דער פאקט איז, און די רעזאלטאטען צייגען אז פראפעגאנדע ווירקט שטענדיג, אמאל מער און אמאל ווייניגער. יעדער מענטש אפילו די וואס קויפן נישט אפ קיין הוילע אויפגעבלאזענע קאצען זעק, פאלן אבער- כאטש א טראפ- פאר גרויסע קידוש לבנה שרייענדע פלאקאטען, רעזשוואלקע צייטונג דעקלעך, און שרייענדע אויטא מיקראפאנען.
די אהרוינישע כת האט צו זייער דיספאזיציע א מאכטפולע 'מח שווענקונג אפאראט', ווי געשולטע דריי קעפ מיט לאנגע יארן ערפארונג אין מיאוסע רכילות צייטונגען, האט ליינס פרעידיגער, און סתם אזוי געריבענע לצים זיצן און פלאנעווען. און יעדע געשיכטע, מאורה, און געשעעניש קטן כגדול ווערט אויסגעארבייט כחומר ביד היוצר וויאזוי עס אריינצושטאפען און די גענז מוחות; ריזן רשעות ווערט פארוואנדעלט און קליינע מיקראסאפישע אינצידענטען, א מזומן אידן ווערט אויפגעבלאזען צו רבבות אלפי ישראל, כולל יונגעלייט שלא שימש ווערן באטיטעלט אלס גאוני ומאורי ישראל אא"וו
און כאטש די גרעסערע מערהייט פון סאטמאר פלעיגט זיך ב"ה נישט אונטער זייערע מיטלען: ליינען נישט זייערע שונד בלעטער, דרייען זיך נישט ביי זייערע פארזאמלונגען הענקים, און מולח'ן נישט די קינדער אונטער די מהודרת עדשוקעישאן. טרעפט מען זיך אבער אפט אן מיט די קאלירפולע ליילעכער אויף די גאסן, מען שמועסט מיט א חבר א דארטיגן, אדער צוליב א שמחה פאלט מען אריין אין די געבעט הייזער זיערער. און מען זעהט/ ליינט אביסל פון זייערע מכלומר'שטע אויפטואונגען און דערגרייכונגען. יא! דאס ערשטע מאל שמייכעלט מען זיך אונטער די וואנצען און מען קרעכצעט צו זיך: נעבעך! אבער ווי מער מען שטויסט זיך אן מיט זייערע 'התחדשות מיקסערס' הייבט די פראפעגאנדע אן צוביסלעך צו טוהן דאס זייניגע, און זאכען וואס האט נעכטען אויסגעזען אבסורד הייבן אן אריינצוגיין און די קעפ: אפשר טאקע?...
דערפאר האב איך מיר גענומען די מי און געעפענט דעם אשכול צו געבן פאר אלעמען א געלעגנהייט אריינצוטראכטען מיט א גראדע געזונטע מוח למי החותמות ולמי הפסולים
איך וועל געבן דא און קורצען בלויז עטליכע פון צענדליגע ביישפילן ווי געמיינע ליגענטס ווערן הייליג געהאלטען ביי פולע אלס קראנטע פאקטען, און אן קיין לאנגע הסברים וועל איך שרייבען ווי אזוי עס איז דער ווארהייט. ווער עס וויל מאריך זיין מיט נאך משלים איז העפליך געלאדענט