היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בני ברק: מעמד הוצאת בית מסרב לדין טאלער

בני ברק: מעמד הוצאת בית מסרב לדין טאלער

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2735615

רבי_יונה » 22/12/2009 20:11

נעכטן אינדערפרי איז פארגעקומען א געהויבענער מעמד הוצאת בית מסרב לדין, די צוגעבויעטע שטיבער וואס דער מסרב לדין טאלער פון תימן האט צוגעבויעט צו זיין דירה.

די מעשה ציט זיך שוין פאר די לעצטע 2 יאר.

טאלער וואס איז א שרעקליכער מסרב לדין, און פייפט זיך אריין אין אלע רבנים, האט פאר די לעצטע 2 יאר פארלאנגט פון די ערי' בני ברק, אז ער זאל באקומען א פערמיט צו קענען צו בויען צו זיין הויז, די ערי' האט אים געזאגט אז ער מיז האבן רשות פון הרה"ח ר' משה חיים ווייס שליט"א די מנהל המוסדת ומנהל השיכון, אן זיין רשות קען ער גארנישט בויען.

טאלער האט איבערגעדרייט די שטאט, ער האט געשמירט געלט אלע זייטן, ער האט געברענגט בריוון פון די מוסרים וואלערשטיין, עזריאל גליק, משה גבאי אז זייי זענען די אמת'ע בעל בתים... און זיי געבן אים רשות צו בויען, אויך האט ער געברענגט א בריוו פון זאלי, אז ער איז רבי אין סאטמאר, און ער איז די מנהיג פונעם שיכון.

די ערי' האט זיך אויסגעלאכט פון די בריוון, און זיי האבן אים קלאר געזאגט, זיי לאזן אים נישט בויען, זיי האבן אים אויך געזאגט אז ער איז א מסרב לדין, זיי ווילן אים נישט העלפן ווייל ער איז א שייגץ.

ויהי היום פאר א 4 וואכן צוריק פרייטאג מיטאג 12, כמנהג תימן ריקט זיך אן א מחנה ארבעטערס, און פאנגען אן מיטן גרעסטן אימפעט צו צי בויען צו טאלער הויז, מען האט געברענגט רעדי ווענט, און פלאר, א גאר טייערן סטראקטשער, ער בויעט צו 3 גרויסע שטיבער, די ערי' איז געקומען צו לויפן מיט א סטאפ ארדער אבער ער האט זיך אריין געפיפען, זיין חשבון איז געווען קודם האבן אפגעבויעט פארטיג און ער וועט שוין שמירען אז מען זאל עס שוין לאזן, בקיצור ער האט געמיינט אז ער איז אין תימן.

די ערי' בני ברק האט געברויזט דערפון זיי האבן אים געשיקט פאר 2 וואכן צוריק א צעטיל אז ביז 14 טאג אז עס גייט נישט אראפ, קומען זיי עס אראפ ברעכען, און ער וועט דארפן באצאלען די קאסט, טאלער האט זיך אריין געלייגט אין די ארבעט, ער האט אנגעהויבען איבער צו דרייען א וועלט, זאלי, משה גבאי, וואלערשטיין, חיים הערשלע, יעדער האט געקאלט, געשיקט בריוון, געסטראשעט מיט גוטן און בייזן.

מענדל ווייס מיט די זאליס זענען ארויף צום סגן ראש העיר, האט ער זיי געזאגט אז טאלער איז א מסרב לדין אזא איינעם טאר מען נישט העלפן, זיי האבן געשריגען אז עס נישט אמת, ער האט ארויסגענומען די בריוו פון די רבני בני ברק ווי זיי שרייבן דאס, האבן זיי אנגעהויבען שרייען אז די רבנים זענען אונטערגעקויפט, און זיי זענען גרייט צו גיין צו ר' מרדכי באבד צו דין תורה.

די ראש העיר זאגט נאו פראבלעם, ער נעמט ארויס א צעטיל הייסט זיי אז טאלער זאל דאס אונטער שרייבן אז ער שטעלט זיך צו דין תורה צו באבד, זיי שרייען אז קודם דארף משה חיים אונטער שרייבען, די סגן הייבט אויף דעם טעלעפאן ריפט ר' משה חיים צו ער וויל אונטער שרייבען, ער זאגט אים פאקס מיר אריבער די צעטיל ביז א מינוט האסט עס צוריק אונטערגעשריבען, וכך הוה ביז מינוטען האט ער געהאט ר' משה חיים חתימה, זיי האבן אנגעהויבען צו דרייען קודם אז די חתימה איז פאלטש... נאכדעם האבן זיי געוויזען א בריוו פון הרב פישער אז קיין שום פרעמדע רבנים טארן זיך נישט אריין מישען אין די פרשה, בקיצור איין ווארט אז זיי האלטן נישט ביים אונטער שרייבען שטרי בירורין.

ער האט זיך דערזעהן מיט וועם ער האט דא צוטאן, ער האט זיי ארויסגעווארפען פון זיי אפיס, און זיי געזאגט אז זיי זענען מסרבים לדין און מען טאר זיי נישט העלפן.

טאלער האט זיך דערזעהן אין א פראבלעם, איז ער געגאנגען אפען אנדערן וועג, אז ער גייט מאכן פארטעסטן... ער גייט אין געריכט... זיי האבן געזעהן אז ווערן נישט פטור, האבן זיי געזאגט אז יעצט אויף די מינוט איז אפגעשטעלט די אראפווארפן, און מען וועט זעהן ווייטער. פון די אנדערע זייט איז די ערי' אנגעגאנגען גהעריג בסוד און אלעס צוגעגרייט.

טאלער האט זיך שוין געקלאפט די בויך, זיך ארום געדרייט מיט די קאפ און די הייעך, זינטאג נאכט איז ער געגאנגען שלאפן ער האט גע'חלומ'ט א מחי' ווי פרעה, פלוצלינג 11:30 אינדערפרי ער האלט אין מיטען שנארכען אזוי ווי יעדן טאג ווען ער שטייט אויף 1 אזייגער, ער הערט האקן זעצן, ער עפענט די פענסטער מיט פארשלאפענע אויגן, ער זעהט די חברה רייסן שטיקער, טראך טראך טראך...!!!

די ווענט פליען אראפ...! די דאך ווערט צוקאנאקט...!!! די חברה האקן שטיקער, 150 טויזענט דאלער וואס די שפיל האט אים געקאסט ווערט שטויב אין מינוטען...!!!

טאלער לויפט ארויס אויף די גאס ווי פרעה מיט די פאטשאמעס, דער עולם לויפט אים נאך מען מאכט אים משוגע, מען לאכט פון אים, ער שרייט קולות פאר די ארבעטערס זיי זאלן שוין סטאפן, דער עולם שרייט פאר די ארבעטערס צו קאנקען ווייטער, טאלער שרייט שמעון פרס איז אפען טעלעפאן... נתניה איז אפען טעלעפאן... די ארבעטערס לאכן זיך אויס און האקן שטיקער.
 
דער תימן'נער ווערט ווילט ער נעמט זיך שלאגען מיט די ארבעטערס, זיי ריפן אריין פאר הילף, זיי ברענגן 7 גארדס זיי כאפן אן טאלער און ווייזן אים אז ער איז נישט אין תימן דא, זיי ווארענען אים טאמער ער גייט נאנט צו די ארבעטערס וועלן זיי מאכן פון אים וואס מען מאכט פון זיין דירה.

עס איז געווען א קידוש שם שמים צו זעהן ווי דער מסרב לדין דער תימני טאלער לויפט ארום, די בושות וחרפות זיינע איז געווען ביזן הימל.

איצט קען טאלער נעמען די צוקנאקטע ווענט מיטן דאך עס האלטן אין זיינע הענט באדעקן מיט א טלית און ארויס באגלייטען פון שיכון...

קוטשי וואלי וועט זאגן די הספד...

מנשה סילוף וועט וויינען און שרייען אז מיט דעם וויל מען אויסרייסן דעם רבין זכרונו לברכה מיט די רעביצן...

יחזקאל גאלד וועט זאגן אז דאס האט קוק געטאן...

חיים הערשלע וועט זיך פארקנייטשען און וויינען...

עזריאל וועט וויינען און באקן א מעשה...

מייידלך שטערן וועט מסביר זיין אז עס האט געמיינט מנובלת...

דער איד וועט וויינען און שרייען...


תוקן על ידי רבי_יונה ב- 22/12/2009 20:48:36

jhhoruyr » 22/12/2009 20:31

לויט ווי' ס'קוקט אויס גייט מען מארגן ארויסגיין פון דעם תימענר'ס שטוב מיט ספרי תורות...


תוקן על ידי jhhoruyr ב- 22/12/2009 21:08:47

איזראלי » 22/12/2009 20:44

די מעשה איז אזוי צוגעגאנגען:


נעכטן מאנטאג צופרי האט דער ספרד'ישער טראבל-מעקלער פון בני ברק דער רשע דוד מאיר טאלער געליטן א שרעקליכן דורכפאל און א גרויסן מפלה נאך וואס די שטאט-ראט פון ב"ב האט איהם לאור השמש צוטראסקעט א דריי צימערדיגע געביידע וואס ער האט זיך צוגעבויט צו זיין דירה אין שיכון קרית יואל.

דער ספרדי האט זיך שוין לאנג געוואלט פארברייטערן זיין צוויי רומיגע דירה וויבאלד זיינע שווארצע שרצים וואקסן איהם אונטער און ער האט זיי נישט וואו צו לייגן שלאפן, אבער די שטאט-ראט וויל איהם נישט געבן קיין פערמיט ביז ווילאנג ער וועט ברענגען א באשטעטיגונג פונעם לאנג-יעריגער מנהל הרה"ח ר' משה חיים ווייס מנכ"ל המוסדות, אבער ב"ה דער ספרדי איז דאך ווי באקאנט געשאנקען געווארן מיט א היבש ביסל גאוה, האט ער באשלאסן אז ער גייט זיך צובויען צום דירה אן קיין פערמיט און קיינער וועט איהם נישט איינטיילן וואס צו טוהן, און מיט צוויי וואכן צוריק האט ער זיך געבויט דריי צימערן צו זיין דירה, און זיך געגרויסט פאר זיינע פארביטערטע חברים אז ער איז מלך ישראל זיינע קינדער האבן שוין וואו צו שלאפן, אויך נאך וואס די שטאט-ראט האט איהם געשיקט א ווארענונג און דערנאך א "צו הריסה" האט ער זיך אנגעפיפן און גע'טענה'ט פאר זיינע נאנטע אז זיין געלט רעדט.

ויהי ביום השני... ס'איז כחצות היום דער ספרדי איז נאך איינגעזינקען אין זיין טיפן שלאף (ווי באקאנט גייט ער נישט ארויס פון שטוב פאר צוויי אזייגער מיטאג) און עס טוהט זיך א טומל אין די שיכון די שטאט-ראט האט געשיקט זייערע ספעציעלע ארבייטער צו צונעמען די געביידע וואס דער ספרדי האט זיך צוגעבויט אן קיין פערמיט, זיי זענען געקומען פון אינדערויסן אןון זיך געהויבן מיט מאשינען אין די לופט און אנגעהויבן צו טהון הלכה למעשה ווען די גאנצע גאס שטייט און קוקט צו די מפלת המן...

דער ספרדי פאפט און ווייסט נאכנישט וואס דא גייט פאר אונטער זיין פענסטער, ביז זיין פרוי (די באקאנטע צוגיינער) שארט זיך צו צום פענסטער און ס'ווערט איהר ביטער פאר די אויגן און זי נעמט זיך מאכן יאמערליכע קולות וואס מ'האט געהערט ביז אונטן, זי האט געשריגן אויף עברית "תלכו מפה ישנים פה" (גייט פון דאנעט מ'שלאפט דא), נאך עטליכע מינוט והנה המן בא... דער שווארצער ספרדי קוימט אויפגעקלעבט די פארשלאפענע אויגן איז אראפגעקומען צולויפן מיט איין אטעם, זיינע שווארצע פיאות איז איהם נאך צוקנייטשט פון שלאף, ער לויפט צו די ארבייטער וואס האלטן אינמיטן צונעמען זיין געביידע און הייבט זיי אן צו סטראשען זיי זאלן שוין אויפהערן, די ארבייטער זעהענדיג אז זיי האבן צוטאן מיט א שווארצן האבן זיי גלייך אלאמירט עטליכע גארדס וועלכע זענען גלייך געקומען באוואכן די ארבייטער פון א איבערפאל.

דער ספרדי טאלער זעהט כי כלתה אליו הרעה די געביידע ווערט שטייטליך צונומען האט ער זיך אנגעהויבן צו בעטן בתחנונים מיט טרערן אין די אויגן ביי די ארבייטער אז זיי זאלן צוווארטן ביז ער וועט דאס אליין אראפנעמען, אבער זיי האבן איהן גענטפערט אז ער האט געהאט צייט צוויי וואכן דאס ארפצונעמען און יעצט קען ער שפרינגען, ער האט זיך איינגעבעטן אז זיי זאלן צוריקומען שפעטער ווען דער גאנצער המון וועט זיך צוגיין אבער זיי האבן זיך אויסגעלאכט און ווייטער אנגעגאנגען מיט די ארבעט.

אבל וחפוי ראש אנטקעגן דעם גאנצן ארום האט דער ספרדי אנגעקאלט און אריבעגערופן זיין שוואגער דעם שלעגער ליפי רובינשטיין אבער דער איז אנגעקומען און געזעהען די ברייט-בייניגע גארדס האט ער מיטן ספרדי שנעל אפגעטראגן פונעם שטח מיט חרפות און בושות.

די עולם איז געשטאנען פון די זייט און צוגזעהן וויאזוי דער ספרדי ווערט געשלאגן מידה כנגד מידה:
ער שטערט צו בויען דירות פאר די אינגעלייט - זיין געבייידע ווערט צושטערט
ער האט געברענגט פאריגן זומער גארדס אין די שיכון - די גארדס לאזן איהם נישט צו צו זיין געביידע.

אשר החילות לנפול...

jhhoruyr » 22/12/2009 21:13

דער תימענר טאלער דרייט זיך יעצט ארום
פון די ראש העיר ביז יעדער וואס ווישט נאר די ערד אין די עירייה
זאל אים העלפן - ער זאגט צו הון תועפות מיט געלט...



תוקן על ידי jhhoruyr ב- 22/12/2009 20:46:56

shia550 » 22/12/2009 21:19

דער מעיאר נעמט זיך אויס צו גיין צו דין תורה אויב מען ווייל א פערמיט?

איז דאס געזעצליך?

משה_גאבע » 22/12/2009 21:31

[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]



[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]


דער מסור פרובירט נאך נעבעך אויף אלע פראנטן....

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

נפל » 22/12/2009 21:37

רבי_יונה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

די ווענט פליען אראפ...! די דאך ווערט צוקאנאקט...!!! די חברה האקן שטיקער, 150 טויזענט דאלער וואס די שפיל האט אים געקאסט ווערט שטויב אין מינוטען...!!!

טאלער לויפט ארויס אויף די גאס ווי פרעה מיט די פאטשאמעס, דער עולם לויפט אים נאך מען מאכט אים משוגע, מען לאכט פון אים, ער שרייט קולות פאר די ארבעטערס זיי זאלן שוין סטאפן, דער עולם שרייט פאר די ארבעטערס צו קאנקען ווייטער,


די האסט זיך נישט געראכטן אז איינער וועט ברענגען בילדער?

אויס עס טוט וויי... די שפיל האט אים געקאסט 150 טויזן דאלער? די שטוב ווערט פול מיט שטויב? סך הכל רעדט זיך דא פון א סוכה... אדער עפעס אזוי...

אוי עס טוט וויי... טאלער לויפט נישט ארויס ווי פרעה מיט פאטשאמעס דער עולם לויפט אים נישט נאך מען מאכט אים נישט משוגע...

די פאר בילדער האבן היבש צונישט געמאכט דיין טארט...

jhhoruyr » 22/12/2009 21:44

נפילה

קיין שום סוכה נישט
ער האט נארמאל געגאסן צעמענט.

די עולם איז אים יא נאכגעלויפן אים אין פנים אריינקוקן
אבער ער איז אנטלאפן
דאס אז די זעהסט עס נישט דא
מיינט נישט אז סאיז נישט געווען.

נפל » 22/12/2009 22:00

און איך זאל גלייבן בפרט נאכדעם וואס עטליכע 'פאקטן' זענען געווארן אויפגעוויזן אלס פראסטע שקרים

קוק אין די פיקטשער'ס, מען זעט קלאר אז די ווענט זענען פראפעזויריש, איך ווייס נישט פון וועלכע מאטריאל די פלאר איז אבער פון צעמענט קוקט דאס נישט אויס, קוק אויף בילד נומער 3 מען זעט די אינטערשטע חלק פונם פארטש עס קוקט נישט אויס ווי צעמענט בפרט נאך ווען העכער די פענסטער איז שווארץ פון אלטקייט, דאס מיינט אז די פארטש איז נישט געבויט געווארן פאר 4 וואכן צוריק אזוי ווי איר שרייבט...

און לאמיר שוין זאגן אז ער האט יא געגאסן צעמענט אזוי ווי די שרייבסט דאס אליינס איז א בפירושע סתירה צו א קלארע יונה וואס האט פריער געשריבן אז ער האט דאס געברענגט פערטיגערהייט. נא? וועם זאל איך גלייבן דיר אדער יונה?

ואחרי ככללות הכל לאמיר שוין זאגן אזוי ווי דיר אז ער האט געגאסן צעמענט און אזוי ווי יונה אז ער האט געברענגט עפעס א ספעציעלע פערטיגע געביידע... קוק אן די בילדער און טרעף מיט די סוד פון 150 טויזנט דאלער...

פארשטיי » 22/12/2009 22:46

זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו!

דער טאהלער וואס בגב'עט מיט רשעות און חוצפה די הייליגע מוסדות סאטמאר און בני ברק! מיט נישט באצאהלען די רעטנט פארן זאל! האט היינט באקימען זיין פארדינטער עונש!

דער טאהלער וואס גייט און ציוניצטישען בג''ץ, וואס איז ביהרג ועל יעבור, האט היינט באקימען זיין פארדינטער עונש!

דער טאהעלר וואס האט אריין געשיקט זיין פלונית'טע צו טיילען פעטש, פאר די יונגעלייט און בית מדרש, האט היינט באקימען זיין עונש!

דער טאהלער וואס האט געהייסען זיינע בענאקעס זאלן נאכשרייען הגה''צ ר''י מהרי''ט שליט''א, מיט די ערגסטע ניוול פה, עד כדי כך אז מוסדות דשינסקיא, וואו טאהלערס בנים לערנען האט זיי ארויסגעשליידערט וואו בייזע הינט פון זייער מוסדות, האט היינט באקימען זיין פארדינטער עונש!

דאס איז נאר די התחלה! כי נפול תיפול!!!


תוקן על ידי פארשטיי ב- 22/12/2009 22:53:14

פארשטיי » 22/12/2009 22:49

און צו טיפש ניפלע! זאגן מיר אלע באנאזאם! זיץ און טאהש! און טינק דיך און די דארטיגע צואה, און לאז סאטמאר זיך ספארעווען מיט זייער פראבלעמען!!!

דיןתורה » 23/12/2009 00:12

בנפול אויביך אל תשמח

אויששש » 23/12/2009 00:13

איך האב געהערט אז דער ספרד'ישער טאלער האט געלאזט הערן א שארפן מעסעדזש פאר'ן שטאט-ראט פון ב"ב:

"איך בין מוחל די ביטערע בזיונות וואס איך האב געליטן בפני קהל עם ועדה, און איך בין מוחל אויף די גרויסע געלט-שאדן וואס איך האב דערפון געליטן,
אבער... איך בין נישט מוחל אויף די "גזל שינה" וואס מ'האט מיר אנגעמאכט אנשטאט אויפשטיין ווי יעדן טאג 2 מיטאג האט מיך דערוועקט אום 12 פארמיטאג און דאס בין איך נישט מוחל"

ע"כ המסעדזש

אויששש » 23/12/2009 00:21

קוקט צו וויאזוי 'ופני המן חפו' דער ספרד'ישער רשע קוקט מיט ווייטאג ווי מ'צופלאצט זיין גאוה
[בילד – נישט אפגעהיט]

אויששש » 23/12/2009 00:30

  דין-תורה ביזט גערעכט ביי סתם א אוייב

אבער דא רעדט מען פון א ארכי-רשע וואס צוליב זיין פריוואטע תאוות הממון האלט ער אפ צענדליגע דירות פאר היימישע אינגעלייט אין ב"ב, און ער האלט אפ דאס ביסן פון מויל פון די כלי קודש אין די הייליגע מוסדות סאטמאר-ב"ב

ביי אזא איינעם איז א שמחה צו זעהן וויאזוי מ'צוטראסקעט זיין ספרד'ישע גאוה לאור השמש
יא אינגעלייט מיט זייערע עלטערן וועלכע צאלן טייערע רענט יעדן מאנאט אדאנק דעם שווארצן חיה
און די מלמדים מיט זייערע משפחות ארום וואס הונגערן אויף ברויט אדאנק דעם שווארצן חיה
דאנקען דעם באשעפער און בעטן אויף ווייטער: כאשר החילות לנפול... נפול תפול    

 

אויששש » 23/12/2009 00:48

איינער פרעגט מיר אן אין אישי:

מי זה ואיזה הוא ווער איז דער טאלהער פון בני ברק ?

איך וועל איהם אבער ענטפערן ברבים למען ידעו דור אחרון:
ער איז א ספרד'ישער אפשטאמיגער, זיינע עלטערן האבן חתונה געהאט אין זייעהר א שוואכן אידישן צושטאנד וד"ל, דערנאך האבן זיי זיך צוריקגעקערט לתשובה און זיך באזעצט אין די בוכארישע געגנט אין ירושלים, דער ירושלימ'ער רב רבי משה אריה זצוק"ל דאן שוין ראש ישיבה אין סאטמאר האט ווי באקאנט שטארק מקרב געווען די אלע רחמנות קינדער אין זיי מיט גרויס רחמים געהאלטן בצל כנפיו, אזוי איז דער ספרד'יש אינגל אנגעקומען קיין סאטמאר, ספעציעל נאך וואס זיינע עלטערן האבן זיך אפגעטיילט איז ער גענצליך אריבער געקומען עסן און שלאפן אין די סאטמאר'ער ישיבה, דער אינגל איז עלטער געווארן און מ'דארף א שידוך, פונקט דאן האט ר' קלמן גאלדשטיין פון די לאנג-יעריגע מקורבים ביי רבי משה אריה זצוק"ל זיך אויסגעוויינט אוף זיין אומגעוואונטשענע אייניקל'טע די טאכטער פון זיין צורידערטן איידעם מרדכי ווייס וועלכע ווערט עלטער פון יאהר צו יאהר ואין לה גואל, האט ער אנגעטראגן דעם ספרד'ישן בחור'ל און אזוי איז מצא מין את מינו
אין די לעצטערע יארן נאך וואס דער ספרדישער האט געדונגען די זאלן פון די מוסדות אין ב"ב און זיך מיט זיי פריוואט צושלאגן צוליב מערעע געלט סכסוכים, האט ער באשלאסן זיך צו צושליסן צו משה גבאי און אינאיינעם בא'גזל'ן די נכסי המוסדות פון די סאטמארער ציבור אין ב"ב, היל"ת

אויששש » 23/12/2009 00:55

איך הער יעצט פון א קראנטן מקור אין אר"י אז דער צדיק נשגב פון ירושלים ר' חיים הערשעל'ע האט זיך שטארק אריינגעלייגט בעובי הקורה, ער האט זיך געוואנדן צו איינעם ח. ש. פון ירושלים פון די שטוב מענטשן ביים ספרד'ישן גדול ר' עובדיה יוסף אז ער זאל באפעלן פאר אליהו דדון דער וויצע מעיאר פון ב"ב צולאזן פאר טאלער צוריק בויען די דריי-רומיגע געביידע צו זיין שטוב

די זאלונים אין ירושלים שישקען זיך מיט טרייסט אז ס'קומט די ישועה אינגיכן ווייל דער צדיק וועט זיכער פועל'ן צדיק גוזר ואליהו דדון מקיים...
   

rebyankel » 23/12/2009 00:59

האט ער א יד אין דעם שרעקליכן חילול ש''ש
מיטן קלאגען די מוסדות הק' אין ציוניסטישע ערכעות?

פארשטיי » 23/12/2009 01:04

ער איז דער פארטרויאינגס מאן פון די ארכי טערעריסט משה בן פראדעל,
(דער וואס האט אונטערגעצינדען ילד שעשיעים, און געוואלט צילוב זיינע נערווען, אויף וואס ער לייד נעבאך בירושה  פון מאמע פראדעל, און געוואלט פארברענען 60 פיצעלע קונדער מיט זייערע מאמעס, לעבעדיגערהייט ל''ע) און ב''ב.

ווען מען קען טאן רשעות, צו שטערן די הייליגע סאטמארע קהלה און בני ברק, ווערט עס געטאן דורך דעם בגצניק טאהלער!!!!

רבי_יונה » 23/12/2009 01:31

יעצט קענען די זאליס ווייטער פארקויפן זייער שקר אז זיי זענען בעל הבית אין בני ברק.

ווייל מען האט נאר א סוכה אראפ גענומען פון טאלער...

און טאלער גוים האבן עס אראפ גענומען...

זעליג_כהן » 23/12/2009 02:01

יעצט קאנפירמד!
טאלער האט געדינגען אפאר גוים זאלן צונעמען די פראוויזארישע ווענטלעך ארום זיין פארטש.
טאהלער גיבט איבער אז נאכ'ן זעהן ווואספארא שמחה זיין אקט ברענגט אריין אין די עצמות יבישות איז ער גרייט פאר די רייט פרייס עס צו טוהן יעדע וואך אדער חודש, דיפענדס אן די פרייס! 

יונה שיק מיר אין אישי אויב דו ביזט מסכים.

בילד פון די טעמפארערי ווענטליך - מערקט ווי די שכנים קעגן איבער האבן אויך די זעלבע פארטש וואס איז אין יונה'ס חלום געגאסן געווארן 4 וואכן צוריק... [בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 23/12/2009 02:13

zalig you are the joke of the day
more please

כ'האב מיך נישט גערישט אויף אזא גיטס
דער טאלער זעהט אויס צו זיין א שיינע גביר, אז מען צינעמט זיין סוכה מיט א טשערי פיקער

דרך אגב, נאך פאר די נייעס איז געברענגט געווארען דא איז שוין געווען קללות אינעם זאלי פארום קעגן די הנהלות הקהילה





תוקן על ידי rebyankel ב- 23/12/2009 02:17:56

בכורשוטה » 23/12/2009 18:18

פארוואס האט מען נישט געברענגט ספרי תורה פון נחמיה מיט טליתים?
אזווי די בני יואל האבן געברענגט פון אנדערע בתי מדרשים!

שכלדיג » 23/12/2009 20:20

מיסטער אוישששששש
אלעס פיין אלעס וואויל אבער דיין גאנצע מעשה האט נישט קיין מינדעסטע שייכות צו הגה"צ רבי חיים צבי שליט"א פון ירושלים, ער האט גארנישט מיט בני ברק מיט ר' משה גבאי'ן מיט טאלהער'ן און זיכער נישט מיט זיין פריוואטן דירה, אויב ווילסטו איהם באשמיצן כדרכך מאך דאס מיט גלויבליכע זאכן נישט מיט אזוינע קינדערייען.

אויב שוין יא בני ברק איז ווי באקאנט רבי חיים צבי דער וואס איז איהם אינגאנצן נישט ניחא די דארטיגע מעשה מיטן בית משפט און ער האט פארגעהאלטן די וואס טוהן אין דעם, אבער ער האט נישט קיין פריוואטן שייכות צו די גאנצע געפעכט דארט.

איז פליז פאדריי נישט קיין קאפ  

אויששש » 23/12/2009 20:37

גוט מארגן אומ-שכלדיג האסט דיך דערוועקט פון דיין לאנגן שלאף
ווען מ'דעקט אויף די שלייער פון צביעות און בלאף וואס ליגט אונטער די 'תמימות'דיגן' מאנטל פון ענקער ר' חיים הערשעל'ע פון ירושלים וערסטו ווילד
שפרינג נישט ארויס פון די האט און פראביר נישט צו אפטיילן צווישן דעם צדיק נשגב מיט די עון פלילי פון זיך ווענדן צום ציוניסטישן בית משפט, יא ער און נישט קיין צווייטער טראגט די אחריות פון דעם חילול ה' זיין מנהל המוסדות דער שנארער וואלערשטייןו איז דער וואס האט גע'חתמ'עט מיט זיינע שמוציגע הענט אויף די שוידערליכע תביעה אין די בית המשפט און אריינגעשטאכן א מעסער אין רביה"ק זי"ע וספרו הבהיר ויואל משה רח"ל,
נעם איהר אריין אין קאפ דאס אומגלויבליכס אבער ליידער א פאקט:
"ר' חיים הערש ט"ב פון ירושלים האט געדעקט די שוידערליכע הליכה לערכאות הציוני און דערמיט צוטרויטן דעם רבי'ן ז"ל דעם ספה"ק ויואל משה און די גאנצע שיטה הטהורה אין ארה"ק"
יא אוודאי איז איהם אומבאקוועמט דערמיט ווייל דער גאב"ד רבי טוביה ווייס שליט"א האלט איהם לעצטנ'ס פאר (אזויווי כ"א כסלו) נו האסטו שוין גערעדט מיט דיין טאטן ? ווען חתמ'עט מען שוין אויף די שטרי בירורין ? און ער דארף נעבעך בייגן די קאפ און שפילן תמימות מיט צדקות...

rebyankel » 23/12/2009 21:02

שכל'דיג
די מאכסט מיר לאכען, ווייל ווען דיין בנו הגדול וואלט געוואלט וואלט ער שוין לאנג זיך געשטלעט צו די''ת אין אפגעשטעלט די שרעקליכע חילול ש''ש מיט די קלאגע אינעם ציוניסטשע  ערכעות

ער גיבט זיי קלאר חיזוק ''אין פארענטפרט זייערע נידריגע מעשים'', אין איז שוין גווען עטליכע מאל אין זייער בעיסמענט אויף נחמי' ווי ער האט זיי אפיציעל מחזק געווען, אין ער האט די זעלבע דין ווי זיי.

כ'האף באלד צו ברענגן א בילד ווי דער וואס האט בשאט נפש אריינגטראגען די קלאגע אין ציוניסטישען ערכעות זיצט ביי אים אויבן אן.


rebyankel » 23/12/2009 21:09

[בילד – נישט אפגעהיט]
זעהט דעם ברייטען היט קוק ווער עס באצירט זיין אויבן אן.....

שעמן זאל ער זיך מיט די נידריגע חילול ש''ש מיטן קלאגען אין ציוניסטישען בג''ץ אין מחלל זיין ש''ש אין די גאנצע וועלט

אויששש » 24/12/2009 02:46

גאה בעשרו...

די צוגעבויטע שטובער פאר'ן צוווארפן

 

[בילד – נישט אפגעהיט] 



תוקן על ידי אויששש ב- 24/12/2009 02:55:03

אויששש » 24/12/2009 02:54

הבית בחורבנו...

די פאריתומ'טע עלנד געבליבענע ערד

[בילד – נישט אפגעהיט]

רבי_יונה » 24/12/2009 04:27

נו עס איז נאר א סוכה...

עס איז נאר פון פלעסטיק...

נו נא נו...

אפשר אין תימן מאכט מען אזא סוכה...

שכלדיג » 24/12/2009 20:10

איך האב נעכטן נאכט געהערט אז די גאנצע מדובר דא איז פון אַ פריוואטע דירה פון ר' טאלהער נ"י
דעריבער איז אזויווי ווען דאס וואלט געווען געבויט איז דאס נישט קיין געווינס פאר די מחנה זאלונים
אזוי אויך איז ווען דאס איז צונומען איז דאס נישט קיין געווינס פאר די מחנה ארוינים
און ווי פארשטענדליך נישט קיין מינדעסטן דורכפאל פאר די זאלוינים

נפל » 24/12/2009 20:11

יונה און נאך די לעצטע בילד (תיכף העכער דיין איצטיגע תגובה) פארפאקסטו נישט דיין פנים פאר בושה פארן פארקויפן שקרים ברבים?

די בילדער צייגן קלאר אז די ווענט זענען פרעפעזוירישע, זיי צייגן קלאר אז די 'סמענט געגאסענע פארטש' איז געבליבן שטיין, זיי צייגן קלאר אז קיין 'צוגעבויטע' חלק איז דא נישט געווען... קיינער פארויעט נישט די פענסטער'ס פון זיין דירה מיט ווען אן פענסטער'ס...

בכגון דא איז זעליג כהן אסאך באגלייבטער און מאכט אסאך מער סענס ווי דיר...

שכלדיג » 25/12/2009 01:06


נפל טייערער ביטע שפיל נישט קיין מעשה תם, יעדער פון אלע צדדים אין סאטמאר זעהט און ווייסט אז דא האט איינער זיך געבויט עפעס און מען האט דאס צונומען, איך האלט נאר אז דאס גיט נישט גארנישט פאר די סאטמארער פאליטיק נישט לכאן ולכאן

איין זאך וואס מיר וואונדערט נאר איז פארוואס וואוינט ר' דוד טאלהער נ"י אין די סאטמארע קריה אין אַ דירה'לע וואו ער דארף זיך צובויען דערצו, צו פעלט דען איהם געלט זיך צוקויפן אַ לייטישן הויז אין די שטאט בני ברק ?

איזראלי » 25/12/2009 08:34

אויך א שכל'דיגע קשיא !! ער איז דאך מוכן צו ליידן בושות און כל מיני צרות ווייל עס פאסט נישט פאר זיין פארשטינקענע גאוה אז ער האט געהאט א דארכפאל.