ס'איז גארנישט קיין זשאוק, היינט נאכמיטאג באקומען די 3 מורי הוראה פון קרית יואל א טעלעפאן קאל פון דעם אייניקל, אז דוד עקשטיין האט א תביעה און ער וויל זיי שיקן הזמנות, זעט אויס אז דוד עקשטיין איז געווען זיכער אז די רבנים וועלן אראפהאקן דעם טעלעפאן אויף דעם לץ אזוי וועט ער ווידער קענען זינגען מסרבים מוסרים כמנהגו, למעשה האבן אים די רבנים זייער שיין געענפערט אז ווען איינער איז נישט צופרידן מיט א פסק בי"ד רופט מען נישט דעם בי"ד צו די"ת נאר מען בעט א 'מהיכן דנתני' צעטיל פון בי"ד, און דאס קענען זיי אים געבן. אבער, זיי זענען אויך מסכים צו א דין תורה, דוד עקשטיין אדער קהל יטב לב זאל שטעלן א מענטש וואס האט נישט קיין דין מסור וואס זאל פארלייגן די תביעות ביים בי"ד און בי"ד וועט דן זיין ויקוב הדין את ההר,
ס'איז אינטערסאנט אויב האט דוד עקשטיין עפעס געהאט צו זאגן ווי איז ער געווען מ'האט אים געגעבן 3 טעג צו קומען זאגן וואס ער האט צו זאגן...? זעט אויס אז דער פסק דין האט יא עפעס אויפגעטון... אצינדער ווארט מען אויף אן הזמנה פון דוד עקשטיין וואס גייט אי"ה נתפרסם ווערן אין די גאנצע וועלט,יעדער זאל מיטהאלטן ווי א מסור פרובירט זיך נעבעך ריינצווואשן פון דעם פסק דין וואס ער וויל איינרעדן די וועלט אז ס'איז בלויז א זשאוק.. און אז ער האט געמיזט קריכן ביז די הרי אררט צו טרעפן א בי"ד...