היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ראדני בית החיים חנוכה תש''ע

ראדני בית החיים חנוכה תש''ע

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2734882

rebyankel » 21/12/2009 01:13

פין אישי

די קעפ ביי די זאלי'ס ווארפען שוין ווייטער די שילד איינער אויפן צווייטען.

דעם פארגאנגענעם יו''ט חנוכה איז נישט געווען ציפיל בעסער פין שמו''ע אין שמח''ת, אין רז''ל האט אנגענומען שווערע  בישות.


טראץ וואס מ'האט אזוויפיל געלט אויסגעגבן פאר די הנרות צו שלעפן מענטשן, כדי צו קענען האבען א פיקטשער האט זיך עס אזוי ביטער אויסגעלאזט, אין ס'איז געוווען ממש א רחמנות אריינצוקומען חנוכה ביינאכט אין ראדני, ווען די גזלן וחמסן, זיצט ביי די ג'גנב'טע מנורה אין איז ר''ל מנאץ אויף א מצווה הבאה בעבירה ר''ל.

די שוואכע באטייליגונג סיי בכמות אין סיי באיכות האט ציגעלייגט צו די מרא שחורה'דיגע אטמאספערע.

 

אויף היי יאר חנוכה האבען זיי געדינגען איינעם וועבערמאן (ער באלאנגט טיילווייז ביי מהר''א, ער פירט אן די חברה תהילים אין ביהמ''ד איחוד התלמידים) זאל אנפירן די כאר,
(זייט מ'האט אפגעזעאגט הרה''ח ר' יודל ווערצבערגער ביי רביה''ק בעל ב''מ ז''ל האבען זיי נאכנשיט געהאט כמעט 2 יאר אין א צו, דעם זעלבן מענטש אנצופירן די כאר (לדוגמא: דעסער, רוטנער, דאסקאהל, פאלאטשעק וכו' כו')
זיי האבען שוין גאהאט עטליכע מאל גענועמן גאר שוואכע יונגעלייט אזש קלים ורקים אנצופירען די כאר'ס אבער געטויגט האבען זיי נישט)

מ'האט פאר דעם וועבערמאן ציגעזאגט א שיינעם פרייז, אין מ'האט יעדע נאכט ציגעשטעלט א מעיזשאר חזן ביי חסוף, וכו'
אבער די געלט איז ליידער געגאנגען לאיבוד.

ביי די כאר איז נאך געווען גאנץ כמעשה אבער ביי די תורה האט אויסגעקוקט גענוי וויי ביים טיש פרייטוג צו נאכטס,
די נ''מ איז געוען אז די אלע בחורים אין יונגלעך וואס זענען געקומען צו בייוואינען די כאר האבען זיך געזעצט שמיעסן ביי די ברייטע בענק אין טישן, אין טראץ וואס רז''ל האט געזאגט תורה אין די מייק האט ער זיי כמעט נישט געקענט איבערשרייען.

עס איז געווען שטארק אנמערקבאר, אז די פארענטש אויף צפון זייט איז געווען נאר פין 3 סטעפס, אין איז געווען גענצליך ליידיג, ציליב דעם וואס פין יענע פארענטש קען מען נאר זעהן רז''ל אין נישט די כאר...

אין די אנוועזענדע ''וואס זענען געווען מער ווייניגער בחורים אדער יונגלעך'' זענען געשטאנען בעיקר אויף די צפון פארענטש ווייל דארט קען מען די בעסטע זעהן די כאר, טראץ וואס דארט קען מען אפי' נישט זעהן געהעריג מהרז''ל, נאר ביי די תורה ווען ער דרייט זיך אויס, אין ''דעמאלטס זענען אלע פארענטשס געווען דורכזיכטיג ליידיג''.

די תלמידי רבינו קאמפעני האט יעדע נאכט ארומגעשיקט ווי שיין די הנרות זענען אין שטארק ס'לוינט זיך צו קומען, אבער אלעס איז געגאנגען לריק, ווייל  שקר אין לו רגלים....

אין טראץ וואס ביי די כאר איז נאך געווען כמעשה איז אבער ביי די תורה געווען שרעקליכע בזיונות,

rebyankel » 21/12/2009 02:09

א חלק פין די תלמידי רבינו מעסעזשעס פין דעם חנוכה

אויך פין אישי

 

---------- Forwarded message ----------
From: tal rab <talrab6@gmail.com>
Date: Sun, Dec 13, 2009 at 8:34 PM
Subject: 3th night Chanika
To: talrabny@gmail.com

Rabainy Shlita comes in every night 8:30 to Hadlukas Nairos Chanika, The choir is Osterlish Herlich (didn't write so every year) and there is Wonder Kid Solos, its special this year -

 

Chazan tonight is Yisucher Gutman,

 

Tomorro there will be in court Argumants in the case of Yetev Lev, This days of Chanika is Mesigal for the Mapulah of the Reshuim Temaim, Der Oilom should take time to be Mispalel. Chanika is a special time that the Kedisha should be Goiver over the Timah, the Reshuim should fall under the Tzadikim, Temaim Byad Tehoirim....

 

---------- Forwarded message ----------
From: Tal Rab <talrabny@gmail.com>
Date: 2009/12/16
Subject: Leil Shishi d'Chanika
To: Tal Rab <tal.1.rab@gmail.com>

Rabainy Shlita comes in to the Hadluka every night between 8:30 -9:00,

 

the choir is something special, the solos are wonderlech.... every night a different Chazan...

 

the Dibros Kodesh is on the loud speakers, and the Oilom is like dancing along, specially the Bucherem stay after the Torah and are Mefalpel in the Rebbes Torah.... its a  Machze Hudor.....(נישטא ווער זאל לאכען)

 

Chasoif tonight is Yoel Berkovitz 

 

 

 

---------- Forwarded message ----------
From: Tal Rab <talrabny@gmail.com>
Date: 2009/12/17
Subject: ליל ז' דחנוכה
To: Tal Rab <tal.1.rab@gmail.com>

לעצטע נאכט הדלקת כ"ק רבינו שליט"א

 

היינט נאכט וועט זינגען חשוף דער בארימטער הערליכער חזן יענקי לעמער

 

ווי באקאנט איז היי יאהר גאר געלינגען די ניגונים פון הנירות

אויך די קאפעליע איז העכסט געלינגען סיי די קינדער און סיי די יונגעלייט

 

און בפרט די ווינדער סאלאס איז פלא'דיג, כאפט אריין אויב איר האט דאס נאכנישט געהערט היי יאהר

 

האט א גמר חתימה טובה - און א גוט קוויטעל

לשנה הבאה בירושלים  


Attached : פתגמין קדישין פון ירושלים עיר הקודש - מקץ תש''ע

פלאן אוועקצושטעלן ביסוד איתן דעם וועלט בארימטן וועכנטליכן סאטמארן גליון "פתגמין קדישין"טייערע אידן תלמידי וחסידי סאטמאר !!! עס פארמירט זיך אין די טעג א פלאן בכדי אוועקצושטעלן ביסוד איתן דעם וועכנטליכן סאטמאר'ן גליון "פתגמין קדישין" וואס איז וועלט בארימט מיטן רייכן אוצר פון מאמרים בענינא דיומא ווי אויך מאמרי השקפה בעניני הזמן. דער גליון פתגמין קדישין איז היינט צוטאג'ס דער שענסטער און רייכסטער גליון אויפן דרך און השקפה פון רבינו הקדוש בעל "ויואל משה" אבער שוין נאנט צו דריי חדשים וואס דער גליון קומט נישט ארויס לאור עולם צוליב די שרעקליכע געדרענג אין געלט און די אומדערטרעגליכע חובות מיט וואס די מערכת מוטשעט זיך.דער פלאן איז צו פאראייביגן די פטרונים פונעם גליון וואס וועלן געבן 25 דולר א וואך פארן גליון צו מנציח זיין דער זכר פון זייערע עלטערן און נאנטע, עס וועט זיין א עקסטערע עמוד "פטרוני הגליון" לזכרון עולם.דער זכות איז אומשאצבאר גרויס, און איר האט איצט די געלעגנהייט צו מנציח זיין דער זכר פון אייערע נאנטע מיטן זיך אנצושליסן אין די געוואלדיגע זכות פון זיכוי הרבים וואס קומט אן צו נאנט צו צוואנציג טויזנט סאטמערע לייענער איבער די וועלט, וואס וועט זיכער זיין א געוואלדיגע נחת רוח לנשמתם בגנזי מרומים.פארבינדט זיך צו די מערכת פתגמין קדישין אימייל pisgumin@012.net.il

ווער עס האט די מעסעזשעס פין די איבריגע חנוכה נעכט זאל עס ביטע פאוסטען

אזוי אויך ווער עס האט בילדער (כ'האב באלד צו שאפען איין בילד)

 

 

 

rebyankel » 21/12/2009 02:11

בשעת די תורה פינעם גאון עולם
[בילד – נישט אפגעהיט]

מערקט אן: דא איז שוין דער צפון פארענטש אויך ליידיג




תוקן על ידי rebyankel ב- 21/12/2009 02:52:03

NOYOUCANT » 21/12/2009 02:39

ער האט געצינדן אינעם מנורה פון ברך משה זי"ע?

rebyankel » 21/12/2009 02:50

פינקט ווי ער האט נישט קיין פראבלעם צו מאכען א לישב בסוכה אין א סוכה גזילה האט ער נישט קיין פראבלעם צו מאכען א ברכה אויף א קלאר ג'גזל'טע מנורה. - קיינער לייקענט נישט אז מ'האט קיינמאל נישט ציטיילט די ירושה פין רביה''ק בעל ב''מ ז''ל
האט ער דען א פראבעלם צו דאווענען אין די הייליגסטע טעג פין יאר אין א ג'גאנב'ט ביהמ''ד?
האט ער א פראבלעם צו שלאפען אין א ג'גאנב'ט הויז?
איז דארט דא אפי' יר''ש?

עס איז כדי צו באמערקן אז צו בארויגען די קעלבער צינד ער די צווייטע האלב חנוכה אין א מנורה פין רבי'ן ז''ל פין  יודא לייב פערלמוטער, אין מיט דעם איז ער זיך מוחל די עבירות

NOYOUCANT » 21/12/2009 03:01

ליגט נישט די גאנצע ירושה ביי ברך ליפא?
ליפא בארגט עס אוועק?
און וועלכע רעכט האט ער פאר א האלבע חנוכה? ער איז נאר א פערטל?
בדרך אגב, ווער האט געצינדן פאר די רביצן לרפו"ש? ווייל די גאנצע תירוץ פאר'ן זיך נישט צוטיילן מיט די ירושה, ביז איצט איז צוליב דעם וואס די מאמע לעבט נאך. די מאמע האט געזעהן ווי ער צינד די לעכט אינעם טאטענ'ס מנורה?

איך ווייס נישט ווי אזוי ער שעמט זיך נישט. אפילו די בני יואל האבן געשיקט די תפילין פאר רבינו בעל ב"מ זי"ע. אבער ער, ער איז א תלמיד המחכים את רבו, זיי האבן עס געשיקט (טאקע בדרך בזיון פאר ווער עס געדענקט), אבער כאטשיק געשיקט, און ווי איז ער? ווי האט ער נישט מורא צו זיין די איינציגע רבי (אויך מיר א רבי) אין די וועלט וואס האט בריש גלי גע'גנב'ט כלים פון זיין טאטע און זיך נישט צוטיילט. עס איז נישט געווען אזא זאך אין די היסטאריע.
און דאס דארפן זיינע תלמידים זיך אפלערנען?? דאס זאגן זיי פשט ביי לא תגנוב, נאר אויב דיין ברודער איז אהרן, נאר דעטמאלס מעגסטו אים בגנבנען?
נפל, זעליג, וכת דלי'ה טראכט נאר אריין פאר איין מינוט וואס וואלט פאסירט ווען די רבי שליט"א וואלט גענומען די רצועה פון די רבינו תם תפילין, וואס פארא גרודער וואלט דאן געווען? גנבים, חמסנים וואלט נאך געווען טיטלן. זיצט די גנב און איז זיך משתמש בחפצו של מלך???

היעלה על הדעת?????
און נאכאמאל, היעלה על הדעת?????

טראק » 21/12/2009 03:43

פארוואס האבן זיי נישט גענומען זלמן לייב חבר יודא גרין זינגען חשוף איין נאכט?

פארשטיי » 21/12/2009 17:08

דער יודא גרין איז א תלמיד פון דעם רבי'ן ר' שלמה'לע קאלבאך,
און חיים דוד וויישעווער איז אויך א תלמיד פונעם רבי'ן ר' שלמה'לע

די זאליס זענען האבן דעם חיים דוד'ען געשיקט פייפען,
דעריבער נעמען יודא גרין איז פונקט וואו צירוק נעמען חיים דוד ווישעווער,

בכלל האבן די זאליס מער געפול צו ר' שימעלע דשיגאן, דער רבי פון זייער רבי'
וואס איז געווען פון די דאזיגע וואס דער  דרך איז געווען מיט ''שמחה''

און קאנסטראסט פון דעם דרך פון רבי'ן ר' שלמה'לע וואס איז געווען מער דביקות, דעריבער האט יודע נישט געהאט די זכיה משמח צו זיין דעם לב נשבר, פון ר' זלמניו מיט א חשוף,

טראק » 21/12/2009 20:11

אז מען קען פארברענגען מיט יודא גרין עשרת ימי תשובה אין פלעטבוש, פארוואס קען מען אים נישט נעמען זינגען חשוף חנוכה?

נפל » 21/12/2009 20:33

איינער האט מיר געשריבן אין אישי אז די בליד איז פאר די רבי איז אריינגעקומען. פארהערט מיר נישט ווייל איך בין נישט געווען דארט דעם אמת ווייס איך נישט.

מבני_בניו » 21/12/2009 20:54

אמתדיג?! 10:25 נאכנישט אריינגעקימען?!

נפל » 21/12/2009 20:57

זאג, אין קרית יואל איז געווען יעדע נאכט א פולע ביהמ"ד?

רעכטער » 21/12/2009 21:16

איינער האט מיר געשריבן אין אישי אז ביים סאטמאר'ן רבי'ן שליט"א אין קרית יואל איז נישט געווען קיין מנין. פארהערט מיר נישט ווייל איך בין נישט געווען דארט דעם אמת ווייס איך נישט.

הק' נפל

זעליג_כהן » 21/12/2009 21:27

דער ר זלמן איז אזא קליינע רבי, אבער די 'גרעסטע' חסידות אין די וועלט זענען נאר ביזי מיט אים 24-7, און זייער אפיציעלע צייטונג האט נאכנישט אויסגעלאזט קיין וואך זייט איר גרינדונג אים צו אראפרייסן ( אבער אן קיינע ערפאלג...!)

נפל » 21/12/2009 21:31

עס איז א חוצפה צו ניצן יענעמ'ס נאמען, די מנהלים וואלטן אזא זאך געדארפט אויסמעקן.

רעכטער » 21/12/2009 21:33

ארויסהעלפן א צווייטען איד טאר מען שוין אויך נישט?

פארשטיי » 21/12/2009 21:34

יא! עממיצער (חוץ זעליג כהן - ניפל'ע)  קען אפשר אנווייזען ווען דער בלאט האט גשריבען פון אדער קעגן ר' זלמניו? זייט כ''ו ניסן תשס''ו?

רעכטער » 21/12/2009 22:07

ביי זיי איז ס'קעפל "דער בלאט" ווי א גרויסע קלאסטער באמבע אויף דער ריזיגער באלון, און ביי די וועטער מיינט מען מיט יעדע ווארט צו שטעכן דעם מנהיג פון שונאי סאטמאר.

ותשלח רפואה שלימה לחולה עמך.

rebyankel » 21/12/2009 23:39

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איינער האט מיר געשריבן אין אישי אז די בליד איז פאר די רבי איז אריינגעקומען. פארהערט מיר נישט ווייל איך בין נישט געווען דארט דעם אמת ווייס איך נישט.


באווארענסט דיך דאס מאל מ'זאל דיך נישט פרעגן ווייל די ביזט נישט דארט געווען
סוי ביטע פרעג דיך ציריק אין אישי, אויף וועם די אלע פנים'ער קוקען? אפשר מאכט מען א פלעי ביי ענק חנוכה?

rebyankel » 21/12/2009 23:43

זעליג_כהן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דער ר זלמן איז אזא קליינע רבי, אבער די 'גרעסטע' חסידות אין די וועלט זענען נאר ביזי מיט אים 24-7, און זייער אפיציעלע צייטונג האט נאכנישט אויסגעלאזט קיין וואך זייט איר גרינדונג אים צו אראפרייסן ( אבער אן קיינע ערפאלג...!)

וואלסט שטארק געוואלט אזוי (ווייל ענקער שמיציגער צייטונג האט יעדע וואך 1 ביז 10 ארטיקלען מלא קללות וואס ברענגט אראפ ענקער ציבור פאר פארביסענע אימעראלישע מענטשטן)
אויף איין זאך האקט דער באלט כמעט יעדע וואך, דאס איז אויף ציונת
אבער אויף רז''ל הערט מען נאר ווען עס איז דא עפעס גיטס, אין מאכט זיך זייער זעלטן.

rebyankel » 22/12/2009 23:59

איינער שיקט מיר די בילד אין אישי בשעת די כאר זינגט די לעצטע חנוכה נאכט ביי יענקי לעמער
[בילד – נישט אפגעהיט]