעשה.
איך בין נישט קיין פריינט פאר סקווירא און אויך נישט קיין פיינט. פאר די וואס ווילן זען א מרידה\חלוקה\סתם איבערקערניש אין סקווירא, איר וועט מוזן ווארטן נאך אביסל, עס איז נאך נישט דאס.
ס"ה רעדט זיך דא פון אפאר ליידיג גייערס וועלכע פלעגן זיך יעדן שבת ביים דאווענען צאמקומען אין בנין הישיבה (וועלכע איז פונקט געגן איבער דעם בית מדרש) און פלעגן דארט קאלעצן. איבריג צו זאגן אז קיין שום אחריות'יגע קהילה טאר אזאנס נישט צולאזן, האט מען דעם ישיבה בנין פארשפארט און געשטעלט א סעקיוריטי קאמפאני זאל היטן די אריינגענג. מען האט אויך געשיקט בריוו פאר די חברה מטעם דעם בי"ד אז דאס זאל זיך אויפהערן.
איינער פון די חברה, לכאורה א איד מיט גאר ווייניג שכל, ווייל דער מענטש מאכט שוין חתונה קינדער און קיינער פארשטייט נישט פארוואס עס פעלט אים אויס אזאנס (בד"וו, דער מענטש האט שוין איינמאל געהאלטן ביים ארויסמופן פון סקווער, אבער ער איז געוואר געווארן אז דעער עולם פרייט זיך, האט ער געקענסלט דעם פלאן). עניוועי, דער חברה מאן איז זיך געגאנגע ןשלאגן מיט די גארדס. און די פראטעסט איז א רעאקציע צו דעם.
און פאר די וואס שרייען אז סיז גארנישט מיט גארנישט, און אין סקווער איז אלעס שא שטיל. וועקטס ענק אויף, און הייבטס אן זען דעם מציאות. אויב יעצט איז נאך נישט געשען א מרידה, קען עס יעדן טאג געשען. עס איז מער נישט די וועלט וואס אמאל. דער געדאנק איז געווען עס זאל זיין א שטעטל, דערווייל איז עס געווארן א שטאט. עס וואינען אין סקווער בערך צוועלף הונדערט משפ' קע"ה, און צווישן אזא גרויסן ציבור איז אלעמאל דא כמה דעות (איך רעד שוין נישט פון דעם אז א גרוש מוז אלעמאל דאווענען אין איין בימ"ד מיט זיין געוועזענעם שווער וכדו', ווייל עס איז נישט דא קיין אנדערער פלאץ ווי צו גיין), און דער ציבור איז צו גרויס צו האלטן יעדעם אינטער קאנטראל.
די ראשי הקהילה ווייסן דאס און זיי זענען אובד עצות, מען לאז שוין נישט היינט דעם שטעטל וואקסן אזוי ווי אמאל, נישט יעדער תלמיד קען בלייבן ווואינען דארט, אבער זיי האבן פארשפעטיגט, זיי האבן דאס געדארפט אפשטעלן ביי פיר הונדערט משפחות, נישט ביי טויזנט, יעצט איז שוין טו לעיט.
און מיטן טרייען צו האלטן אזא שטיייפע האנט, מאכן זיי נאר ערגער, דער ידישער געגענט ציט זיך נענטער און נענטר קיין סקווער, און סעאיז נאר א שאלה פון צייט ביז עס וועלן זיין היימישע בתי מדרשים א שפאציר פון סקוויער, און דעמאלץ איז דער מלחמה אינגאנצן פארלוירן.
נ.ב. מחלוקת צווישן די ברודער לאמיר נאך לאזן אויף שפעטער. כאטש סקווערער רבי איז שוין נישט קיין אינגערמאן, און ער האט זיך לעצטנס היפש געעלטערט, אבער עוד חזון למועד
ווייסט איינער פארוואס דער אומשכלדיגער שרייבט אלץ מיט א מאדנעם פאנט וואס שטעכט אויס די אויגן ?
דאכצעך אז דער מנהל האט עם אמאל שוין אנגעשריגן דא אויפן פארק אז ער זאל שרייבן מיט געהעריגע פאנטס וואס דער דאזיגער וועבזייטל שטעלט צו און אז נישט וועט ער עם ארויסטראסקען פון דא
(כגעדענק נישט גענוי אין וועלעכן אשכול אדרבה ווער סקען זאל אהינלינקען)
איך מיין דער מנהל זאל קער נעמען און האלטן ווארט| פארשטייצעך כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | על כבודי לא מחיתם
איך הער אזוי די סקווערע חכמים שרייען "דא איז נישט סאטמאר". האב איך איין הגה"ה
ווען עס האט זיך געהאנדלט וועגן כבוד שמים, צו וועגן חיטוטי שכבי, חילול שבת, ניתוחי מתים, זענען די סקווערע געווען זייער "נאאיוו" זיי "וועיסן נישט", בכלל זענען זיי וואוילע מענטשן, מען פראטעסטירט נישט, מען שרייט נישט, אבער די רגע וואס ער רירט אן דעם כבוד פון זייער בשר ודם, אז איינער האט נישט אויסגעווארט ביז 3:00 אזייגער פארטאגס שבת צו נעמען א עפעל פון רבין, צו ער קומט נישט גענוג מיט א קוויטל, און נאך אזעלכע שווערע חטאים, שיקט מען די בחורים שרייען 10:00 ביינאכט ווען קליינע קינדער שלאפן שוין, און מען "וועיסט שוין" זייער גוט.
איך נעם נישט קיין שטעלונג אויף אינערליכע סקווערע מחלוקת, אבער אז זיי שרייען "דא איז נישט סאטמאר" קען איך זיי זאגן אז דארט איז טאקע נישט סאטמאר. |
|
היינט גייט זיין א פראטעסט קעגען "אסורים".... אין שיכון סקווירא...
Als53:
FWD: Protest tonight 9:30 in front of Yosef Yisroel Eisenberger's house's, at 73 washington ave, for asserting 5 Bucherim last night.yoselsox:
Is this true?? Fwd: Breaking! Skver Rabbi going to visit michelle Obama, pidyon shviyem to
release the 5 bucherim arrested at protest.תוקן על ידי SatmarBum ב- 29/12/2009 23:33:36
די פאר באמס מיט די געשניטענע בערד ווילן זיך פארגלייכן צו נרדפים אין סאטמאר, וויל איך זיי זאגן, קיינער האט נישט קיין סימפאטי מיט ענק. עטס זענטס בסך הכל אפאר אויסווארפן און הפקר יונגען וואס האבן פארדארבט יונגע בחורלעך און קינדער. די קהלה האט געמוזט אויפנעמען סעקיוריטי אז עטס זאלטס נישט קענען אריינגיין אין די ישיבה בילדינג ווייל די טאטעס האבן דאס פארלאנגט.
עס זענען דא אלטע בחורים און גרושים אין יעדע איינציגסטע אידישע קהלה אין די וועלט. אין ערגעץ האט מען נישט געהערט אז די בחורים זאלן אריינגיין אין ישיבה און טאן דארט מה שלבם חפץ.
ווען די משוגענע אויסווארפן שלאגן זיך נישט מיט די קהלה אין גייען אוועק פון די ישיבה וואלט אלעס געווען שא שטיל. נאר די חברה מוזן זיך שלאגן כאטש יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז עלטערע ביקעס וואס לערנען נישט אין ישיבה און דרייען זיך אויף די ערגסטע פלעצער קענען נישט קומען ביינאכט אין ישיבה צו פארדארבן יונגע בחורים.
ניין, די באמס באלאנגען נישט אין סקווער.
מקען הערן ווי זיי שרייען דארט א.. אויסטערליץ ארויס פון סקווער
איך קען נישט קיין סקווערע אבער לויט מיין ריסוירטש וואס איך האב מיר נאכגעפרעגט איז דער אינגאנצן נישט קיין ביק אדער אויסווארף א נארמאלער היימישער יונגערמאן וואס האלט נישט ביים אהיימגיין פון שול שבת אינדערפרי נאך צווייע זייער נארמאל ווער וויל דען יא ווי איז דערהערט געווארן אז סמעג זיין נאר איין מנין די פירערס ווילן ארויפשמירן אויף יעדעם איינעם וואס האלט זיך נישט ביים פארקנעכטען אז ער איז דער גרעסטער אויסווארף
רבותי דא האנדלט זיך נישט וועגן יודישקייט בסך הכל האבן די ביקעס נישט קיין מורא זיך ארויסצושטעלן אין די עפענטליכקייט אבער איןאמתן אריין איז עס לאו דווקא ביקעס סנעמט אריין א ריזיגע ציבער ערליכע יונגעלייט און מיטל עידזש מענטשן
The battle continues in new square
In an attempt to silence the opponents, the security personal came 45 minutes earlier than scheduled, when the yeshiva was full with students some of them still learning. Right behind them was the police. They hand-picked 8 yeshiva boys between ages of 17-20 from the crowd while leaving the building. Some of them werent even told to leave. This was a shameful act of the so-called community leaders in new square, playing the legal system for their own personal gain. And the police department should have known better. Shame on you! When you decide you are stupidly chasing the FBI out, and when it's for your own personal gain you call the cops to arrest innocent yeshiva boys for no good reason! Do you know there are plenty of reasons to lock some of you people behind bars for years?
פעך, עקלדיגע געמיינע יונגען, די סקווערע ביקעס.
אויב זענען געווען תמימי לב וואס האבן זיך איינגערעדט אז ס'האנדלט זיך פון א מרידה פון א חלק שטעטל, ווייל מען טאר נישט מאכן קיין אייגענע מנין (און אנדערע שטותים) שטעלט זיך קלאר ארויס אז דא איז א מערכה פון 99 פראצענט שטעטל קעגן 1 פראצענט אויסווארפן.
מיט זייער לעצטער קליפ וואו זיי סטראשענען מיט מסירה גייען זיי איבער יעדן איינציגסטן לימיט.
מסירה? איינזעצן אידן אויף יארן אין תפיסה? זענט עטס אויפ'ן קאפ געפאלן.
דער ביק דירנפעלד וואס האט געכאפט די ווידיא (וועמען מען הערט דארט שרייען מיט זיין געמיינע שטימע "עטס קענטס מיך בייסן") און אלע זיינע חברים, די פינסטערע סקווערע מוסרים, דארפן ארויסגעווארפן ווערן פון יעדע אידישע קהלה.
ל"ע סקווירא האט יעצט מוסרים אזוי ווי יאשקע משומד וואלדמאן
אזא פנים האט א שטעטל וואס ווערט געפירט דורעך פלאטשיגע קעפ, אויף א צוייטער פלאץ וואלט מען דאס שענער אין שנעלער גענדיגט.
אינדיפענדענט די וועם זיי סטראשען צו איינזעצן מיינט לאנגיעריגע מנ.. און נישט סתם ראשי קהלה און ציווילע אזוי ווי אין קרית יואל איז געווען
לעקסינגטאן האסט א טעות.
זיי זאגן אפן אז זיי גייען מסר'ען וועגן גניבות פון פראגראמען און אזעלכע זאכן.
אויב עפעס זענען זיי די מנ... פון וועם די קהלה טרייט פטור צו ווערן.
bt"w אין קרית יואל איז דוכט זיך די איינציגע פלאץ ווי מגעט זיך אזוי אפ מיט עלטערע בחורים נישט ווי אין סקווירא אין קרית יואל איז דא די ישיבה תפארת בחורים וואס איז אונטער די קהלה נאך געעפנט פאר אלע אזעלכע אנדערע מוסדות מגעט זיך אפ מיט זיי מהעלפט זיי שאפן א דזשאב
מאיז זיי מחזק
מארגאניזירט שיעורים פאר זיי
זיי האבן א ספעציעלע מנין
אין סקווער שיקט מען די נושרים לעזאזל ווייל סשטימט נישט מיט די נאצישע רעגולאציעס
אגב ווען איינער ווערט ליידער ל"ע באשאנקען מיט א נישט געזינט קינד אינעם סקווערן שטעטל איז אנשטאט מזאל ארויסהעלפן און גרינגער מאכן פאר אזא איינעם טאקע ווי אין קרית יואל למשל ווי סאיז דא די מוסד שערי חמלה אין צוגאב פון נאך מוסדות ווי למשל המספיק וואס איז געגרינדעט געווארן אין קרית יואל און מקומט פון אנדערע מקומות קיין קרית יואל אויב איינער זוכט הילף פאר זיינע צפעציעלע קינדער
משא"כ אין סקווער איז דא צווי אפשנ'ס אדער פארשיקט מען דאס קינד נעבעך אדער דארף די גאנצע משפחה ארויסמופן פון שטעטל
ווייל סשטימט נישט מיט די פאנאטישע נאצישע רעגולאציעס
סמוז זיין א ריינע ראסע קראנקע קינדער אדער באמעס ל"ע זענען דארט אזוי ווי פאלנע ציגיינער
און יעצט האבן זיי זיך אליין אנגעהויבן קעמפן פאר זייערע רעכטן
סאיז שוין אבער אביסעלע טו לעיט אבער נעווער מיינד אז זיי האבן שכל זענען זיי מסדר די גאנצע מעשה און טוען אזוי ווי אנדערע קהלות טוען
יא, און זיי האבן קאנצענטראציע קעמפס וואו מען הרג'עט די שונאים פונעם רעזשים.
איך האב א שיינע פאר קרובים און פריינט און סקווער. האק נישט קיין טשייניק מיט דיינע לאקשן.
יא, אמת אז ס'איז דא א קאנטראל. אבער אין קרית יואל איז אויך דא א קאנטראל. יעדע פאר וואכן רופט מען ארויף מענטשן צו קהל'ס אפיס און מען פארשיקט זיי פון שטעטל פאר די קלענסטע חטאים. מאנסי און עירמאנט זענען פיל מיט עקס קרית יואלע וואס מען האט ארויסגעשיקט פון שטעטל.
למעשה די יעצטיגע מערכה איז מיט אפאר פארדארבענע אלטע ביקעס וואס ארבעטן און עקשנ'ען זיך אז זיי ווילן קומען יעדע נאכט אין ישיבה און דארט טאן וואס זיי ווילן. אזא זאך איז נישט געהערט געווארן אויפ'ן גאנצן כדור העולם.
אויך האלט עס שוין ווייט נישט ביי דעם אז מען צווינגט יעדן איינעם צו קומען צום טיש. די איינציגסטע זאך וואס זיי צווינגען נאך איז אז אלע אנדערע בילדינגס זאלן זיין פארשפארט בשעת דער רבי פירט טיש, אז דער איינציגסטער פלאץ וואו איינער זאל קענען גיין פרייטאג צונאכטס זאל זיין נאר ביים טיש.
יא, אמת, ס'הערט זיך משוגע פאר אונז און וועגן דעם וואוין מיר אונז נישט אין סקווער.
אבער גיין בארעדן סקווער מיט אזעלכע שטותים אז איינער וואס האט א קראנק קינד מוז אוועקמופן ווייזט איין זאך אז דו ביסט א ווילד פארנארטער מענטש.
און כ'האב פארגעסן זיך צו באציען צו דיין גרעסטן ליגנט פון אלעם אז קרית יואל גיט מען זיך אפ מיט עלטערע בחורים.
אין קרית יואל געבן זיך די עלטערע בחורים אפ מיט זיך אליין. זיי האבן זייער אייגענע כולל וואס הייסט KM, אזוי ווי דער כולל וואס עלטערע בחורים און געוויסע עסקנים האבן געעפנט אין וויליאמסבורג וואס הייסט KW.
תפארת בחורים האט קהל יטב לב דקרית יואל פארשפארט און אוועקגעווארפן דעם שליסל.
דער חילוק איז נאר אז די עלטערע בחורים אין קרית יואל בלייבן אין דעם מסגרת פון זייער כולל KM און זיי גייען נישט ארויף אין די גרויסע ישיבה מטמא צו זיין יונגע בחורים. זיי שטייען ווייט אוועק פון די ישיבה, און דאס איז קיין שום שבח נישט פאר קרית יואל נאר א שבח פאר די עלטערע בחורים פון קרית יואל אז זיי ווייסן וואו איין און וואו אויס.
לאגיש קען זיין די ביסט גערעכט לכאורה איז עס ערגעץ צווישן מיין מיט דיין ווערסיע די רעזשים דארטן
ס'איז אביסל מער ווי דעם.
די סקווערע בחורים לעבן אין א פארמאכטע סביבה. זיי זענען אויסגעטאן פון די וועלט. די אלטע ביקעס און באמס האבן זיך אריינגעזעצט אין ישיבה און אנגעפאנגען צו רעדן הויך פון ס... ואביזרייהו, און גענוצט גאר א געמיינע וואלגארישע שפראך, רעדנדיג ווערטער וואס די סקווערע בחורים האבן קיינמאל נישט געהערט ביז דעמאלט. עס איז געקומען צו א מצב אז אומשולדיגע בחורים זענען געווארן עקספאזד צו אלע געמיינהייטן און פארדארבענע זאכן פון די וועלט.
דאס איז געווארן א געפערליכע פראבלעם פאר סקווער און זיי האבן געטרייט צו רעדן צו די חברה מיט שיינעם. מען האט זיי געבעטן אז זיי זאלן אוועקגיין פון ישיבה, אבער זיי האבן נישט געפאלגט.
חנוכה צייט האט מען געשיקט א בריוו צו די בחורים, מען האט זיי צוגעזאגט אז מען גייט צושטעלן א פלאץ פאר זיי, אויב גייען זיי אוועק פון ישיבה, (אנדערש ווי די לגיונות וואס מען האט דא פארקויפט) אבער ס'האט גארנישט געהאלפן
האט מען געטרייט צו רעדן צו ארי אוסטערליץ און זיינס גלייכן און געבעטן ביי זיי אז זיי האבן א השפעה אויף די ביקעס און זיי זאלן איבערצייגן די ביקעס מיט שיינעם אז זיי באלאנגען נישט אין א ישיבה, און נאכדערצו אין א סקווערער ישיבה וואו אויב א בחור הערט זאכן וואס ער האט קיינמאל נישט געהערט איז עס פאר אים ממש א סכנה ברוחניות ובגשמיות.
אבער ס'האט נישט געהאלפן קיין פודינו ומצילנו. זיי האבן בשום אופן נישט געוואלט קאאפערירן מיט שיינעם.
איז מען געגאנגען און מען האט געשטעלט סעקיוריטי גארדס אז זיי זאלן נישט אריינלאזן די ביקעס.
זענען געגאנגען די ביקעס פאריגע וואך און מיט א געפערליכע פראוואקאציע צוזאמגערוקט טישן אין בית המדרש און אויסגעלייגט ביר און זיך גענומען זויפן און טרונקען, בשעת דער רבי פיר טיש, כדי נקמה צו נעמען פארוואס מען לאזט זיי נישט גיין אין ישיבה.
ווי יעדער ווייסט וואלט אזא זאך נישט צוגעלאזט געווארן אפילו אין סאטמאר וואו מען מוז נישט גיין צום טיש.
דאן זענען געגאנגען די ביקעס און האבן אוועקגעשטופט די סעקיוריטי גארדס און זיך צוריק אריינגערוקט אין די ישיבה.
זעענדיג אז ס'איז ממש כלו כל הקיצין און גארנישט העלפט נישט איז נישט געווען קיין אנדערע ברירה נאר צו רופן די פאליציי, און די פאליציי האט ארעסטירט די בחורים און ס'איז געווארן סדר.
עס מוז נישט זיין סקווער. אין יעדע איינציגסטע אנדערע פלאץ וואלט מען געטאן די זעלבע.
דער פראבלעם אין סקווער איז נאר אז די ביקעס האבן זיך ארויסגעלאזט אויף א ווילדן קאמפיין פון נקמה קעגן דעם גאנצן שטעטל. זיי האבן צוגעזאגט אז זיי גייען מסר'ען און איינזעצן אידן רעכטס און לינקס, ווי מען זעט אין דעם ווידיא וואס דער ביק האט ארויפגעלייגט אויף יו טוב נעכטן.