כדי לסביר את האוזן,
כהיום, קענסטו פארשטיין, אז ווען עס איז דא צוויי צדדים, מתנגדים זה לזה,
די גרעסטע הצלחה פאר איין זייט, און די גרעסטע דורכפאל פאר די אנדערע זייט איז,
ווען עס ווערט א אינערלעכע מחלוקה ביי איינע פון די צדדים, און זיי ווערען פארנימען מיט זיך,
און יעצט קלערט אריין,
איר, אלץ קהילה מיטגליד פון מהרי"י,
ווי אזוי וואלסטו געשפירט ווען די הערסט אז צוויי קינדער ביי מהר"א הייבען זיך אן ארום רייסן צווישן זיך,
און ביידע האבן אסאך ספארטערס,
די זעלבע פארקערט די גרעסטע הצלחה פאר קהילת מהר"א,
וואלט געווען אז מען זאל זיך קריגן ביי מהרי"י,
נישט ווייל מען פרייד זיך אז מען שלאגט זיך ביי יענעם,
נאר פשוט, אז איינער ווערט צישפליטערט,, און דער אנדערע נישט
איז אטאמאטיש דער וואס איז געבליבן גאנץ די געווינער,
פארדעם געט מען אכט ביי יעדן, אז אפילו ווען עס ווערט עפעס א מחלוקה, אינעוויינוג,
ברענגט מען אויף דעם כבוד המלכות, אז מה יאמרו הבריות,
און אויב די מחלוקה פלאקערט נאך נישט אויף אזא פערזענלעכע פארנעם,
וועלען זיי קומען אל עמק השוה, מפני כבוד המלכות,
און יעצט פארשטיי,
סאטמאר איז נישט בלויז א חסידות ווי אלע אנדערע, א רבי מיט חסידים,
סאטמאר איז נתייסד געווארען פאר א פעסטונג צי אידישקייט,
עס האט בכלל נישט גענדעלט צי אנדערע חסידותער ווי למשל סקווער מינקאטש, בעלזא, וכדומה,
ווי עס איז דא אזא זאך ווי קפידה'ס, מנהגים, און אזוי ווייטער,
און ווי יעדער האט א ספעציעל געפיל צום די גזע פון די חסידות,
און סאטמאר איז דאס נישט געווען,
פרעגט נאר די וואס האבן געמאכט די מחזורים און די זמירות'ן דברי יואל,
זיי זאגן אז זיי האבן געהאט זייער א שווער ארבעט, ווייל די אלגמיינע סאטמערע חסידים,
האבן נישט נאכגעקוקט דעם רבין,
א גרעסערע חלק פון די מנהגים האבן זיי געפארשט בעיקר ביי די מינקאטשער חסידים,
וואס נאכן קריג האבן זיי זיך מסתופף געווען ביים רבין זי"ע,
וואס זיי זענען געווען געוווינט צי די דעם פון מינקאטש אויס,
די אלע מנהגים וואס די אינגערע דור און סאטמאר ווייסט פון רבין,
איז אריין געקומען און סאטמאר נאכן רבין'ס פטירה, מיט די ארויסקום פון די זמירות און מחזורים,
די ענין פון האבן א געפיל צי די גזע איז נאך היינט און סאטמאר נישט קיין ארטיקעל,
אין סאטמער האט מען נישט פארקויפט קיין געפיל צום גזע,
יא עס איז געווען די אידן פון דערהיים אויס פון סיגעט און סאטמאר, האבן געהאט א געפיל צי דעם,
אבער מען האט דאס נישט צישפרייט און די חסידות,
און עס איז קיינמאל נישט געווארן א חלק פון די מהות פון חסידות,
צי סאטמאר האט זיך אנגעשלאסן אלע סארט אידן,
ווייל דארט האט מען נישט פארלאנגט מער ווי פשוט אידישקייט אן קיין פשרות,
פארדעם איז סאטמאר אויסגעוואקסן דער יסוד פון יהדות החרדית אן אמעריקע,
און א ריקען ביין פאר די יהדות החרדית און ארץ ישראל,
סאטמאר האט אויך גענאסן הערצה, פון אלע סארט קרייזן ליטווישע ספרדים,
פאר די זעלבע סיבה,
ווייל סאטמאר איז דא געווען אויף צי טון פאר אידישקייט,
נישט קיין חילוק צי פאר די קרייז צי פאר די קרייז,
אפילו ווען זיי האבן נישט מסכים געווען מיט סאטמאר,
וויסנדיג אז נישט קיין פאליטישע חשבונות שפילט דא א ראלע,
פון די אנדערע זייט האט זיך אויף געבויט א גרויסע התנגדות צי סאטמאר פון די חסיד'שע גאס,
די פשוטע סיבה איז,
ווייל די רבי איז סוכ"ס געווען א חסיד'שע רבי,
און דאס איז געווען און די בחינה פון הלל מחייב את העניים,
און דעס אז די רבי האט געזאגט און געשריבן נשתכח דרך הבעל שם,
האט שרעקליך אויפגעברויזט די אלע אנדערע חסידסער,
דארט האט מען דאך בעיקר פארקויפט, כלומרשט דרך הבעל שם,
בעלזא וואס איז אמאל יא געווען פארעלעל מיט סאטמאר און די ענין פון קנאות,
דאן איז אבער געווען קפץ עליו די מחלוקה פון סאטמאר און בעלזא נאך די ערשטע בחירות,
למעשה האט זיך אהער געשטעלט א שטארקע התנגדות צי סאטמאר,
ביי די אמעריקאנער גאס און די בראשית יארן און אמעריקע,
ביי די ציונת'טישע גאס סיי פרייע, און סיי מזרחיסטן,
ביי די חסידישע אגודה'סטן, שפעטערדיגע פרומע ציונים,
ווען סאטמאר האט זיך אנגעהויבן צי שלאגן צווישען זיך און די מ' יארן,
האבן זיך די אלע סאטמערע ליב האבער געפרייט, און זיי האבן עס בכלל נישט באהאלטן,
פארוואס, פשוט, פון היינט און ווייטער, קענען זיי שוין ציריק שרייען טול קורה מבין עינך,
ווי אויך האבן זיי געשריגן קוקט נאר, דאס איז ענקערע פירות,
רוב ריבו סאטמארע אידן האבן פארשטאנן די נחיצות פון זיך האלטן אינאיינעם,
און אזוי איז עס איז ווייטער אנגעגאנגען,
די זאך, איז נאך נוגע היינט אויך,
פארפאלן די מלחמה קעגן ציונות, וואס איז נאך היינט דא, האט פיל מער א בעסערע אפקלאנג,
ווען יענע זאלן נישט קענען ציריק טייטלן טול קורה מבין עינך,
פארדעם וואלט בעסער געווען אז מען וואלט זיך נישט געדארפט ווען קריגען,
אבער אז איז אזוי ווי עס איז, פארוואס זאלען מיר נישט פארשטיין,
אז סוכ"ס די דרויסנדיגע וועלט וואס האבן נישט אזוי ליב סאטמאר,
און קוקען ארויס צי קענען טענה'ן טול קורה מבין עינך,
זיי וועלען נישט אננעמן די תירץ אז דאס איז נאר ארונים,
אזוי ווי מיר האבן געברענגט דעם טייטש אנפאנג פון די אשכול,
תשב באחיך תדבר ווען די רעדסט אויף דיין ברידער, אפילו די ווייזט אויף אז ער איז א שייגץ,
זאלסטו אבער וויסן אז בבן-אמך תתן-דפי. די פארשעמסט דיך אליין, ווייל ער איז דאך בן אמך,
איי זאל א יעדער וויסען ווער ער איז,
זאגט דער פסוק ניין אלה עשית והחרשתי איך מיז זיין שטיל עכ"פ אינטער א שלאס,
פארוואס טאקע ?
דמית היות - אהיה כמוך,
ווייל דער פון אינדרוסען וואס ווארט שוין אויף די געלעגנהייט, צי זאגן טול קורה מבין עינך,
ער וועט נישט אננעמן דעס וואס די ווילסט עם אויף ווייזען אז יענער איז א שייגץ,
ער וועט עס ניצן נאר אויף וואס עס לוינט זיך עם,
אלזא האב איך דא פראבירט ציריק צי ברענגען די געפילן וואס די עלטערע סאטמערע האבן,
די וואס געדענקן נאך וואס סאטמאר האט געמיינט און די וועלט,
און פארוואס דארף זיך א היימישער מענטש שפירען שלעכט,
ווען עס גייט ארויס אינזערע מטמוניות אויפן גאס,
יעצט אויב דאס האט אויס געמאכט ביי אייך,
געט אפ אייער שטומע
האלט איר אז מען זאל ארויף לייגען א שלאס אויפן פארום?
יא
ניין
נייטראל
האט איר סתם הערות אויף די נושא לייגט עס ארויף,
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 31/12/2009 00:19:52