היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » 10 יאר פינעם מעמד אדיר יסוד איתן ויובל החמישים להמתיבתא תו''...

10 יאר פינעם מעמד אדיר יסוד איתן ויובל החמישים להמתיבתא תו''...

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2736805

דיןתורה » 24/12/2009 22:49

10 יאר פינעם מעמד אדיר יסוד איתן ויובל החמישים להמתיבתא תו''י
ע''פ בקשה אין אישי
עפן איך דא אשכול צו דיסקירן אין ברענגן בילדער פינעם מעכטיגען מעמד יסוד איתן ויובל החמישים מוצש''ק משפטים תש''ס אינעם ניו יארק סטעיט ארמארי
בילדער אין באריכטען פינעם זעלטענם מעמד,
די הערליכע היסטארישע אויבן אן רייך בכמות ובאיכות
דער זעלטן ריזיגע ציבור בליעה''ר
דער הערליכע דרשות
ספעציעל: די דרשה פין סאטמאר רב פין מאנטיראל
וכו'

rebyankel » 24/12/2009 23:01

דער מעמד האט דעמאלטס געהאט א ספעציעל באדייט
נאכדעם וואס די אינשי דלא מעלי אין שפיץ פין די שב''ר, האבען געוואלט איבערנעמען די לייצעס
אין דאס איז געווען די ערשטע מאל וואס סאטמארע חסידים האבען זיך ציזאם גענועמן אויף אזא פארנעם במקהלות רבבות ישראל,
אשרי עין ראתה כל אלה.

אלע דרשות פין דעמאלטס זענען כדי אהער צו ברענגן בעיקר די דרשה פין רבי'ן שליט''א - נאך דעמלטסטיגער ראש ישיבה אין גאב''ד
ווי אויך די אנדערע דרשות

עס איז דעמאלטס געווען פין די ערשטע מאל וואס די שב''ר האבען ציריקגעהאלטען רבינו בעל ב''מ ז''ל פין זיך משתתף זיין מפאר זיין אין א כינוס מיט רבינו שליט''א, אין ער איז אהיימגעקומען פין פלארידע שפעטער ווי אלע יארען
קיינער האט אבער דעמאלטס נישט געגלייבט אז זיי וועלן האבען די רשעות צו טוהן די זעלבע אין 'אוועקטראגען רבינו ז''ל בשעת די חופה פין א אייניקעל אויף פלארידע'. - ליידער האט עס אבער פאסירט, דורך די הארצלאזע מענטשן (א זאך וואס פארדינט א באזינדערע אשכול אין א לענגערע אפהאנדלונג)

נפל » 24/12/2009 23:05

יונה וואס איז דאס שב"ר?

אויב געדענק איך גוט איז די גאנצע יסוד איתן געווען א אקציע צו מאכן געלט אפצוקויפן די בניני המתיבתא פון 82 לי, האט מען אמאל דאס באצאלט למעשה אדער איז די געלט....

טאטלע » 24/12/2009 23:06

מאנטריאלער רב האט דעמאלט געזאגט זייער א שטארקע דרשה

rebyankel » 25/12/2009 00:48

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יונה וואס איז דאס שב"ר?

אויב געדענק איך גוט איז די גאנצע יסוד איתן געווען א אקציע צו מאכן געלט אפצוקויפן די בניני המתיבתא פון 82 לי, האט מען אמאל דאס באצאלט למעשה אדער איז די געלט....

שב''ר איז א ר''ת: דאס זענען די וועלכע האבען געוואלט ב'גנבן'ן אין זיך משלתט זיין אויף גאנץ סאטמאר מיט די הילף פין משה גבאי
די הנהלה פין די וומ''ס מוסדות - UTA זאגען קלאר אז די מתיבתא האט מען שוין אפגעטיילט נאך אין די צייטן פין ר' לייבוש לעפקאוויטש ז''ל, אין זיי האבען נישט קיין שום תביעה.

אויב איינער האט יא סיי וועלכע תביעה, האב איך פאר אים א גיטע עצה, זאל ער רופן צו די''ת....

די ריזיגע סכומים וואס מ'האט צאמגעשטעלט ביים יסוד איתן קאמפיין איז געווידמעט צי שטען א פעסטן יסוד איתן פאר די מתיבתא הק' וועלכע האט זיך דעמאלטס 'גענצליך' אפגעטיילט אין געווארען א מעכטיגע זעלבסשטענדיגע מוסד,
אין אדאנק דעם האבען זיי דורך געשוויצט די ערטשע פאר יאר ווען זיי האבן נאך אפי' נישט געהאט קיין קאלעזש פראגראם'ס, וכו'

rebyankel » 25/12/2009 00:51

טאטלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מאנטריאלער רב האט דעמאלט געזאגט זייער א שטארקע דרשה

אבער א דרשה!!!!,
 ווייסט איינער ווי מ'קען עס שאפען?
ער האט געזאגט בתוך דבריו, דער רב שליט''א האט געגבן בלוט פאר'ן שווער זאל זיין געזינד, וכו'

ביז_אהער » 25/12/2009 00:57

נפל, סאטמארע נייעס פרוביר דיך נישט צו פארמעסטן מיט קיינעם דא.

די ערשטע יסוד איתן אין קרית יואל, א וואך נאך כ"ו אב, דארט האט מען נאך גערעדט פון דעם אז מ'גייט באצאלן 2 מיליאן דאלער פאר 82, און די חשוב'ע אחים מארקאוויטש האבן מנדב געווען א מיליאן דאלער פאר דעם צוועק.

למעשה צוליב וואס 82 האט נישט באצאלט די געהאלטן פון די זומער חדשים פאר די איינגעשטעלטע און נאך אנדערע טענות האט די הנהלת המתיבתא באשלאסן אז מ'גייט עס נישט באצאלן.

די צווייטע יסוד איתן איז שוין געווען נאך די בריוו אהין און צוריק (דאן איז אויך געווען די מעשה וואס די זאליס האבן געשיקט א מחוצף זאל טרייען אריינצושלעפן כ"ק רבינו שליט"א אין דעם געפעכט און ער האט אים געענטפערט אז ער האלט אינמיטן די סוגיא פון מתוך), און נאך וואס ס'איז שוין געווען קלאר אז דאס געלט איז מוקדש בלויז אויף אויפצוארבעטן די ישיבה ברוחניות, ווייל מ'האט נאכנישט געקענט האבן קיין אייגענע קאלעדזש פראגראם און די 82 גנבים האבן אראפגענומען פאר זיך די גרעסערע העלפט.

rebyankel » 25/12/2009 01:02

נאכמאל:
די הנהלה פין UTA זאגען קלאר אז די מתיבתא האט מען שוין אפגעטיילט נאך אין די צייטן פין ר' לייבוש לעפקאוויטש ז''ל, אין זיי האבען נישט קיין שום תביעה.

אויב איינער האט יא סיי וועלכע תביעה,
האב איך פאר אים א גיטע עצה, זאל ער רופן צו די''ת....

Ahroiny » 25/12/2009 05:52

[בילד – נישט אפגעהיט]

Ahroiny » 25/12/2009 05:54

[בילד – נישט אפגעהיט]

Ahroiny » 25/12/2009 05:55

[בילד – נישט אפגעהיט]

Ahroiny » 25/12/2009 05:56

[בילד – נישט אפגעהיט]

Ahroiny » 25/12/2009 06:03

[בילד – נישט אפגעהיט]

Ahroiny » 25/12/2009 06:04

[בילד – נישט אפגעהיט]

Ahroiny » 25/12/2009 06:04

[בילד – נישט אפגעהיט]

Ahroiny » 25/12/2009 06:05

[בילד – נישט אפגעהיט]

ברוינפן » 25/12/2009 07:16

ער איז היבש ווייס געווארען אינדערצווישן

אדמיראל » 25/12/2009 08:30

אויף די צוויי קליפס קען מען זעהן די מסיבה


http://www.tsofar.com/zofar/mashtap/show.asp?id=12332

http://www.tsofar.com/zofar/mashtap/show.asp?id=12333

rebyankel » 25/12/2009 19:06

דער מעמד איז שוין גארנישט געווען אזא פשוט'ע מעמד

ווער עס געדענקט נישט יענע צייטן, ווען די אינשי דלא מעלי, האבען געניצט די כבוד פין רביה''ק בעל ברך משה ז''ל צו חרוב מאכען זיין אייגענע קהילה אין צו פאניגען זיינע אייגענעל באליבטע קינדער, 
בשותפות מיט א קליקע פוחזים ורקים מיט די שב''ר (שני בני רבינו)

מ'האט אים נעבעך פארשעמט אין די גאנצע וועלט, עטליכע וואכען פריער, האט מען אים אויפגעשטעלט ביי א כינוס אין קאנקארד פלאזא ער זאל זאגען אז ער איז מסכים מיט די גאנצע הירוס, ווי ער האט נעבעך געהאט די עיקר שכחתי דרשה, אין די באטייליגטע דארט - זיינע וויסטע שונאים האבען זיך ג'קאטשעט פאר געלעכטער אין הנאה געהאט ווי זיינע אייגענע קינדער אין א''ג משמשים טוהן אזוי מיט זייער הייליגען טאטען אין רבין.

אבער דא ווי עס האבען זיך צוזאמגענועמן 'אלע' זיינע חסידים אין תלמידים, וואס האבען זיך מחמם געווען לאורו זינט ער האט איבערגענומען דעם הייליגען שרביט הנהגה, האבען די שב''ר מיט זייער שותפים זיכער געמאכט ער זאל נישט קומען
האלטענדיג פאר זיכער אז, אויב די רבי וועט נישט קומען וועלן זיי זיכער נישט קומען.......
אבער..... א רחמנות געווען צו קוקען אויף זיי,

זיי האבען נישט געגלייבט וואס פאר א רוב האט זיי געוויזען די רוקן, אין זיי געזאט די וועסט מיר נישט זאגען וואס די רבי (שליט''א) האלט, די תורה איז נישט קיין זאך וואס מ'קען איבערנאכט קענען,
וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ.

אשרי עין ראתה כל אלה, די עסקטסאז בשעת רבינו שליט''א דעמאלטסדיגער גאב''ד איז אריינגעקועמן אין זיך באגריסט מיט אזוויפיל רבנים ות''ח אויפן פראכטפולען אויבן אן,
חסדי ד' כי לא תמנו

געגאנגען » 25/12/2009 19:21

עכט קומט עס נישט אין דעם אשכול, אבער אז רעב יאנקעל דערמאנט די 'הכתרה' און די ביטערע בזיונות פון רביה"ק זי"ע האב איך זיך דערמאנט וויאזוי ר' משה שמואל זופניק האט ארויסשפאצירט פון ראדני יענעם יאר א' חיי שרה, נאך די שוידערליכע בזיונות וואס די פארדארבענע חברה האבן פאראורזאכט פאר מרן רביה"ק זי"ע והדברים ידועים, און דער שגץ האט זיך אנגערופן הויך צו זיינע ארומיגע "אויף דעם ווארט איך שוין צוואנציג יאר"! עפ"ל

rebyankel » 25/12/2009 20:08

פין אישי
[בילד – נישט אפגעהיט]

לעקסינגטאן » 27/12/2009 02:40

הרב הגאון ר' מענדל זילבער שליט"א ביי זיין דרשה.

[בילד – נישט אפגעהיט]