היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » היסטארישער אוצר אין שטוב פין סאטמאר רבי'ן אויף יוז סטריט

היסטארישער אוצר אין שטוב פין סאטמאר רבי'ן אויף יוז סטריט

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2736710

פאראלעל » 24/12/2009 18:58

סאטמערע חסידים איבער די וועלט האבן אויף גענימען מיט גרויס פרייד אז מען האט געטראפן גאר היסטארישען אוצר
פינעם סאטמערען רבי'ן מהר"א שליט"א אין זיין דירה אויף יוז סטריט, דער אוצר איז שוין איבער 40 יאר אלט.

ווען די רבי שליט"א האט זיך ארויס געצויגן אויף קרית יואל פאר 30 יאר צוריק האט ער געלאזט אסאך זאכן אין זיין דירה אויף יוז סטריט, ער האט איבער געלאזט
5 בענדער חידושים על הש"ס
תורות פינעם בעל דברי יואל וואס דער ברך משה האט אפגעשריבן  
2 היסאטרישע הורמנא'ס פינעם שאפרענער רב ז"ל אין פין טשאקווער רב ז"ל וואס זיי שרייבן צי אים
דער שאפראנער רב ז"ל שרייבט אין די הורמנא בזה"ל "בראותי שהתורה מחזורת על אכסניא שלה יצאתי מגדרי "
בריוון מיט זיין שווער דער ווישנציער רבי שליט"א בריווען מיט זיינע שוואגערס דער סקווירא רבי מיט בעלזא רבי
אין נאך אינטערסאנטע זאכן.

די רבי שליט"א האט במשך די יארן פרובירט אויף צי זיכן די כתבי יודת אבער ס'איז געווען אן ערפאלג
ער האט שוין דעראויף אויף געגעבן.

די לעצטע פאר וואכן האט מען אנגעהויבן איבער צי בויען די אויבערשטע דירה אויף יוז פארן רבי'ן
אין מען האט געטראפן אסאך אלטע באקסעס פארשטיפט אויבן אויף א קלאזעט
אין מען האט זיי אנגעגרייט ארויס צי ווארפן אין די מיסט, ווייל וויפיל מען האט געקוקט האט מען געזעהן אז ס'טראגט גארנישט קיין ווערט.  

דער מסבב כל הסיבות האט צי געפירט אז א יונגערמאן האט אנגעהויבן צי נישטערן אין די באקסעס
ער האט זיך פשוט נישט געקענט גלייבן וואספארע אוצר ער האט געטראפן.
 ער האט דאס אריין געטארגן צים רבי'ן, די רבי איז געזעצן שעות פארטיפט אין די תורות, וואס ער האט געשריבן יארן צוריק. 

כל הלומד תורה לשמה זוכה לדברים הרבה. 





mechel19 » 24/12/2009 19:13

איך הער אז נעקסטע וואך הייבט מען איבער בויען די געוועזענע דירה פון ר' זלמן לייב אין בארא פארק, וואס מיינט איר גייט מען דארט טרעפן באהאלטן אין קלאזעט?, כל המחלל שם דשמים בסתר נפרעין ממני בגלוי.

האמתנעדרת » 24/12/2009 19:38

איך וועל נעמען רשות הדיבור צו דערציילן וואס איך האב געהערט מכלי ראשון, ווייל איך זעה אז די מעשה האט שוין א שטיקל בארד.

די אופן המציאה איז נישט נוגע דא, איך וועל נאר צוקומען צו דעם וואס מען האט געטראפן.

8 העפטן חידושי תורה פון די ל' יארן (על התורה).

אסאך צווארפענע צעטלעך פון חידושי תורה וחידושי סוגיות.

אסאך סוגיות וחידושי תורה וואס רבינו שליט"א האט פארצייכנט וואס ער האט געהערט פונעם טאטן ז"ל.

א כת"י פון ברך משה ווי ער האט פארצייכנט א תורה פון רבין ז"ל אין שעראן ספרינגס אין די כ' יארן.

2 היסטארישע הורמנא'ס פינעם שאפרענער רב ז"ל אין פין טשאקווער רב ז"ל. (דאס איז לפי הידיעה די איינציגסטע כתב הורמנא פון שאפראנער רב, ווייל ער פלעגט נישט געבן קיין הורמנא פאר קיינעם, און ביים רבין שליט"א שרייבט ער אז קענענדיג דעם זיידן דעם עצי חיים, און ער האט געזען די הורמנא פון טשאקעווער רב, איז ער געווארן נייגעריג צו זען צו התורה מחזקת על אכסניא שלה, און ער שרייבט דארט דעם לשון אז ער גייט ארויס מגדרו צו געבן א הורמנא זעענדיג זיין געוואלדיגע גאונות ובקיאות).

הסכמות אויף זיינע חידושים פון הגאון בעל שבט הלוי שליט"א, ולהבחל"ח הגאון בעל מנחת יצחק, והגאון בעל עטרת יהושע ז"ל. (אלעס אין די ל' יארן)
בריוון מיט זיין שווער דער ווישנציער רבי שליט"א בריווען מיט זיינע שוואגערס דער סקווירא רבי מיט בעלזא רבי
און נאך אינטערסאנטע זאכן.


האמתנעדרת » 24/12/2009 19:59

 

באזוכנדיג אין "די אידישע וועלט" האב איך געזען אז איך האב פארזען געוויסע זאכן, בין איך מעתיק ווי דארט באריכטעט

 

וויליאמסבורג: אין ליכט פון די רענאוואציעס בבית אדמו"ר מהר"א מסאטמאר אויף היוז סט. איז וואונדערליך אנטדעקט געווארן גאר טייערע און ווערטפולע חפיצים וועלכע זענען מיסטריעז פארשוואונדען געווארן פאר באלד דרייסיג יאר פון ווען דער רבי האט זיך געצויגען קיין קרית יואל אנצונעמען דאס ארטיגע רבנות.

עס רעדט זיך פון א פריוואטע זאמלונג פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר רבי אהרן טייטלבוים שליט"א בן מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל וועלכער האט אלס אינגערמאן זייענדיג דער סיגוטער רב פון וומ"ס געוואונט אויף 152 היוז סט. העכער דעם סיגוטער ביהמ"ד, מיט די צייט זענען די זאכען באהאלטן געווארן און שפעטער פארפאקט געווארן מאין רואה ביז מיט דריי וואכען צוריק ווען עס איז אונטערגענומען געווארן רענאוואציעס אויף די דירה און די אנטיקען זענען אפגעשוינט געווארן פון מיסט (!) דורך א נייגעריגער חסיד.

דער זאמלונג איז כולל צווישען אנדערע;
1) דער ערשטער שטעקן פון אדמו"ר הברך משה אלס סיגעטער רב
2) די אריגינעלע מכתב מיט די חתימת ידי קדשו פונעם רבי'ן זי"ע אויף דאס איבערדרוקען דעם ספר תולדות אדם מזקינו פאר זיין פלימעניק מהר"א
3) חידושי תורה מרביה"ק זצ"ל וואס מרן הברך משה ז"ל האט אפגעשריבען נאכען וויילען עטליכע שבתים במחיצתו בקרית חוצות בשעראן ספרינגס
4) פארשידענע כתבי ידות וועלכע ווערן נאך די טעג איבערגעקוקט דורך מומחים וואס דער רבי אדמו"ר מהר"א האט געזאמעלט אין די אינגע יארען
5) פינף העפטן חידו"ת פון מהר"א געשריבען בימי חורפו בהסכמת המנח"י הרמ"א פריינד זצ"ל ולהבחל"ח הגאון בעל שבט הלוי שליט"א
6) צוויי מכתבי הורמנא פאר'ן רבי'ן מהר"א; איינס פונעם שאפראנער רב ר' שמעון ישראל פאזען זי"ע בעמח"ס תורת א' (דאס איינציגסטע וואס ער האט געגעבן על אדמת אמעריקא ווי ער שרייבט "בראותי איך שהתורה מחזרת על אכסניא שלה, יצאתי מגדרי") און דאס אנדערע פונעם טשאקעווער רב ר' שמואל אברהם זעלטענרייך יו"ר מערכת אוצר הפוסקים בארה"ב זצ"ל.

די מעשה גייט צוריק מיט א דריי וואכען ווען הרב ר' שמואל שלמה טעללער מעורכי ספר ומשה היה רועה ומגיד מישרים בק"ק סאטמאר, האט זיך פאראינטערעסירט ביי איינע פון די ארבייטער אויפן פלאץ צו עס איז נישט פארהאן דארט קיין היסטארישע זאכען. דער אינגערמאן האט אוועקגעמאכט זאגנדיג "נאר אלטע טשעקס און שטרות פון מכירת חמץ וכדו" הרב טעללער האט געבעטן אז ער זאל אים דאס אוועקלייגען ווייל עס קען דאך זיין אינטערעסאנט.

יענער טאג איז דער דערמאנטער אינגערמאן (נאמען געהיט אין רעדאקציע) צוריקגעגאנגען צו די דירה און צו זיין שטוינונג איז דער קעסטל געליגען צווישען די זאכען אנגעגרייט געווארען צו גיין אין מיסט, ער האט דאס זאפארט אריינגעשטעלט צו זיך אין קאר און דאס געליפערט צו ר' שמואל שלמה'ן.

צום ערשיטערונג פון ר' שמואל שלמה, האט ער אונטען פונעם קעסטל געפונען די דערמאנטע היסטארישע אנטיקען (דער שטעקן איז עקסטער געפונען געווארן) וואס ער האט שיין מסדר געווען און ארגענעזירט, ביום ג' דחנוכה הבעעל"ט האט ער דאס אריינגעטראגען צום רבי'ן אדמו"ר מהר"א להשיב אבידה לבעלים, וועלכער איז געווען גאר מרוגש טרעפענדיג זיך מיט זאכען וואס ער האט שוין נישט געקלערט ווידער צו זעהן.

ביים רבי'ן אין שטוב האט איינער אנגעמערקט צו דאס גייט אריין אין די שאלה פון המציל מזוטו של ים, אבער עס איז אנגעוויזען געווארן דורכן רבי'ן פון תוס' און ראשונים אין ב"מ אז וויבאלד די חפיצים זענען למעשה נישט ארויס פונעם רשות פונעם בעה"ב הייסט דאס נישט קיין אבידה בכלל.

סאמארער חסידים האבן אויפגענומען די נייעס מיט גרויס סאטיספאקציע און שמחת הנפש, וואוסענדיג אז די חפיצים האבן גאר א טייערען שאץ און ווערט לכל קדשי בית סאטמאר.

ברוך משיב אבידה

אדמיראל » 24/12/2009 20:15

איז די כתב יד פין הרב הגאון ר' פנחס עפשטיין ז:ל דא ?

לעבעדיגער » 24/12/2009 20:22

rebyankel » 24/12/2009 20:35

mechel19 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך הער אז נעקסטע וואך הייבט מען איבער בויען די געוועזענע דירה פון ר' זלמן לייב אין בארא פארק, וואס מיינט איר גייט מען דארט טרעפן באהאלטן אין קלאזעט?, כל המחלל שם דשמים בסתר נפרעין ממני בגלוי.


ווי קימט איינס צו די צווייטע, ער איז ב''ה נישט 'קאמפעטישען' פין סאטמאר, ער קומט נישט אריין דא

רעכטער » 24/12/2009 21:44

קאן זיין אז דאס איז אן השגחה פרטית אז דאס זאל קיין קרית יואל נישט אנקומען אין זיינערצייט, כדי דאס זאל נישט רח"ל פארברענט ווערן אין די שריפה פון אלע ספרי קודש און חדושים.

והי' המחנה הנשאר לפליטה.

זעליג_כהן » 24/12/2009 22:00

wow
ס'ווערט אנדעקט אז ר אהרן האט גע'גנב'עט ירושה בחיים!!!!

1) דער ערשטער שטעקן פון אדמו"ר הברך משה אלס סיגעטער רב
3) חידושי תורה מרביה"ק זצ"ל וואס מרן הברך משה ז"ל האט אפגעשריבען נאכען וויילען עטליכע שבתים במחיצתו בקרית חוצות בשעראן ספרינגס

רעכטער » 24/12/2009 22:15

נפל » 24/12/2009 22:19

טאקע חשובע כתבי ידות די כתבים זענען לכאורה אסאך ווער ברחניות ובגשמיות אבער הלאט איר נישט אז מען טרייבט איבער דא? וואס די חפצים זענען ניצול געווארן פון א ווועלט מלחמה? סך הכל איז דאס געלגעבן ביים רבי'ן אין דירה נאר מען האט נישט געדענקט דערוועגן און יעצט איז דאס אפיר געקומען... מה כל הרעש?

מלוה_מלכה » 24/12/2009 22:47

דאס הייסט א מציאה?
איך האב אויך געטראפן מיין אלטע "היסטארישע" טיש-בעקישע וואס כ'אב אוועקגעלייגט פאר 18 יאר  צוריק אין מיין בוידעם, ב"ה געטראפן היינט, א סענזאציע!

דאס האט מען דירעקט אוועקגעלייגט צו קענען נוצן אלס א "חלה דעקל" אויף שפעטער.


דיןתורה » 24/12/2009 22:50

איך זעה אז טראץ וואס מ'האט קיינמאל נישט ציטיילט די ירושה פינעם ברך משה פאר רוב קינדער האט ער באקומען בחייו עטליכע טייערע חפצים.






תוקן על ידי דיןתורה ב- 24/12/2009 22:52:23

נפל » 24/12/2009 23:06

דיןתורה די זעה'סט נישט אז ער האט באקומען בחייו, די זעסט אז עס איז געליגן ביי אים אינדערהיים בחייו

האלבערשטאם » 24/12/2009 23:15

איך בין זיכער אז ער האט געוויסט אז עס ליגט דארט
ער איז דען א בהמה? ער ווייסט נישט וואס ער האט?

נאר דער טעללער האט איבערגעקוקט אן זיין רשות אין אים עס געברענגט אין ער פילט זיך נאך א מציל מזוטו של ים

רעכטער » 24/12/2009 23:21

נישט קענענדיג צוזעהן דעם שמחו בשמחת רבינו ווערט ארויסגעשיקט דער קלארער מעסעדזש: "קיין שום היסטארישע אוצר געפונען" "נע, דער סאטמאר'ער רבי האט געוויסט דערפון".

יא, ביי זיי איז א כתב יד פון רבוה"ק זי"ע פונקט ווי "מיין אלטע "היסטארישע" טיש-בעקישע וואס כ'אב אוועקגעלייגט פאר 18 יאר  צוריק אין מיין בוידעם".

פארשטייט איינער דעם ווייטאג?

טאטלע » 24/12/2009 23:22

מלווה מלכה סטיט וויי ?
 נעם איין א וואליום וועט דיר בעסער ווערן העסטו פארשטיין אז ביי נארמאלע אידן ווען מהערט אז מהאט געטראפן
א אוצר מיט תורה  (וואס האט נישט ציטיען מיט אן אפיל פין כולל שומרי החומות אין נישט מיט סמיכה לחיים)
הסכמות פין מנחת יצחק
עטרת ישועה
שבט הלוי
מאכט עס זייער פרייליך  
אויב עס מאכט דיר נישט ,,,,,,דען איטס בעסיקלי סאמטינג ראנג וויט יו

נפל » 24/12/2009 23:23

הלברשטאם, ער האט אליינס געזאגט ווען יענער איז אים געקומען זאגן "איך בין א מציל מזוטו של ים" האט ער גענטעפרט "עס איז קיינמאל נישט ארויס פון מיין רשות"

וואלןסח » 25/12/2009 00:00

אוי זענען דאס זאליס, א פחד

די ווייסן נישט וואס מיינט חידושי תורה

די ווייסן נישט וואס מיינט 25 לאסליף'ס אנגעפילט מיט חידושי תורה

איך האב גערעדט צו אינער וואס איז דארט געווען בשעת מען האט געברענגט די זאכן פארן רבין

די רבי איז געזעסן א ¾ שעה עס איבערצוקוקן אויבנאויף וואס דאס איז, און שווייס האט זיך געגאסן פון זיין שטערן.

די רבי האט ביי זיך אינדערהיים א עקסטער שענקל ווי עס ליגן זיינע חידושי תורה, ער ווייסט פונקטליך וואס ער האט און ווי ער האט, און פון דעם האט ער נישט געוואוסט.

איך האב שוין געהערט פון איינעם פון די שרייבער'ס אז דער רבי האט שוין געגעבן אויפצוזעצן א תורה אויף חנוכה וואס איז נישט געדרוקט אין שערי אורה.

און די זעלבע מיט די אנדערע זאכן.

יא נעבעך

די זאליס האבן א חלום, אולי וועט געשען א נס און מען וועט טרעפן כאטש איין באנד חידו"ת פון זייער רבין פון פאר תש"ס

נעבעך

איי פיל יאר פעין

ארגינעלער » 25/12/2009 01:03

ווי ס'קוקט אויס דער מכתב פין שאפראנער רב זל  שלאגט ווארצלען
אלע פריעדגע צדיקים האבן געהאט דעם גרעסטען דרך ארץ פאר דעם ציקנפטיגן גדול הדור

איך פארשטיי אז ר' הערשעלע שאפראנער מיט ר' יואליש מאגנשטערן טראגן עס נישט איבער
סך הכל איז עס נאר די נאטור וואס ברענט אין זיי ווי זיי קוקן צי סאטמערערס רבי'ס מלוכה

אין די שאפראנער מלוכה איז גוט אין די קרקע.

bigsatmar » 25/12/2009 02:19

for the record I know from at least one more hormenu from shoproner ruv in America.  For hatzadik Reb avrum Leitner zt"l

מישמאש » 25/12/2009 02:19

אשרי ילדותינו שלא ביישו את זיקנתנו


[בילד – נישט אפגעהיט]

גאנציגער » 25/12/2009 04:22

איך הער אז שאפראן גרייט זיך צו א מעכטיגע מערכה קעגן ר' ש.ש. טעלער פארן טרעפן דעם בריוו

לאגיש » 25/12/2009 22:13

ווייסט איינער צי די כתבים אין מכתבים גייען אמאל ארויס קומען ?

קליפ » 5/1/2010 17:27

* width="500" height="405"> <*

רעכטער » 5/1/2010 23:49

קליפ, אלס J נעט באנוצער זעה איך נישט גארנישט.

וואס זעהט מען דארט?