היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » יאקע רב: איך האב קיין קשר מיט די "נערישע" אקט

יאקע רב: איך האב קיין קשר מיט די "נערישע" אקט

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2736734

חיי_שעה » 24/12/2009 19:57

יאקע רב זאגט לכל מן דבעי למידע:

איך האב קיין הזמנה נישט געשיקט! איך האב נישט קיין בי"ד וואס זאל האבן געשיקט א הזמנה! מיין אייניקל ישראל מאיר האט דאס געטון על דעת עצמו, איך האב אים געזאגט אז ער האט געטון א נערישקייט אבער ער פאלגט מיר נישט!

האב איך מברר געווען ווער איז דאס 'מיין אייניקל ישראל מאיר' האב איך געהערט אז ער איז בערך 33 יאר אלט, א ווילדער היץ קאפ, ער קען חושן משפט און דינט אלס א טעון וואס לאזט נישט קומען צום ווארט און באליידיגט בעלי דינים ווילדערהייט אזוי פראבירט ער צו געווינען. ער דרייט זיך מיט די אהרוינים אין 53 לעצטנס האט מען אים ארויסגעקאפעט פון טארטיקאוו בשעת א דין תורה, ער האט געדינט אלס א טעון פאר א בעל דין און ער האט גערידערט אויף א נישט נארמאלען אופן בי"ד האט נישט געקענט ממשיך זיין די זיצונג האבן זיי באפוילן ער זאל שוין ארויסגיין! אלס 'נקמה' האט ער געפענט א 'אייגענע' בי"ד ווי קיינער קען אים נישט איינטיילן וואס צו טון, די אדערעס איז זיין היים אדערס און די טעל. נומער איז זיין היים טעל. נומער, פארשטייט זיך אז קיינעם איז נאך נישט איינגעפאלן צו גיין צו אים אויף א דין תורה. אלס א היציגער ארויני און אלס א וועג צו 'ענדליך' קענען ארויסגעבן 'עפעס' האט ער געשיקט א הזמנה...

ווער_איז » 24/12/2009 20:15

בי"ד אין קרית יואל האט גענפערט מיט א מעכטיגע בירור מיט זייער לעדער הערט זעט אויס אז סהאט אויפגעטיען

moishe12 » 24/12/2009 20:21

אפשר קענסטו ארויפלייגען דא

נפל » 24/12/2009 20:24

וואס אויפגעטיען? דער רב זאגט אז ער האט קיינמאל קיין שייכות דערמיט בכלל נישט געהאט! ער זאגט נישט אז ער ציעט צוריק! ער זאגט אויף זיין ווילדען אייניקל אז יענער האט דאס געטון. לויט ווי איך האב געהערט אויף דעם ישראל מאיר וועט ער פראבירן ארויסצוציען פון די פרשה דאס לעצטע טראפעלע איטענטשאן.

שכויעך חיי שעה, איך פרעג שוין אן אפאר וואכן ווער איז דאס דער 'מזמין' איך האב פארשטאנען אז נארמאלע רבנים שטייען נישט אינטער דעם.


תוקן על ידי נפל ב- 24/12/2009 20:25:14

דיןתורה » 24/12/2009 20:28

ווען איינער האט די חוצפה זיי צו רופן ''צו דין תורה'' ר''ל
באקומט א אשכול מיט אזעלכע געבעקסן......

שלעק » 24/12/2009 20:33

[בילד – נישט אפגעהיט] 

בית_דין » 24/12/2009 20:57

איך פארשטיי אז אין דיןתורה'ס אויגן איז דע הזמנה צום בי"ד געווען א רעאליסטישע מאוו סיי תורה'דיג סיי שכל'דיג, אבער וואס קען מען טון ליידער בעוה"ר ברענגט דע הזמנה אויף א געלעכטער ביי יעדן חושן משפט דיין, די וועלט איז ליידער פארקראכן מ'לאכט זיך אויס פון הזמנות.....

חיי_שעה » 24/12/2009 21:02

איין זאך איז זיכער אז פאר ישראל מאיר קעניג איז א גרויסע שאד אז ער איז נאך געועון א בעיבי ווען די קול קרא קעגן בעזלא רב איז ארויס אין די אנהויב מ' יארן. דעמאלט'ס וואלט ער געהאט אסאך מער פאן. דעמאלט'ס וואלט ער געקענט שיקן הזמנות פאר אסאך מער רבנים.


תוקן על ידי חיי_שעה ב- 24/12/2009 21:03:27

גערעכטער1 » 24/12/2009 21:28

זייט ווען דארף דעם דייןס זיידע מסכים זיין צי א הזמנה? האט דער שארמאשערס זיידע מסכים גיווען צי זיין פסק דין? אין וואס איז מיטן טשאדער אדער ר' משה בערס זיידעס, האבן זיי מסכים גיווען?, האט אמאל ר' זלמן לייב פיליפ גיפרעגט זיין זיידע ר' משה צי ער איז מסכים מיט זיינע פסקים? סא הערטס אוף מיט אייערע פערדישקייטן, א בית דין שיקט א הזמנה לדין תורה דארף מען גיין, נישט קאן חיליק צי זיין זיידע איז מסכים אדער נישט.

ווער_איז » 24/12/2009 21:33

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 א בית דין שיקט א הזמנה לדין תורה דארף מען גיין, נישט קאן חיליק צי זיין זיידע איז מסכים אדער נישט.


מדארף גיין אדער ענפערן אין דעס האט די ערליכע בי"ד געטיען זיי האבן גענפערט מיט א מעטיגע בריוו !!!!!!!!!

תוקן על ידי ווער_איז ב- 24/12/2009 21:46:48

ווער_איז » 24/12/2009 21:54

שטייט עפעס אין איד דערוועגן?


תוקן על ידי ווער_איז ב- 24/12/2009 22:01:03

חיי_שעה » 24/12/2009 22:06

גערעכטער, ווען א בי"ד שיקט א הזמנה ביסטו גערעכט אבער ווען א טשוטשאק שיקט א בריוו דארף בי"ד זיך בכלל נישט וויסענדיג מאכן (לפנים משורת הדין האבן זיי פאר גענטפער)

מזמן הגמרא איז אנגענועמן די כלל 'אין בי"ד יכול לבטל דברי בי"ד אחר אלא אם גדול גדול ממנו בחכמה במדה ובמנין" חז"ל אליינס האבן זיך צוגעשטעלט צו דעם כלל, (עיין מסכת מגילה דף ב ע"א) עס קען נישט קומען א טשוטשאק פון 33 יאר א לץ שבלצים (קענסט אים טרעפן טרייבן ליצנות יעדן טאג אין די קאווע שטיבל אין 53) און מבטל זיין דברי בי"ד הגדול ממנו בחכמה במדה ובמנין.

האסט טענות צום בי"ד? שיק א הזמנה פון א בי"ד נישט א ראצערל א לץ

די מעשה מיט יאקע רב צייגט צוויי זאכן, איינס, אז יאקע רב איז נישט פארמישט, יאקע בי"ד איז נישט פארמישט, ענק האבן פראבירט צו געבן ליגיטימאציע פאר די ליצנות דורך ניצן יאקע און עס ווערט נתברר אז יאקע איז נישט א מחותן דא. צוויי דאס צייגט דיר ווער דער ישראל מאיר קעניג איז, סתם  א צוהיצט קינד


תוקן על ידי חיי_שעה ב- 24/12/2009 22:08:20

ווער_איז » 24/12/2009 22:12

חיי_שעה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

האסט טענות צום בי"ד? שיק א הזמנה פון א בי"ד נישט א ראצערל א לץ



איך ווייס נישט פין שיקען א הזמנה פאר א בי"ד אז איינער האט א קשיא אויף א בי"ד פרעג דעם בי"ד מהיכן דנתני נישט א הזמנה


תוקן על ידי ווער_איז ב- 24/12/2009 22:12:37

נפל » 24/12/2009 22:25

נארמאלערהייט גייט דאס מיט א היכן דנתני, אבער דא ווייסט דער בעל דין לכאורה זייער גוט 'מהכן דנו' ער דארף נישט זיי זאלן אים דאס שמייסן אין פנים אריין. וואס טוט מען? מען פראבירט אויף אלע אופנים צו פארשעמען די רבנים אין זיי צו דערנידערן... די בעסטע וועג איז ווען מען דינגט א אינגערמאנטשיקל און ער שיקט א "הזמנה"...

דיןתורה » 24/12/2009 22:35

חיי_שעה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
גערעכטער, ווען א בי"ד שיקט א הזמנה ביסטו גערעכט אבער ווען א טשוטשאק שיקט א בריוו דארף בי"ד זיך בכלל נישט וויסענדיג מאכן (לפנים משורת הדין האבן זיי פאר גענטפער)

מזמן הגמרא איז אנגענועמן די כלל 'אין בי"ד יכול לבטל דברי בי"ד אחר אלא אם גדול גדול ממנו בחכמה במדה ובמנין" חז"ל אליינס האבן זיך צוגעשטעלט צו דעם כלל, (עיין מסכת מגילה דף ב ע"א) עס קען נישט קומען א טשוטשאק פון 33 יאר א לץ שבלצים (קענסט אים טרעפן טרייבן ליצנות יעדן טאג אין די קאווע שטיבל אין 53) און מבטל זיין דברי בי"ד הגדול ממנו בחכמה במדה ובמנין.

האסט טענות צום בי"ד? שיק א הזמנה פון א בי"ד נישט א ראצערל א לץ

די מעשה מיט יאקע רב צייגט צוויי זאכן, איינס, אז יאקע רב איז נישט פארמישט, יאקע בי"ד איז נישט פארמישט, ענק האבן פראבירט צו געבן ליגיטימאציע פאר די ליצנות דורך ניצן יאקע און עס ווערט נתברר אז יאקע איז נישט א מחותן דא. צוויי דאס צייגט דיר ווער דער ישראל מאיר קעניג איז, סתם  א צוהיצט קינד


תוקן על ידי חיי_שעה ב- 24/12/2009 22:08:20



די ביזט פיין
געבאקען א מעשה, אקעגן די בי''ד ווייל ער האט גאהאט די חוצפה צו שיקען א הזמנה פאר מענטשן וועלכע זענען ברבים מחזיק הולכים בערעכות
אין ער בויט שוין הסברים אויף די געבעקס
אז ס'דא נערנים וואס גלייבן אים איז ער גערעכט

בית_דין » 24/12/2009 22:54

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 מען פראבירט אויף אלע אופנים צו פארשעמען די רבנים אין זיי צו דערנידערן

די גרעסטע דערנודערונג פאר די רבנים וואלט געווען ווען דוד עקשטיין וואלט רעאגירט אויפן פסק דין פון די רבנים אזוי ווי די רבנים האבן רעאגירט צום פסק חרם פון עקיבא וויינשטאק..............

וויינשטאק וואלט געצאלט 5 טויזענט דאלער די רבנים זאלן אים כאטש שיקן איין הזמנה אויף זיין בריוו.......
דא האט דער מסור געשיקט א הזמנה פאר די רבנים און הער וואס זיין תביעה איז, דער דין מסור מאכט אים א הפסד בגוף ובממון...

מ'קען זיך משער זיין די שמחת התורה פון די חברי הבד"ץ ווען זיי האבן באקומען דעם הזמנה....... 

עוד יש דין בישראל!

  

חיי_שעה » 24/12/2009 23:00

דיןתורה די שרייבסט בעצם זייער גוט נאר איין קליינע טעות פארדרייט דיר די קאפ.  דא רעדט זיך נישט פון א בי"ד דא רעדט זיך פון א ראצער אין די פריע 30 ער יארן קוים 10 יאר פון זיין חתונה וועלכע איז פאר 5 אלפים זיך גרייט איינצוטינקן די העט אין ברענעדיגע קוילן אלעס נאר ווייל די ארוינישע קרירות צו יעדע ערליכע איד האט אויף אים משפיע געווען.

גערעכטער1 » 25/12/2009 00:35

איך זיך אין חושן משפט ביז ויפיל יאר מע הייסט א ראצערל, 30 אדער 60?, אין ווי סע שטייט אז א 60 יעריגער ראצער דארף נישט גיין צי דין תורה צי א 30 יעריגן דיין, אין ווער עס קען אפמאכן ווער סאיז א ראצער אין ווער סאיז א דיין, איר וועט האבן טוזענט תיריצים נישט צי גיין צי דין תורה, איך האלט שוין באלד ביי סוף חושן משפט אין איך האב נאכנישט גיטראפן, ווען איך טרעף די הלכה וועל איך ענק לאזן וויסן, אבער ביזדערווייל אויב גייט מען נישט צי דין תורה איז מען א מסרב לדין,

דיןתורה » 25/12/2009 00:40

חיי_שעה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דיןתורה די שרייבסט בעצם זייער גוט נאר איין קליינע טעות פארדרייט דיר די קאפ.  דא רעדט זיך נישט פון א בי"ד דא רעדט זיך פון א ראצער אין די פריע 30 ער יארן קוים 10 יאר פון זיין חתונה וועלכע איז פאר 5 אלפים זיך גרייט איינצוטינקן די העט אין ברענעדיגע קוילן אלעס נאר ווייל די ארוינישע קרירות צו יעדע ערליכע איד האט אויף אים משפיע געווען.

ער האט א ברירה ער קען זאגען פאר'ן בי''ד המזמין (לשיטתך - א ראצער (פאר'ן חטא פין שיקען א הזמנה))
אז ער וויל ענדערש א אנדערע בי''ד אדער זבל''א.

אבער אויב איגנארירט ער דעם בי''ד זענען זיי מסרבים לדין, אין קוק און שו''ע זייער דין ר''ל

רשכבהגולם » 25/12/2009 01:14

ס'איז נישט מיין, און נישט דיין דאגה,
נאך דעם וואס איינער האט מחליט געווען, וואס ער האלט, און ווי ער באלאנגט,
איז קיין שום נפקא מינה נישט, אריינציגיין און קיין דיני דברים,
ביידע צדדים האבן בתי דינים, ראשי קהילת, עסקנים,
וואס קענסטו אדער איך ארויס העלפען דא?  

בית_דין » 25/12/2009 06:12

דיןתורה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דיןתורה די שרייבסט בעצם זייער גוט נאר איין קליינע טעות פארדרייט דיר די קאפ.  דא רעדט זיך נישט פון א בי"ד דא רעדט זיך פון א ראצער אין די פריע 30 ער יארן קוים 10 יאר פון זיין חתונה וועלכע איז פאר 5 אלפים זיך גרייט איינצוטינקן די העט אין ברענעדיגע קוילן אלעס נאר ווייל די ארוינישע קרירות צו יעדע ערליכע איד האט אויף אים משפיע געווען.

ער האט א ברירה ער קען זאגען פאר'ן בי''ד המזמין (לשיטתך - א ראצער (פאר'ן חטא פין שיקען א הזמנה))
אז ער וויל ענדערש א אנדערע בי''ד אדער זבל''א.

אבער אויב איגנארירט ער דעם בי''ד זענען זיי מסרבים לדין, אין קוק און שו''ע זייער דין ר''ל


בי"ד דקהילת היראים איז נאך געגאנגן לפנים משורת הדין מ'האט געגעבן 3 טעג פארן מסור ער זאל חרטה האבן, למעשה האט ער נישט תשובה געטון, אצינד אויב האט ער א תביעה פארוואס ער איז א מסור קען ער שיקן א הזמנה צו משה רבינו ווייל דער בי"ד האט גארנישט אנדערש געטון ווי ס'שטייט אין שו"ע

ליבערשט זאג פארן מסור ער זאל קוקען אין שו"ע זיין דין ר"ל

כלהנערים » 25/12/2009 06:24

דיןתורה ביטע ווייז אויך פאר דיין הייליגע רבי דעם דין ר"ל, ווייל ער איז מסרב שוין 25 יאר פאר לאנדסמאן בי"ד 

 

ווער_איז » 25/12/2009 16:34

בית_דין כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]



בי"ד דקהילת היראים איז נאך געגאנגן לפנים משורת הדין מ'האט געגעבן 3 טעג פארן מסור ער זאל חרטה האבן, למעשה האט ער נישט תשובה געטון, אצינד אויב האט ער א תביעה פארוואס ער איז א מסור קען ער שיקן א הזמנה צו משה רבינו ווייל דער בי"ד האט גארנישט אנדערש געטון ווי ס'שטייט אין שו"ע

ליבערשט זאג פארן מסור ער זאל קוקען אין שו"ע זיין דין ר"ל

[בילד – נישט אפגעהיט]



תוקן על ידי ווער_איז ב- 25/12/2009 16:42:39



תוקן על ידי ווער_איז ב- 25/12/2009 16:46:39

גערעכטער1 » 25/12/2009 17:21

א בית דין האט נישט קיין רעכט צי דעבן א פסק דין אויך קיינעם אן עם ריפן צי דין תורה, ער קען נישט ווארענען אין קען נישט מחליט זיין גארנישט, אין אויב קימען זיי ארויס מיט א פסק דין אקעגן א יחיד אן עם צי ריפן זענען זיי עובר אויף המלבין פני חברו ברבים ואין להם חלק לעולם הבא, אין דער יחיד האט א רעכט זיי צי ריפן צי דין תורה אין אויב גייען זיי נישט זענען זיי מסרבים לדין,