היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » חסדי ה': 10 יאר וואס סאטמאר געראטעוועט געווארן!

חסדי ה': 10 יאר וואס סאטמאר געראטעוועט געווארן!

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2734574

שלמה_יאנקל » 20/12/2009 03:16

היינט ווערט אפגעצייכנט "יובל העשור" פון ווען רבינו שליט"א איז געווארן אויפגענומען פאר רב,  דערמיט איז סאטמאר געראטעוועט געווארן פון ...
ווער עס האט בילרער פונעם הכתרה אדער סיי וואספארא אונטערסאנטע דאקומענטען וואס האט זיך אפגעשפילט און די יארן ווערט געבעטן עס ארויפצולייגן דא.

ווער_איז » 20/12/2009 17:53

שלמה_יאנקל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
היינט ווערט אפגעצייכנט "יובל העשור" פון ווען רבינו שליט"א איז געווארן אויפגענומען פאר רב,  דערמיט איז סאטמאר געראטעוועט געווארן פון ...


די רבי שליט"א איז געווארן רב ח"י סיון יעצט 10 יאר איז געווען די הכתרה

סקאטמאלען » 20/12/2009 18:04

לעצטע וואך האט מען געשמועסט דא אז חנוכה איז דער טאג, אנדערש מאל זאגט עטס חוה"מ פסח,

איך האב שוין געזאגט אז דער טאג ברויך לעולם צו זיין דער טאג וואס משה פרידמאן איז ניצל געווארן פון לעפקאוויטש'ס קאר, איך האלט דאס איז דער תחילת בריאת הנס און דער יסוד היסודות פון אלע שפעטער אנטוויקלונגען, מ'דארף טאקע נאכפארשן ווען דער טאג איז. איינער ווייסט?

ווער_איז » 20/12/2009 18:21

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לעצטע וואך האט מען געשמועסט דא אז חנוכה איז דער טאג, אנדערש מאל זאגט עטס חוה"מ פסח,



איך ווייס נישט אויב די האסט טאקע אזא שוואכע קאפ אדער אלע חלה דעקליך זענען אזוי פאריגע וואך האט מען גערעדט אז מיר זענען באמת בשמחה מיט ז"ך כיסלו וואס דעמאלטץ איז דע רבי דער ברך משה געראטעוועט געווארן ווען די פליגער האט געגלישט איז ארויס געקימען א געוואלדיגע זאך פאר כלל ישראל אז דע רבי שליט"א איז אנגעקימען צים שטיל פין סאטמאר

אין וועגען דיין זיסע שיינע זשאק וועגען לעפקאוויטש סאיז גיט אבער א זשאק ביי די 2 מאל קריכט עס פין די נאז

סקאטמאלען » 20/12/2009 18:52

הער אויס די גאנצע זאלויני אהרויני מחלוקה איז איין גרויסע אויסגעוועפטע דשאוק, שוין 10 יאר וואס די זעלבע דשאוקס ווערן איבערגעקייט טאג איין טאג אויס, למשל דער דשאוק פון דעם אשכול זעלבסט, איז שוין אויסגעקייט געווארן אויף היידפארק לכה"פ 70 מאל, האב איך דאך אויך א רעכט צו זאגן מיינע אויסגעוועפטע דשאוקס

NOYOUCANT » 20/12/2009 22:12

חוץ פון מקרב זיין טאטענ'ס שונאים.
ארויסווארפן זיין טאטענ'ס געטרייעסטע מענטשן
אויפשטעלן א לישקע וועלכע שרייבט איסורים חרמים וקנמות
מאכן פורים פון זיין הייליגע טאטע
צוטיילן א משפחה
האבן אויף זיך די אחריות פון מיליאן שעות פון ביטול תורה, מחלוקת, רכילות, לשון הרע, מלבין פני חבירו, בזיון ת"ח
(לאמיר נישט אריינגיין פון וועלכע זייט, עס איז קלאר אז ווען נישט זיין התמנות, וואלט דאס אלעס נישט פאסירט)

וואס נאך האט ער אויפגעטוהן? (נישט נאכגעטוהן)

יוספ7 » 20/12/2009 22:19

NOYOUCANT כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
חוץ פון מקרב זיין טאטענ'ס שונאים.
ארויסווארפן זיין טאטענ'ס געטרייעסטע מענטשן
אויפשטעלן א לישקע וועלכע שרייבט איסורים חרמים וקנמות
מאכן פורים פון זיין הייליגע טאטע
צוטיילן א משפחה
האבן אויף זיך די אחריות פון מיליאן שעות פון ביטול תורה, מחלוקת, רכילות, לשון הרע, מלבין פני חבירו, בזיון ת"ח
(לאמיר נישט אריינגיין פון וועלכע זייט, עס איז קלאר אז ווען נישט זיין התמנות, וואלט דאס אלעס נישט פאסירט)

וואס נאך האט ער אויפגעטוהן? (נישט נאכגעטוהן)



אזוי ווי איך זע אז די האסט אביסעל אויסגעלאזט פין דיין פעדער פיל איך אן דעס וואס די האסט פארפעלט

חוץ פון מקרב זיין פעטער'ס שונאים.
ארויסווארפן זיין  פעטער'ס געטרייעסטע מענטשן
אויפשטעלן א לישקע פין כופרים בלאט שרייבערס וועלכע שרייבן איסורים חרמים וקנמות
מאכן פורים פון זיין הייליגע  פעטער'ס
צוטיילן 100ער  משפחות זייט תשמ"ה
האבן אויף זיך די אחריות אין נישט נאר די אחריות נאר ער אליין מצוה בו יותר מבשליחו פון מיליאן שעות פון ביטול תורה, מחלוקת, רכילות, לשון הרע, מלבין פני חבירו, בזיון ת"ח מיט זיין אייגענע טמא'נע מויל זייט תשמ"ה
(לאמיר נישט אריינגיין פון וועלכע זייט, עס איז קלאר אז ווען נישט זיין התמנות, וואלט דאס אלעס נישט פאסירט)

וואס נאך האט ער אויפגעטוהן? (נישט נאכגעטוהן)

סקאטמאלען » 20/12/2009 22:23

איך מיין אז כיבוד אב קומט פאר כיבוד דוד אויב ס'דא אזא זאך

יוספ7 » 20/12/2009 22:28

קען זיין אז סאיז אזוי ווי די זאגסט איך רעד נאר פין זיינע מעלות וואס דער האט אויסגעלאזט.

סתם פאראינטרסאנט קייט דע אלע אידן אפי דער יוסל וואלדמאן זענען געווען ביים ברך משה אלע יארן ביז דער חרינער האט זיך אנגעריקט אין תיכף ווען דער חרינער האט זיך אפגעלאזט פין זיין הייליגע באליבטע טאטע זענען זיי היבש צירוק געקימען צים ברך משה.

NOYOUCANT » 20/12/2009 22:31

אז דו ווילסט טאקע הערן (ווייסן ווייסטו פונקט ווי מיר, נאר דו באהאלטס דאס), נאדיר א חלק פון די רשימה:
געוואלדיגע הדורים אין כשרות (פרעג פאר יעדע בעל מכשיר, און ערענסטע רב וועלכע איז נישט פארמישט אין די סאטמארע פאליטיק)
אז ווען מ'דארף עפעס אויפטוהן אין אמעריקא איז דא צו וועמען צו גיין (עיין ערך שייטלן)
מחזק זיין טויזענטער אידן צו לערנען ידען טאג (יסודי התורה)
שפארן טויזענטער דאלארן פאר בעלי שמחות
געבן שווערע געלטער פאר בני יואל/זאליס וועלכע איז געווען אין א נויט (ווי למשל די אפגעברענטע דירות)
פארדערן פון זיין עולם מער חסידישקייט (און די עולם זאל פאלגן)
שערי חמלה (יא! איך בין שטאלץ דערמיט, ווייל מיין רבי בעל הברך משה זי":ע מיט זיין געטרייע זון האבן עס געטוהן)
וכו כו' ועוד חזון למועד

צביהירש » 20/12/2009 23:08

למע"כ הניק NOYOUCANT
איך בין נישט אינטרעסירט זיך אריין צו מישן אין ענקער נער'ישע קינדערישע טענות אנגעפילט מיט הבל הבלים'דיגע וויכוחים.
אבער היות די האסט אנגערירט דעם ענין פון העלפן משפחות אין נויט וויל איך דיר ענפערן זעהר קורץ.

רוב געליטענע ארעמעלייט פון קרית יואל האבן נישט באקומען קיין נארמאלע נדבה פון דעם קרית יואל'ער רבין. נישט יעצט און נישט די פריערדיגע יאהרן. אפשר זענען דא צווישן זיינע גאנץ נאנטע מענטשן וואס האבן יא באקומען, אבער רוב נצרכים פון קרית יואל, מאנסי און ברוקלין האבן נישט באקומען. אזוי אויך רוב משולחים פאר מוסדות התורה איבער די וועלט וואס פאהרן נאך געלד איבער די וועלט און קומען אן צו אלע אדמורי"ם נאך א נדבה. די האבן נאכנישט באקומען קיין געהעריגע נדבה פון עהם.
 
איך האב אליין עוסק געוועהן פאר עטליכע משפחות צו שאפן גרויסע נדבות ובתוכם האב איך געהאלפן קרית יואל משפחות וואס שיקן די קינדער אין זיינע מוסדות נאר בענין חסידות מישן זיי זיך נישט ווייל זיי ווילן נישט שטיפן זיין וואגן, די האבן נישט באקומען קיין שום הילף ביי די פייערס. בערך 8 משפחות האבן געלךיטן ביי שריפות מיט יאהרן צוריק, סיי אויף צאנז קארט, סיי אויף סטראפקעוו, סיי אויף געציל בערגער, און די אפיעל געלד איז צו זיי נישט אנגעקומען.
ובפרט מוז איך ארויס ברענגען אז די משפחות פון די בני יואל האבן נישט נהנה געוועהן פון זיינע נדבות קיינמאהל. 

אלע משפחות האבן קלאהר דערציילט אז פון די פייער אפיעלס זענען זיי (די באטרעפענדע משפחות) אנגעקומען קוים א חלק עשירית פון די אנגעזאמעלטע נדבות.

איך וועל נישט אריין גיין אין קיין וויכוחים מיט דיר ווייל נאך איידער די ביסט געבוירן האב איך צוזאמען געשטעלט געלד פון ניקלס און דיימס און קוואדערס צוביסלעך אויף גאנץ שיינע סכומים פאר דעם בעל בירך משה ז"ל.
 


קליפ » 22/12/2009 16:52

[בילד – נישט אפגעהיט]

קליפ » 22/12/2009 17:08

[בילד – נישט אפגעהיט]

ווער_איז » 22/12/2009 17:11

דעם רבי'נס פנים שיינט פאר שמחה
[בילד – נישט אפגעהיט]אוי וואס האבן מיר געהאט אין מיא האבן שוין נישט

דיןתורה » 22/12/2009 19:02

ווער רעדט דארט אויפן טעלעפאן אויבן אן בשעת די דרשה פין ברך משה?

קליפ » 22/12/2009 19:34

[בילד – נישט אפגעהיט]

קליפ » 22/12/2009 21:52

[בילד – נישט אפגעהיט]

יואלי808 » 22/12/2009 23:30

רוף מיך איבעראבזערווירער, אבער זעהען די בילדער נישא אויס ווי פון פריערדיגע יאר הינדערט?

קליפ » 23/12/2009 01:58

[בילד – נישט אפגעהיט]

שלמה_יאנקל » 23/12/2009 03:53

יישר כח "קליפ" פאר די היסטארישע בילדער, שעמט זיך נישט און לייגט ביטע אהער נאך.

קליפ » 23/12/2009 18:24

[בילד – נישט אפגעהיט]

קליפ » 23/12/2009 23:43

[בילד – נישט אפגעהיט]

נפל » 24/12/2009 00:25

שיין צו זען ארי' לייב גלאנץ שטופט זיך אויבן אן...

קליפ » 24/12/2009 16:18

[בילד – נישט אפגעהיט]

קליפ » 24/12/2009 20:40

[בילד – נישט אפגעהיט]

בכורשוטה » 24/12/2009 21:27

טאקע א שיין אויבן-אן מען זעהט נאך נישט די אלע שונאים בני יואל וכת דיליה. זיי זענען צוגעקומען נאר די שפעטעריגע יארן...

קליפ » 24/12/2009 22:09

[בילד – נישט אפגעהיט]

דיןתורה » 24/12/2009 22:42

כ'געדענק דעמאלטס
מ'האט נישט געקענט רעדן דערפון צו לאנג, ווייל עטליכע וואכען שפעטער איז דאן פארגעקומען די גרויסע מעמד יסוד איתן ויובל החמישים פין די סאטמאר מתיבתא אין אמעריקאי אינעם ריזיגען ניו יארק סטעיט ארמארי (אויב איינער האט בילדער זאל מיר עס שיקען אין אישי אדער פאוסטען)
ווי מהרז''ל אין מהר''ל האבען טאקע באוויזען צו האלטן דעם ברך משה אין פלארידע, אבער די אויבן דארט איז געווען דריי פאכיג קעגן דעם בכמות ובאיכות.
אין פינעם עולם דעמאלטס דארף איך נישט רעדן,
ווער געדענקט דען נישט די דרשה פין סאטמאר מאנטריאלע רב ''דער שוואגער האט געשפיגען בלוט פאר'ן כבוד פינעם שווער''

זיבענבערגן » 25/12/2009 07:53

דו האלטסט אז דער סאטמאר מאנטריאל'ער רב וואלט היינט [נאך דעם וואס ער האט געגעבן בלוט פארן שוואגער ... מיטן איבערשרייבן דעם בנין הביהמ"ד] נאך אלס געזאגט די זעלבע דרשה?????