היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » איבעקערניש ביי די לווי פין אשת ר 'יצחק פריעד

איבעקערניש ביי די לווי פין אשת ר 'יצחק פריעד

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2734831

פאראלעל » 20/12/2009 21:48

יעצט איז א אן איבער קערניש ביי ד לווי' פין אשת ר' יצחק פריד
די מאמע פין יחזקאל מיט נחמן בראך.

ר שלמה שמש איז אנגעקומען צי די לווי' אין הלל דוב גאנץ מיט זלמן לייב פעלדמאן האבן אים אוועקגעשטיפט.
 
ר' זלמן לייב טייטלבוים איז אנגעקומען צי די לווי' ער איז געווארן באשייגעצט דורך ד משפחה איז ער אנטלויפן מיט בישות.

סיי די געהעריגע בית החיים אין סיי פאללאק'ס האבן אויף געגראבן א קבר.

יחקאל מיט נחמן שלאגן זיך ווי מען מען זאל איר לייגן.
 


תוקן על ידי פאראלעל ב- 20/12/2009 21:58:37

פאראלעל » 20/12/2009 21:51

מען האט יעצט פארשיקט זלמן לייב פעלדמאן פין די לווי'

ארגינעלער » 20/12/2009 22:38

טראץ דעם גאנצן איבערקערינש פין היינט האט יחזקאל בראך נישט געקענט אויס פירן אין מען לייגט זיין מאמע אין ארגעינעלען בית החיים.
פארשטייסט זיך אליינס אז דאס ווארפט פריש אריין די זאליס אין א דעפרעסיע ווי זיי זעהן אז די פאללאק'ס בעק יארד אין א וויסטע דורכפאל.

אין שאול פערלשטיין איז דער לאזער פארן לייגן זיין זין אין מדבר שממה, אין א יעדער רעכטדענקיגער זאלי לאכט אין די פאסטן פין שאול פערלשטיין.
 
רשעים כשהן יורדין.

רבי_יונה » 20/12/2009 22:49

די פרשה היינט איז געווען אזוי.

מרת פריעד ע"ה איז היינט נפטר געווארן, גלייך ווען די זאליס האבן געהערט די בשורה, זענען זיי געווארן פרייליך ביזן הימל, מען האט זיך געגבען לחיים און אלע זייטן, א מחי' מען האט ענדליך א מת, אברהם בער יאקאבוויטש האט געטאנצן קדאטשקע.

זלמן לייב פעלדמאן ריפט אן מיט איין אטעם ר' יצחק פריעד, אלעס איז גרייט נאר איר דארפט נאר געבן די 1800 פאר ארץ החיים קאמפיין, און מען פאנגט שוין אן גראבן.

ר' יצחק זאגט איך האב שוין קרקע לאנג געקויפט פארוואס נאך געלט געבן, פעלדמאן זאגט יא אבער עס איז א חוב וואס די דיינים האבן געהייסן, ר' יצחק פארשטייט נישט וואס ער רעדט, און זאגט אים קודם זאל מען באגראבן און נאכדעם וועט מען פון געלט רעדן.

פעלדמאן לייגט אראפ די טעלעפאן צופרידען ביזן הימל, איי ער רעדט פון הודו, און ר' יצחק רעדט פון כוש, טא חיי שעה איז אויך געלעבט...

יחזקאל בראך טעלעפאן קלינגט און קלינגט, עס ווערט שיעור צובראכן פון אזוי פיל קלינגען, די גרעסטע זאלי שישקעס זענען אפען טעלעפאן, בעטן זיך ברחמים אז ער זאל זיין מאמע לייגן אין פאלאקס לאט, אלעס וויינט און שרייט צו אים, ער זאגט זיי אז זיין מאמע איז נישט קיין משוגענער, אדער א מאנגא, מיין מאמע איז נישט פורים, איך וויל איר נישט מבזה זיין, זי דארף ליגן אינעם בית החיים ווי יעדער.

מען איז אים מסביר אז עס איז איינס... נישט יעדער וואס ליגט אין פאלאקס איז א מאנגא... אזוי טוט זיך טישן אין בענק. טרארא... טריי... די טעלעפאן קלינגט, ר' זלמן איז אויף די ליין, ער בעט זיך צו יחזקאל אז ער זאל זיין מאמע אהין געבן, יחזקאל פרובירט זיך ארויס צו דרייען, ער זעהט אז עס גייט נישט זאגט ער אים פיין באגראב מיין מאמע.

ער הייבט אויף די טעלעפאן פון די אנדערע זייט און קלינגט אן יראים און זאגט זיי דער גייט קאלן יענער גייט קאלן, מיין מאמע גייט אינעם בית החיים אין קרית יואל, נישט צו פאלאקס מאנגאס, פעלדמאן, יאקאבאוויטש, ר' זלמן, סיי ווער עס קאלט אלעס איז גארנישט, די זעלבע קאלט נחמן בראך און זאגט די זעלבע.

דערווייל איז פרייליך און שטאט די זאליס דינגען שנעל א קאמפאני אפ צו שארן די שניי ביי פאלקאס, די שנעלסטע מעגליך א טראק מיט א טרעקטער ווערט אהין געברענגט, מען שארט אוועק די שניי אין איילענישט, מען גראבט אויס מיט פרייד א קבר פארן נפטרת.

פעלדמאן לויפט אין טשאפעל מיט איין שמחה, ער קומט אן דארט ער זעהט ווי ר' שלמה שמש שטייט און פירט אלעס, די ארון איז אפען וועג ארויס, ער שרייט וואס איז דאס עס גייט דאך צו פאלאק, ר' שלמה מאכט זיך נישט וואוסענדיג, דערווייל טראגט מען די מטה צום ביהמ"ד קליימער, ר' שלמה גייט צו צום מייק און רופט אויס, פעלדמאן קומט אן ברענט פאר כעס, נאכן געוואור ווערן אז מען גייט נישט צו פאלאקס, שמואל טייטלבוים קאלט אים אריין און פרעגט אים ווען ר' זלמן קען קומען, פעלדמאן קעקעצט און זאגט די ביטערע בשורה אז עס איז צרות די נפטרת גייט נישט קיין פאלאק.

שמואל נעמט זיך שעלטן טויטע קללות, ער שעלט אן יחזקאל בראך מיט נחמן, ער זאגט פאר פעלדמאן אז ער טרייט צו קאלן יחזקאל אבער זיין טעלעפאן איז אויס געלאשען, ער הייסט פעלדמאן עס צוטראגען צו יחזקאל, פעלדמאן גייט צו צי אים, יחזקאל זאגט אים טראג אפ איך רעדט נישט צו קיינעם, ר' זלמן קומט צום טעלעפאן זאגט פאר פעלדמאן אז ער זאל אים זאגן אז ער וויל רעדן צו אים. יחזקאל זאגט פאר פעלדמאן די כאפסט א פראסק אז די גייסט נישט אוועק פון מיר.

אזוי איז דער גאנצער עולם מיט געהאלטען ביי די לוי' די זאלי טעראר, בשעת די משפחה שטייט ביי א מאמעס מיטה, זענען זיי ביז מיט זייער טעראר שטרענדיג א לווי'.

אלס נקמה און כעס איז ר' זלמן נישט געקומען צו די לווי'.

נפל » 20/12/2009 22:59

קען איינער אזוי גוט זיין און אריינלייגן בילדער פון די אויסגעגראבענע שניי מיטן קבר אויף פאללאק'ס לאט?

די מעשה גלייב איך פונקט ווי די "איבערקערעניש" ביי פאיער רב'ס לווי'ה וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט אלס א הוילער בלאף.

דרך אגב, קען איינער אפשאצן וויפיל די אהרוינים וואלטן געפאדערט פון נחמן און יחזקאל בראך אויב וואלט נישט געווען א פאללאק'ס לאט? איך גלייב אז די סכום וואס יחזקאל האט זיך יעצט געשפארט וועט ער אהינגעבן פאר די זאליס...

נ.ב. איך זע אז די האסט דערמאנט א נאמען אברהם בער יאקאבוויטש די שרייבסט אז ער האט געמאכט קולות וכו'. איך ווייס נישט ווער דאס איז. אויב געדענק איך גוט האטסו געשריבן פאר בערך 2 וואכן צוריק אז ער איז געווען ביי א היציגע מיטינג ביי הגז"ל און ער האט ריזיינד...

אבראהאם » 20/12/2009 23:00

יעצט זאגט יחזקאל בראך אז ר' לייביש לייזער האט אים געהייסן לייגן זיין מאמע אינעם געהעריגן בית החיים.

נפל » 20/12/2009 23:03

אבראהאם, דאס איז שוין א חידוש פון א מהלך... אזוי נישט מיר נישט דיר אריינגעריקט ר' לייביש אויך אינם בליד...

נ.ב. איך קען פערזענליך יחזקאל'ן, ער איז נישט פון די וואס זענען זיך שואל עצה מיט ר' לייביש.

אבראהאם » 20/12/2009 23:04

אזוי זאגט זיין שוואגער.........

רעכטער » 20/12/2009 23:09

אינטערסאנט אז אזעלכע הייסע זאלי'ס זאלן זיין אזוי קאלט צו פאלאק'ס לאט.

נפל » 20/12/2009 23:16

איך גלייב אז אפילו הייסערע זאליס וועלן לייגן זייערע נאנטע אינם אלטן ביה"ח און וועלן אפילו וועלן אליינס ליגן אין אלטן ביה"ח.

סך הכל האבן די זאליס אויפגעטון זייער'ס: מען קען שוין נישט שניידן טאשן פאר די קבירה.

רעכטער » 20/12/2009 23:24

אה אה, מ'פאגט שוין אן צו זינגען א פרישער ניגון.

שיין דערלעבט.

רבי_יונה » 20/12/2009 23:25

אברהם בער האט ריזיינד פון אריין לייגן נאך געלט פאר פאלאק, און ער גייט נישט קער נעמען פון די קלאזינג.

אבער ער האט נישט ריזיינד פון זיין מיליאן דאלער וואס ער האט שוין אריין געלייגט דארט, און דארף שוין צוריק זיין געלט.

ער האט געהאפט אז בראך וועלן אים העלפן.

נפל » 20/12/2009 23:27

יונה, די הלאטסט אז אויב וועט יאקאבאוויטש זיך אוועק זעצן מיט יחזקאל בראך און מאכן א חשבון אז די בראך'ס האבן זיך יעצט געשפארט בערך 100 אלפים, וועט יחזקאל מסכים זיין צו געבן 50?

אבראהאם » 20/12/2009 23:28

יצחק פריעד האט היינט באצלט זיין באלנאס פאר קהל יטב לב פין 1700 דאלער פאר די לווי'

פאללאק'ס לאט האט געהאט א מיתה חטיפה.

רבי_יונה » 20/12/2009 23:28

נישט צום גלייבן די השחתה פון ר' זלמן.

ר' יצחק פריעד האט געבויעט די קליימער ביהמ"ד, אזוי אויך גיט ער נאך היינט צו טאגס געלט פאר די זאליס.

ווייל ער וויל נישט לייגן זיין ווייב צווישען מאנגאס, איז מען זיך נוקם און מען זיצט 2 גאסן ארויף ציר מיט די פיס אין די הייעך, און פאר נקמה מען קומט נישט צו די לווי'

רבי_יונה » 20/12/2009 23:40

די ליגענט און שקר פון די זאליס וואס זיי פארקויפן נאכמאל און נאכמאל די לאקשאן אז די אהרונים בעטן טויזענטערס פאר יעדע לווי', זיי זאגן עס איבער און איבער אז אפשר איינער וועט עס שוין גלייבען און דורך דעם לייגן ביי פאלאקס.

קהל יטב לב האט קיינמאל נישט געבעטען קיין געלט צו באגראבען מתים טאמער מען האט שוין געקויפט א חלקה פאר 4 טויענט דאלער בחייו, די אייציגסטע געלט וואס מען האט געבעטען אזוי ווי אלע יארן צו זיין אויסגעצאלט די מעמבער שיפ, עס איז נישט דא קיין איין קהלה אין די וועלט וואס באגראבט מתים אן אויסבאצאלען די באלאנס פון מעמבער שיפ.

און אגב די זאליס טוען דאס איצט אויך ביי פאלאק, און אזוי שרייבען זיי איבעראל, אז זיי בעטן נישט קיין געלט פאר קרקע, (וואס אגב עס איז ליגענט זיי בעטן 1800 פאר יעדע קרקע פלוס פלוס), נאר מען דארף זיין אויסבאצאלט די מעמבער שיפ, וואס ביי די זאליס איז מעבמער שיפ זייער טייער צווישען 400 און 600, ביי די אהרונים לויפט עס צווישען 180 און 300.

ווען מען בעט יא געלט איז טאמער איינער שטארבט און האט נישט קיין קרקע און נישט באצאלט מעמבער שיפ, דארף ער באצאלען קרקע געלט אנשטאט 4000 צאלט מען 6000, פלוס די טאטעל מעמבער שיפ פון אלע יארן.

און נישט צו פארגעסען אז בשעת די זאליס האבן קאנטרעלירט די בית החיים האבן זיי געריסען געלט פון מענטשן, זיי האבן געבעטען פון מענטשן 20 30 טויענט דאלער צו באגראבען.

ביי די מעשה דא האט מען שוין לאנג געקויפט א קרקע, די איינציגסטע זאך וואס מען דארף באצאלען איז די באלאנס פון די מעמבער שיף, וואס דא איז עס געווען 1700.

זעליג_כהן » 21/12/2009 01:24

קליימער באלאנגט דאך פאר ר אהרן, ס'ליגט נאר גראדע ''דערוויילבגניבה'' ביי די זאליס, 

א חידוש איז אז ר אהרן איז נישט געגאנגען צו די לויית הנדבן פון זיין שוהל!

נישט צום גלייבן די השחתה......!!!

 

אגב ביזט דיך סותר מיט פאראלעל ער שרייבט ''ר' זלמןלייב טייטלבוים איז אנגעקומען צי די לווי' ער איז געווארן באשייגעצט דורך ד משפחהאיז ער אנטלויפן מיט בישות''



תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 21/12/2009 01:25:17

rebyankel » 21/12/2009 02:24

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קען איינער אזוי גוט זיין און אריינלייגן בילדער פון די אויסגעגראבענע שניי מיטן קבר אויף פאללאק'ס לאט?

די מעשה גלייב איך פונקט ווי די "איבערקערעניש" ביי פאיער רב'ס לווי'ה וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט אלס א הוילער בלאף.

סוי, סיי פאיער רב אין סיי מרס פריעד ליגען אינטערן פלויט?

rebyankel » 21/12/2009 02:37

רבי_יונה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
און אגב די זאליס טוען דאס איצט אויך ביי פאלאק, און אזוי שרייבען זיי איבעראל, אז זיי בעטן נישט קיין געלט פאר קרקע, (וואס אגב עס איז ליגענט זיי בעטן 1800 פאר יעדע קרקע פלוס פלוס), נאר מען דארף זיין אויסבאצאלט די מעמבער שיפ, וואס ביי די זאליס איז מעבמער שיפ זייער טייער צווישען 400 און 600, ביי די אהרונים לויפט עס צווישען 180 און 300.

און נישט צו פארגעסען אז בשעת די זאליס האבן קאנטרעלירט די בית החיים האבן זיי געריסען געלט פון מענטשן, זיי האבן געבעטען פון מענטשן 20 30 טויענט דאלער צו באגראבען.

ביי די מעשה דא האט מען שוין לאנג געקויפט א קרקע, די איינציגסטע זאך וואס מען דארף באצאלען איז די באלאנס פון די מעמבער שיף, וואס דא איז עס געווען 1700.


רבי יונה, לויט וויפיל איך ווייס, בעטן זיי גארנישט פאר א קרקע, ווייל עס איז נישט ווערד קיין גרייצער, זיי פראבירן ביי יעדן מ'זאל לייגען בחינם אין קוק ווי זיי האלטען דערווייל.....
ווער וויל לייגען אינטער גדר אויף אזא מקום וואס מ'האט מקדש געווען לשם מחלוקת אין הליכה לערכעות? ווער וויל ליגען ביי א פלאץ וואס די מייסדים אין די א''ג רבנים וואס האבען עס מקדש געווען ווילן נישט לייגען דארט ''זייערע אייגענע'' עלטערן?
זיי לייגען אבער יא, אפנארמאלע דרוק אין לחץ ''בשעה שמתו מוטל לפניו'' ביי יעדן אונן, אז די יתומים זאלען זיין גרייט צו שלאגען כפרות מיטן זייער נאנטען, ציגעבענדיג די גרעסטע הבטחות. אבער אן קיין ערפאלג.

אוי ווי ביטער וואלט געווען ווען די זאלי'ס וואלטען היינט צו טאגס מצליח געווען זיך משתלט צו זיין אויפן הייליגען ביה''ח, ווער געדענקט נישט די יארען צווישען תשס''א אין תשס''ח וויפיל געלט מ'האט געריסען פין מענטשן בשעה שמתו מוטל לפניהם, וויפיל רשעות מ'האט געטוהן...
נאר חסדי ד' כי לא תמנו, אז היינט צו טאגס, בעטן זיי זיך ביי יעדן אונן אין זענען גרייט אפ'י צוצאלען אבי זאל שוין זיין נאך א קבר....

וואס די זאגסט וועגן מעמבערשיפ, עס איז אמת אז ביי די ארונים בעט מען ווייניגער מעמבערשיפ דארפסט אבער פארשטיין, דאס איז פשוט ווייל קהל קען נישט העכערן די פרייז, ציליב דעם וואס אנ''ש זענען שוין באלעסטיגט יערליך פאר די זיצן אין די הייליגע טעג, אין לדעתי וואלט מען געדארפט נעמען פין די אלע (זאלי'ס) וואס האבען נישט קיין זיצען, א העכערע פרייז אויף די מעמבערשיפ (לכה''פ אזווי ביי די זאלי'ס בעטן)

ווען איר זאלט וויסען וויפיל מענטשן צאלען בכלל  די מעמבערשיפ ביי די זאלי'ס וואלט איר זיך געווינדער פארוואס זיי שיקען אפי' ארויס די ביללס...... אין דאס איז די סיבה פארוואס זייער קאלעקטאר איז געפלויגען.... אין קיין צווייטער איז דערווייל נישטו


רבי_יונה » 21/12/2009 03:39

אמת למעשה ווען איינער שטארבט איצט געבן זיי עס אומזינסט, זיי צאלן אים אפילו צו, ווייל זיי פייגערן פאר א מת...

נאר ווי זיי שרייבן אז טאמער מען גיט די 1800 באקומט מען א צעטיל אז מען איז פארזיכערט מיט א קרקע.

עס דערמאנט מיך פונעם געוועזנעם מעיאר באנדא.

די משפחה איז געקומען צו קהלתינו אז זיי וויל מען זאל אים באגראבען אינעם ביה"ח, קהל האט נישט געהאלטן ביים נעמען אזא בעל מחלוקה, עס איז א בזיון אזא איינער זאל ליגן אינעם ביה"ח, די משפחה האט זיך געבעטען ברחמים האט קהל געזאגט אז ער דארף באצאלען 25000 דאלער, ווייל ער איז געווען א בעל מחלוקה, און 2 מאל געלאפען פאר מעיאר, אין מיט דעם געמאכט א חילול ה' באופן נורא, און א שרעקליכע מחלוקה, און מיט דעם האט ער באלעסטיגט קהל מיט הוצאות פארן קאמפיינען וכו'.

די משפחה איז שוין גרייט געווען צו צאלן 15 אבער קהל האט זיך געהאלטן ביים פרייז, אז נישט זאל דער בעל מחלוקה ליגן ערגעץ אנדערש.

למעשה זענען זיי געגאנגען צו די זאליס, און ממש פאר די לוי' האט זיך אנגעריקט יודא אליזער, נאכדעם וואס ער האטג געוואוסט אז עס איז שוין דערנאך אין זיי האבן נישט קיין ברירה נאר גיין צו פאלאק, און געזאגט פאר די קינדער אז זיי דארפן באצאלען די $1800 און 3000$ פאר די מעמבער שיפ באלאנס, די משפחה האט נישט געהאט קיין ברירה און באצאלט די געלט.

ליצים זאגן: שמשון יעקב האט געזאגט היינט אז טאמער אזא זאך געשעהט נאכמאל, נעמנט ער זיך דאס לעבן און ער וועט ווייזן פאר די אהרונים אז ער וועט ליגן אין פאלאק...

ווען אברהם בער האט עס געהערט, זאגט ער מיט ווייטאג: מאנאגס האבן מיר שוין גענוג... איצט זאל איך נעמען איינער וואס איז נאך ערגער ווי א מאנגא...

פארשטיי » 21/12/2009 16:52

ר' חיים דוד ווישעווער זאל זיין געזונט האט האט פראקאלאמירט, אד דער ''פאלאק'ס סעמעטערי'' איז פון די שוידעליכסטע דורך פעלער וואס די זאליבאנצעס, האבן נאר א מאל אריין געכאפט,
 
די זאליבאנעצעס וועלן אלעס אויף די וועלט טאן, אז יענער זאל אהין לייגען זיינע געשטארבענע,

ווען עס מאכט זיך א נפטר ביי אים אליינ'ס האט ער 180 תיריצים, פארוואס נישט צו לייגען זיין בר מינן און דעם ''פאלאקס סעמעטערי''

איינער שרייט ווייל עס וואקסט דארט בארן, אדער ווייל די ערד איז צו פייכט, און מיט איין פארשוועמינג, קען מען זיך זען אונדרויסען פון קבר, א צווייטער שרייט דארט ליגען מאנגא'ס, א דריטער פראבעציערט א צוואה פון זיין טאטע'ן וכו' וכו'

עס איז די פונסטערישערע  קאשמאר פון יעדען  זאליבאן, צו טראכטען אז ער וועט ליגען ביחידות כדומן על פני השדה, מיט אומבאטעמטע שכינים, נאר יענער זאל גיין קיין פאלאקס,

חאצקעל מיט נחמן, זעט זיך אויס ווילען טאקע אז נאר יענער זאל לייגען און פאלאק'ס, זייער מאמע? ח''ו, זו זאל ליגעןן און געהעריגען בית החיים, נאר יענער זאל גיין קיין פאלאק'ס,

ר' זלמניו מיט די פארקעמטע בארד, וואס צילוב זיין מס''נ, נישט צו לאזען מען זאל ח''ו גיין צו דין תורה, וואו ער שרייט שטענדיג, אז ער האט מקבל געווען פון זיין רבי'ן ר' שימעלע דשיגאן, אז די תורה איז געגעבען געווארען, פאר די בארבארען און מענטשען פרעסער, וואס וואוינען ערגעץ און די הרי חושך, צוליב דעם האט ער מזכה געווען זיינע נעבאכדיגע נאכשלעפער, מיט דעם אומבטעמטען עסק, המכונה פאלאק'ס סעמעטערי, ער איז די גרעסטער רחמניות,
ער דארף נעבאך זיין די סעיל'סמאן ביי יעדער זאלי וואס פארמאכט זיך די אויגען,

ער האט נעבאך געמיזט צו זאגען פאר אלמנה פערלשטיין, אז ער בכבודו בעצמו, דער תלמיד פון ר' שימעלע דשיגאן, דער נועם המידות, נחבה אל הכלים, חכם עתיק, מתון וחכם, יפה תואר, וועט א וועק לייגען זיין געביין נאך די 120 און חצר פאלאק'ס,

און איצט זאגן די קאמפיין מענעשער אז אן קיין בריוו פון ר' זלמניו, אז ער גייט דארט ליגען, וועט זיך דאס עסק ביש נישט קיין ריר טאן, די בעלי נוסח זיצען איצט און ארבייטען אויס א בריוו פאר דעם ר' זלמניו, וואו ער שווערט זיך און בן פראדעל'ס ווייסע פייאות, אז ער גייט זיך נאך די 120 לייגען און פאלאק'ס,

עס איז ישמחו און יענעם לאגער,

ברוך הוא אלקינו ..... והבדיל לנו מן התועים....


תוקן על ידי פארשטיי ב- 21/12/2009 17:01:29