און אזוי ווי דער אמת איז.
ווי א עראפלאן קראך האט עס געלאנדעט אויף די זאליס, שניאור קליין האט אנגעהויבען צו שרייען קולות אז טאמער מען ברענגט דא אריין איבער די רבנות דעמאלס לאזט ער איבער די דין תורה און קומט מער נישט צוריק, און רז"ל האט אים בפירוש געזאגט אז טאמער מען רעדט איבער רבנות אדער פון סיי וועלכע זאך חוץ בארא פארק, זאל ער איבער לאזן די דין תורה.
בי"ד האט געזאגט אז זיי זעהן נישט פארוואס מען טאר דאס נישט אריין ברענגען, און זיי קענען לכאורה נישט גיין ווייטער, ווייל מען דארף דן זיין צו רבינו שליט"א איז בעל הבית, מען דארף צוריק גיין ווי די שורש פון די מוסדות קומען, און ווער עס האט עס מייסד געווען.
און דאס איז זיכער אז רביה"ק בעל דברי יואל האט געגרידערט די מוסדות און ער איז געווען בעל הבית, דארף מען קוקן ווער עס האט עס פון אים איבער גענומען, און ווער האט די כוח פון אים היינט.
דא איז אויפגעשפרינגען שניאור קליין, און געשריגען מיט עזות און חוצפה, אז רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע איז נישט בעל הבית געווען אין די מוסדת!!!! און ער האט עס נישט געגרינדערט!!! נאר יונתן פייערווערקער, ממילא באלאנגט עס היינט פאר יעקב בערקאוויטש...
ווי שעמט זיך נישט אזא יונג צו זאגן אזא זאך!!!
אוי לאותה בושה!!!
נאך זיך ארום הרג'נען פאר 4 שעה איבער די נושא, האט שניאור געזאגט אז טאמער מען גייט זיך נעמען רעדן איבער די נושא, דעמאלס לאזן די זאליס איבער די דין תורה, עס איז געבליבען אז מען וועט ווייטער זיך ארום טענה'ן ביי די נעקסטע זיצונג.
ווי עס קוקט איצט אויס האלט עס ביי דעם, אזוי ווי יעדער האט זיך פארגעשטעלט, אז די זאליס וועלן אוועק גיין פון דין תורה, ווייל דין תורה איז ביי זיי חזיר טרייף, איצט גרייטן שוין די זאליס צו גאנצע זעק מיט תירוצים פארוואס זיי האבן איבער געלאזט די דין תורה.