מחזה הוד ביי שמחת הרה"ח ר' דוד עקשטיין שליט"א, ראש הקהל דקרית יואל
די וואך דינסטאג איז פארגעקומען אין קרית יואל די חתונה פון בת הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א, מו"ץ דקהלתינו הק' בקרית יואל, איידעם פון הרבני החסיד ר' דוד עקשטיין שליט"א, פרעזידענט דקהל יטב לב ד'סאטמאר קרית יואל. הונדערטער תושבים זענען זיך געקומען מיטפרייען מיט די שמחה בבית הראש הקהל שליט"א און אים ארויסווייזן סאלידאריטעט און שטיצע אין א צייט וואס ער ווערט באשמוצט אין די גאנצע וועלט פאר זיין 'חוצפה' פון ראטעווען די נכסי הקהלה.
א ספעציעלער מחזה הוד איז געווען ווען הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל שו"ת אגלי דבש, דער איינציגער דיין אין קהל יטב לב ד'סאטמאר וואס רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע האט זעלבסט אויסגעקליבן לדון ולהורות, איז געקומען זיך משתתף זיין ביי די שמחה פונעם ראש הקהל, און ער האט זיך שלא כדרכו געשטעלט טאנצן מיטן ראש הקהלה אליין אינמיטן זאל בפני כל עם ועדה, אין א דירעקטן ענטפער צו די שלשה רועי בקר וועלכע האבן זיך דערקלערט אלס א.ג. 'בית דין' וואס טיילט פסקים און שיקט הזמנות קעגן זייער אייגענעם בעל דין אין א סכסוך בעניני ממונות.
ווער ס'קען זאל ביטע ארויפלייגן דא די בילדער פון בלאט, ולמצוה רבה יחשב.
וראו כל עמי הארץ!