היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » WOW !!! - פרישע אנטי ציונות וועבזייטלעך !

WOW !!! - פרישע אנטי ציונות וועבזייטלעך !

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2737864

ווארימער » 28/12/2009 02:48

עס זעהט אויס אז ס'איז געווארען לעצטענס א גרויס התעוררות
 צו טוען בנוגע "הצלת ישראל" און פיוס צו די פאלעסטינער
 וואס די רשעי הציונים האבן אין זיי מורד געווען.

עס שפראצן לעצטענס ארויס נייע וועבזייטלעך, ווי שוועמלעך נאך א רעגן.



אט איז דער לינק צום פרישן וועבזייטל:
http://ojfp.org


מיר האבן נאר אויסצודריקן א ברכה:


יוסף ה' עליכם אלף פעמים ככה,
למען קידוש שמו יתברך והצלת ישראל,
 עדי נזכה במהרה שיקויים
"וכל קרני רשעים אגדע תורממנה קרנות צדיק".

ווארימער » 28/12/2009 02:55

אדוני עשיו ! - עבדך יעקב !
[בילד – נישט אפגעהיט]

ווארימער » 28/12/2009 03:03

לא אלמן ישראל !
[בילד – נישט אפגעהיט]

ווארימער » 28/12/2009 03:05

א געטרייער "שליח ציבור" !!!
[בילד – נישט אפגעהיט]

געגאנגען » 28/12/2009 06:01

כ'וואלט זיך באמת נישט געדארפט אנרופן נישט צו געבן דעם משוגענעם זיין פארלאנגטע אטענשאן, אבער כ'קען זיך נישט איינהאלטן. די בילדער זענען צו שטארק "מצא מין את מינו", אפגעריסענע משוגעים וועלכע זענען שעדליכע רודפים פארן כלל ישראל, וואו דער איינציגער חילוק איז דער קאליר פון די קליידער.

ווארימער » 28/12/2009 07:53

לכבוד ידידי היקר הר"ר "געגאנגען" נ"י.

ס'איז נישט ריכטיג ווען מען באהאנדלט, ענינים וואס איז נוגע צו די "הצלה" פון כלל ישראל, צו קידוש שמו ית', סתם צו האבן א פרייע פעדער און שרייבן לאזונגען:

·         אפגעריסענע משוגעים

·         שעדליכע רודפים

·         פארלאנגן אטענשאן

איך מיין אויף עסקנים פון זק"א, חברים, שומרים, הצלה, ביקור חולים, משביע, מתעסקים, וואלסטו אין וויסטן חלום נישט אזוינס געשריבען, פשוט ווייל די פארשטייסט אז ווען א מענטש חלש'ט דארף מען רופן "הצלה", און ווען מען האט א פלעט רופט מען "חברים".

פארוואס זאלסטו נישט פארשטיין, אז גאנץ כלל ישראל איז יעצט אנגעוויזן אויף איין גרויסן

 ארגאניזירטן "הצלה" קאל

צוליב די שרעקליכע סכנה און חיה"ש וואס דער ציונות האט אנגעווערטשאפט.

 

אדרבא, טייערער ר' געגאנגען נ"י.

מאך די א בעסערן דזשאב, פון די "אפגעריסענע משוגעים", די "שעדליכע רודפים", די וועלכע "פארלאנגען אטענשאן", לאז די דיך ארויס אויף די יארכע אין די שרעקליכען צובוזשוועטן מיטל מזרח, פראביר די אראפ צונמען די געוואלדיגע סכנה, וועלכע לאקערט ח"ו אויף דיר, דיינע חברים, דיין משפחה, דיינע ברודער דורכ'אויס גאנץ כלל ישראל.

נעם דיך צו דער ארבייט, אונטער סיי וועלכן נאמען עס גליסט דיר, אן קיין "משוגעת", אן קיין "רדיפה", אן קיין "אטענשאן", איך וועל זיין פון דיינע גרעסטע שטיצערס אי"ה.

 

כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך !!!!

ווארימער » 28/12/2009 07:55

בדרך אגב, דער יונגערמאן אין בילד איז א חשובער תלמיד חכם אין לאנדאן !

rebyankel » 28/12/2009 19:36

דער ווארימער
איז לכאורה נישט קיין אנדערע ווי ניק קוזאקסטאן, פין די זאלי פארום וועם זיי האבען ארויסגעווארפען

מ'בעט דעם עולם צו איגנארירן דעם ווארימער
חוץ אויב ס'דא נאך א ניק וואס זיינע רבנים שטיצן זיינע פעולות