היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » בני יואל לאדנט איין דעם רבי'ן שליט"א

בני יואל לאדנט איין דעם רבי'ן שליט"א

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2737635

חיי_שעה » 27/12/2009 17:12

ווי שוין באקאנט וועט רבינו שליט"א וויילן דעם שבת צוגאסט אין קרית יואל, געווענטליך איז די רבי'ס אכסני' אין שטוב פון הרבני הנגיד הרה"ה ר' מענדל שווימער הי"ו

היינט זענען די ראשי קהלה פון בני יואל אריבערגעקומען צום רבי'ן און אים געלאדנט אז ער זאל קומען זיין זייער גאס! ווען די רבי האט געפרעגט "וואס הייסט ענקער גאסט?" האבן זיי געזאגט אז זיי ווילן אויסשטאפירן די הויז פון רביה"ק זי"ע, היות עס איז דערווייל סיי ווי נישט ניצבאר פאר א ביהמ"ד זענען זיי גרייט אויסצושטאפירן דאס פלאץ אז דאס זאל דינען אלס אכסני' פארן רבי'ן!

די רבי שליט"א האט זיך באדאנקט אבער האט אפגעזאגט און האט צוגעלייגט, "מען דארף זיין זייער נידריג זיך צו קענען באניצן מיטן מקום קדוש פאר אייגענע צרכים"!

סוף דבר וועט רבינו שליט"א איינשטיין ביי ר' מענדל.

איך פראביר זיך פארשטעלן די שוים אויף די לעפצן פון די אהרוינים און פון זייער מנהיג בפרט, אויב וואלט רבינו שליט"א אנגענומען די איינלאדענונג.

גערעכטער1 » 27/12/2009 17:32

גיניג אשאד אז ר' גז''ל האט ציריקגיוויזן די אנלאדינונג, ער וואלט גיקענט זען פירסט הענד וואז זיין ברידער פארמאגט, משה גבאי מיט זיינע קלוניס רעדן אן דעם ר' גז''ל אז רבי אהרן האט גארנישט, דארט דאווענען נישט מער ווי 50 60 מענטשן, איי וואלט זיס גיווען ער זאל זיך אראן ציען דארט אין די בעק, אפשר וועט ער נאך זוכה זיין צי הערן א אידיש ווארט, סי קימט דאך שובבי''ם, אפשר וועט ער נאך תשובה טין. איך וואלט גיהאפט אז וועט ריקאנסידערן.

ווער_איז » 27/12/2009 17:37

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 אפשר וועט ער נאך זוכה זיין צי הערן א אידיש ווארט, סי קימט דאך שובבי''ם, אפשר וועט ער נאך תשובה טין. איך וואלט גיהאפט אז וועט ריקאנסידערן.

 
איך הער אז מגייט נישט אריין לאזען בחורים אין קינדער צי דעם קדוש'ס שובבי"ם תורות סגייט קימען אזאליכע הסבירים ווי די שארט קארט אין די הסבר פין כ"א כסלו דע יאר וועגען בחורים אין מיידליך ביי חתונות ????

גערעכטער1 » 27/12/2009 17:48

מע וועט זיך דערמרנען פין די שובבי''ם תורות פין בעל דברי יואל זי''ע.... צי ווייסטי פין וואס דער הייליגער בעל דברי יואל האט גירעדט ביי זיינע שובבי''ם תורות? אויב נישט פרעג דיין טרטע.

ווער_איז » 27/12/2009 18:01

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מע וועט זיך דערמרנען פין די שובבי''ם תורות פין בעל דברי יואל זי''ע.....


פארגעלייך נישט זיין שמוציג מויל אין קאפ צי להבדיל אלף אלפי הבדלות צי אינזער רבי ז"ל וואס ער וויל אויסרייסן זיין נאמען ה"י

חיי_שעה » 27/12/2009 18:05

בני יואל איז נישט מוותר, זיי לייגן איין וועלטן אז די רבי זאל פארט איינשטיין דארט. שארמאשער רב האט געלאזט רופן ר' מענדל אים צו בעטן אז ער זאל מוותר זיין און לאזן דעם רבי'ן איינטיין אין די הויז פון רביה"ק.

עס הייסט יעצט אז די רבני בני יואל פלאנען אריבערצוקומען צום רבי'ן זי איינבעטן.

סקאטמאלען » 27/12/2009 18:32

טאקע א פלא, פארוואס האט מען נישט ביז יעצט געקויפט עפעס א אייגן הויז פאר איהם אין מאנרא. אפי' ר' אהרן אין וומ"ב האט כאטש עפעס א שטיקל רעספעקטפול אייגן הויז וואס ער האט געירשנט פון זיין טאטען,

גערעכטער1 » 27/12/2009 18:40

ווער_איז כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מע וועט זיך דערמרנען פין די שובבי''ם תורות פין בעל דברי יואל זי''ע.....


פארגעלייך נישט זיין שמוציג מויל אין קאפ צי להבדיל אלף אלפי הבדלות צי אינזער רבי ז"ל וואס ער וויל אויסרייסן זיין נאמען ה"י


נעבעך אזוי זעט מען אויס אז מע לערנט נישט דעם רבינס שובבי''ם תורות, עניני קדושה הייסט ביי זיי מנוולות, האט מען ביי רבין זי''ע אויך ארויס גישיקט די בחורים?, איך בין דשאסט נייגעריג.

חיי_שעה » 27/12/2009 18:40

סקאטמאלען נאר א אהרויני קען פרעגן אזא קשיא

אויב איז דא געלט פאר א "שטיקל רעספעקטפול אייגן הויז" וועט די רבי מיט די געלט בויען נאך א שול!

נפל » 27/12/2009 18:41

גערעכטער1 ביי מיר איז קיין ספק נישט אז די האסט קיינמאל אין דיין לעבן נישט אויסגעהערט דעם סאטמאר רב ז"ל'ס שובבים תורות

עס איז צום שטוינען פון ר' זלמן לייב'ס מדות און איינגעהאלטנקייט, עס איז ברור אז ווען די מעשה וואלט געווען פארקערט וואלט ר' אהרן דארט איינגעשטאנען בקול רעש גדול

איך גלייב אז די ארוינים וועלן טון כל תצדיקי שבעולם אז דאס זאל נישט צושטאנדקומען, אריינערעכנט שמוצן אויף הייד פארק. און אויך שרייען חי וקיים אז עס באדערט זיי בכלל נישט.


תוקן על ידי נפל ב- 27/12/2009 18:43:37

גערעכטער1 » 27/12/2009 18:41

פארפאלן חיי שעה גיט גיענטפערט, דער עולם האלט זיך איין פין לאכן.

גערעכטער1 » 27/12/2009 18:44

נאר איך? צי רבי יקותיאל הערש ווערצבערגער אין רבי אברהם שלום עפשטיין אויך נישט. אין וואס איז מיט אלע אנדערע טויזענטער אהרונים, האבן זיי אויך קיינמאל נישט גיהערט קיין שובבי''ם תורה פונעם רבין זי''ע?

חיי_שעה » 27/12/2009 18:44

דארפסט זיך נישט איינהאלטן, אונז קיצלט זייער ווייניגע וואס ענק האלטן איבער סיי וועלכע נושא.

נפל » 27/12/2009 18:46

די וואס האבן זיך צוגעהערט זענען נישט מדמה צווישן די שלש סעודות תורות פון סאטמאר רב און די שארט קאט מיט טשעט דרשות פון ר' אהרן, אויב די ביסט דאס מדמה איז קיין ספק אז 'די' האט נישט אויסגעהערט.

גערעכטער1 » 27/12/2009 18:48

אוי נייפעלע נייפעלע, ווי מער איר רעד פין דעם פארשלאסענעם ווערצהויז איז פשוט א נחת, ר' גז''ל יא אריין מופן צי נישט אריין מופן, הו קערס, אבי איר האט גיכאפט א פליק פינעם קארט ווי איר זענט אריין נגד התורה, דאס מיינט דער פסוק בורה כרה ויחפריהו,

נפל » 27/12/2009 18:51

דערווייל איז נאך דא א מחלוקות הפוסקים ווער עס איז אריין אין קארט.

וואס עס איז זיכער אז אין וו"ב זענען די אהרוינים אריין אין קארט נישט איין מאל נאר צענדליגער מאל, אןו געכאפט פליקעס פון קארט נישט איינמאל נאר צענדליגער מאל, לפי זה וועלט מען געדארפט טייטשן דעם פסוק "בורות כרה".

נחזור לענינינו, די האלטס אז אויב די מעשה וואלט געווען פארקערט וואלט דיין רבי אפגעזאגט? וועלט ער אויך געזאגט אז מיט אזא מקום קדוש באדינט מען זיך נישט פאר אייגענע צרכים אדער וואלט ער זיך געכאפט דערויף ווי אויף א שטיקל שמאלץ?

גערעכטער1 » 27/12/2009 19:01

א וודאי וואלט מיין רבי דארט אריין, אין סעוואלט גיווען א גיוואלדיגער נחת רוח פארן רבין אין פאר די רעבעצינס נשמה, ווייל וואס וואלט מיין רבי דארט גיטין?, גילערנט, אין גידינט דעם באשעפער, אבער נישט ווען מע פרעסט אייער שפייז מיט גידינסטע צוויבל, אין מע שיכורט זיך אן אדער הער מיאיסע טעיפס איז א גיוואלדיגער צער אין בזיון פאר די נשמות.

נפל » 27/12/2009 19:03

גערעכטער1

סארי פארן זאגן אבער א תגובה לדוגמא וואס די האסט יעצט געשירבן מאכט נמאס דעם שמועס! און פארשעמט די אהרוינים, ביטע רעדט צו די זאך...

גערעכטער1 » 27/12/2009 19:05

אין ווער מיינט איר נעמט זיך אן פארן כבוד פין די אהרונים? נישט קיין אנדערע ווי אינזער נייפעלע, נעבעך נעבעך!!!

נפל » 27/12/2009 19:20

גערעכטער דאס איז די חילוק צווישן ר' אהרן און ר' זלמן לייב.

ר' אהרן איז מקיים דעם בשבילי נברא העולם מיט אלע מפרשים, ער הלאט אז גרעסער'ס פון אים איז נאך נישט געווען, ער הלאט אז סאטמאר רב איז געווען נישט מער ווי אים. משא"כ ר' זלמן לייב האט א געוואלדיגע שפלות הרוח און קוקט ארויף אויף די פריערדיגע, דעריבער איז פארשטענדליך אז ער זאגט אפ די איינלאדענונג.

סקאטמאלען » 27/12/2009 19:24

נפל, די בויסט דא א פשט'ל פון ספעקיולעשנס, אלימלא העטעךפעטעך

נפל » 27/12/2009 19:27

גארנישט קיין ספעקיולעשנס... ער האט אליינס געזאגט אויף פריערדיגע אז זיי האבן 'ארויסגעצויגן א היתר פון טאש'

לולי דמתסתפיני וואלט איך געזאגט עפ"...

סקאטמאלען » 27/12/2009 19:33

איך רעד פון די רביצין שול הויז, אז ר' אהרן וואלט יא גענומען די הויז, דאס איז א ספעקיולעשן

גערעכטער1 » 27/12/2009 19:42

נייפעל, איך ווייס באמת נישט וואס מיין רבי טראכט, בשבילי או בשבילך נברא העולם, איך האב קיין אנונג נישט, אבער דאס וואס ער טיט בפועל קען איך דיר יא זאגן, אז סאיז אסאך א גרעסערער חילוק פין ר זלמן לייב צי רבי אהרן (אין זאכן וואס מען זעט אין מען פארשטייט) ווי פין רבי אהרן צום הייליגן בעל דברי יואל, אין בעפאר די שפרינגסט ווי א צאפ, וועל איך דיר דאס מזביר זיין, מה שאירע ליעקב אירע ליוסף, דער הייליגער בעל דברי יואל איז גיווען א עובד השם און אזוי אויך אונזער רבי שליט''א, (וויאזוי מען מעסט דעם חילוק פונקטליך ווייס איך נישט נאר כפי שהעיניים רואות) דער דברי יואל איז גיווען א גאון הגאונים אין א מתמיד עצום, אין אזוי אויך רבינו שליט''א, דער דברי יואל איז גיווען דער גרעסטער מנהיג ישראל אין אזוי אויך רבינו שליט''א, דער דברי יואל איז געווען כולו להרמת קרן התורה וישראל אין אזוי אויך רבינו שליט''א, דער דברי יואל איז גיווען דער גרעסטער לוחם מלחמות השם אויף אלע פירצות הדור בחומת הדת אין אזוי אויך רבינו שליט''א, דער דברי יואל איז גיווען דער גרעסטער לוחם אקעגן ציונות אין אזוי אויך רבינו שליט''א, דער דברי יואל איז גיווען דער גרעסטער בויער פין כשרות אין מקוואות בדורו אין אזוי אויך רבינו שליט''א.
 וחיליפיהן בג....

ווער_איז » 27/12/2009 19:46

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נייפעל, איך ווייס באמת נישט וואס מיין רבי טראכט, בשבילי או בשבילך נברא העולם, איך האב קיין אנונג נישט, אבער דאס וואס ער טיט בפועל קען איך דיר יא זאגן, אז סאיז אסאך א גרעסערער חילוק פין ר זלמן לייב צי רבי אהרן (אין זאכן וואס מען זעט אין מען פארשטייט) ווי פין רבי אהרן צום הייליגן ............

 
עפ"ל


תוקן על ידי ווער_איז ב- 27/12/2009 19:49:44

גערעכטער1 » 27/12/2009 20:06

[בילד – נישט אפגעהיט]   [בילד – נישט אפגעהיט]

בכורשוטה » 27/12/2009 20:07

אוי לדור שכך עלתה בדורינו!
די גרעסטע שונאים פונעם טאטן בעל ברך משה רופן בנו א. ג. ממשיך דרכו????? ביי זייער קלויסטער!!!1

בכורשוטה » 27/12/2009 20:07

אוי לדור שכך עלתה בדורינו!
די גרעסטע שונאים פונעם טאטן בעל ברך משה רופן בנו א. ג. ממשיך דרכו????? ביי זייער קלויסטער!!!

דיןתורה » 27/12/2009 23:04

[quote]
דערווייל איז נאך דא א מחלוקות הפוסקים ווער עס איז אריין אין קארט.
ווען איינער לייקענט שמש בצהרים ווערט נישט קיין מחלוקת הפוסקים, אדרבה ברענגן די קארט פאפירן אין לאמיר זעהן ווער איז אריין אין קארט... ברענג מיר אויך ביטע די הזמנה וואס די תובעים האבען געשיקט פאר די נתבעים

וואס עס איז זיכער אז אין וו"ב זענען די אהרוינים אריין אין קארט נישט איין מאל נאר צענדליגער מאל, אןו געכאפט פליקעס פון קארט נישט איינמאל נאר צענדליגער מאל, לפי זה וועלט מען געדארפט טייטשן דעם פסוק "בורות כרה".
דאס זעה איך יעצט מיטן בית החיים ווי מהרז''ל איז אריין אין קארט, ''אן שיקען קיין שום הזמנה'' אין אן א היתר בי''ד'' בשעת ווען מהר''א זאגט קלאר אז זיי זענען גרייט צו גיין צו זבל''א אדער נייטראלע בי''ד

בית_דין » 28/12/2009 07:46

דיןתורה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
[quote]


 בשעת ווען מהר''א זאגט קלאר אז זיי זענען גרייט צו גיין צו זבל''א אדער נייטראלע בי''ד
 
קלאר!
 אזוי קלאר ווי מ'האט געזאגט פאר די פוילישע אידן אז מ'גייט נאר ארבעטן........ אדער נאך קלארער? 








תוקן על ידי בית_דין ב- 28/12/2009 07:49:06

דיןתורה » 28/12/2009 18:00

בית_דין כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
[quote]


 בשעת ווען מהר''א זאגט קלאר אז זיי זענען גרייט צו גיין צו זבל''א אדער נייטראלע בי''ד
 
קלאר!
 אזוי קלאר ווי מ'האט געזאגט פאר די פוילישע אידן אז מ'גייט נאר ארבעטן........ אדער נאך קלארער? 








תוקן על ידי בית_דין ב- 28/12/2009 07:49:06



כ'האב פאר דיר א פשוט'ע עצה רוף ר' יצחק ראזענבערג אין פרעג אים
אויב ווילסטו נישט רוף הגאון ר' ישראל דוד הארפענעס
היינט נאכט האסטו פין זיי ש''ב, אויב ברענגסטו זיי א נייטראלע בי''ד

סתם שרייען פוילישע גוים, האט מהרז''ל אייביג געטוהן...

כלהנערים » 28/12/2009 22:03

קיינער אויסערן בי"ד המזמין קען זיך אריינמישן ווער ס'האלט צוריק די די"ת

בכורשוטה » 3/1/2010 00:17

איז ער געגאנגען צום סויף אדער בן פראדל האט אים נישט געלאזט?