ווייסט איינער פארוואס?
ווייסט איינער פארוואס?
דער תירוץ איז זייער פשוט, אזש כ'ווינדער מיך וואס די קושיא איז בכלל.
קודם כל, נאכ'ן פטירה פונעם ברך משה ז"ל, האט ער נישט געזאגט אז ער גייט אריינקומען יעדן שבת, נאר אז ער גייט דא וואוינען. מ'האט געטוישט לעדערהעד, און נישט געשריבן וואס דער אדרעס איז, און נישט א טעלעפאן נומבער צו רופן אין פאל פון עמערזשענסי. גארנישט. פלעין אבד"ק סאטמאר בכל הארצות והגלילות...
אבער הגה"ק האט זיך ארומגעזען אז ער טרעפט זיך נישט קיין ידים ורגלים דא אין שטאט.
צופיל מענטשן האט ער נישט דא אין וויליאמסבורג ככבר ידוע. והמוסדות, וואלן וכו' וכו' יוכיח. אריינברענגען יעדעס מאל די מאסן יוגענטליכע מיט קאוטש באסעס קען מען נישט. א דירה האט ער א קליין פארשטיפטע אויף יוס סטריט, וואס אפילו נאכ'ן ארויסבויען א פארטש, פאסט עס נאך אלץ נישט פאר סאטמארער רבי.
פאר א פיקטשער איז עס זיכער נישט גוט, ווי מ'זעט אז פלוצלינג קען ער מער נישט פארליידן קיין כבוד המדומה, און מ'מאכט דעם באגלייטן נעבן בית המדרש, ווי הערשי רובינשטיין האט גע'פסק'ט איז די מערסטע געאייגנט צו מאכן א גוטן פיקטשער, אז משה זאל שוין איינמאל פאר אלעמאל קראכן...
חוץ דעם דריי-וואכן-געבויטן בית המדרש נעבן ים האט ער נישט קיין דריסת הרגל אין קיין איין נארמאלן בית המדרש אין וויליאמסבורג. ראדני מיט איר אכט ריזיגע פיליאלעס באלאנגען פאר'ן יונגערן ברודער. און אז ס'וועט זיין צוויי סאטמארער ר בי'ס אין שטאט, און דער עולם וועט זיך ארומזען וואס דא גייט פאר, וועט דאס ליצנות שרייען ביז'ן הימל.
איז אלזא באשלאסן געווארן דורך דעם אלעמען באקאנטן דרייערל, אז געענדיגט. וויליאמסבורג נישט. מען גייט צוריק קיין 5 צאנז. איי? די חרפה איז דאך מורא'דיג גרויס. דא האט מען שוין געזונגען אז דער רבי קומט אויף וויליאמסבורג - אזוי ווי זיין טאטן און פעטער זי"ע, די אדמור"י בית סאטמאר - אייננעמען די וועלט, און פלוצלינג בומס... צוריק אויף מאנדרוי?
נישט גע'דאגה'ט. מ'גייט זאגן פאר'ן עולם "יעשיבע" די ישיבה איז אין מיר און איך בין אין די ישיבה. פשוט אן דעם קען כ'נישט אטעמען. נו, אז ער קען נישט קען ער נישט.
איי, וועסטו וועלן פרעגן אז בשנת תשנ"ט ווען ער האט געוואלט ווערן רב הצעיר בכל הקהלות, און דער טאטע ז"ל האט דיך געפרעגט וואס וועט זיין מיט די ישיבה, האסטו עס אוועקגעמאכט, מ'וועט שוין זען, מ'וועט שוין טון, אלעס פאר אביסעלע שררה, פלוצלינג אויס??
אבער, די געשוואוירענע קעלבלעך האבן עס אפגעקויפט, ועולם כמנהגו נוהג.
סאו, ווייסטו שוין פארוואס ער קומט נישט?
|
דאס איז נאר ביז ווילאנג מהרז''ל וועט נישט קומען צו די'ת ווייל איינמאל עס וועט זיין א די''ת גלייב איך נישט אז מהרז''ל האט עפעס שאנסען צו בלייבן מיט די בנינים.
אין אגב, ווען מהר''א קומט אריין אויף שבת אויף וומ''ס איז ער ווייט פארקערט פין א ליצנות, כ'בין היי יאר ביי די הקפות סיי אין ראדני אין סיי אין הופער אין פין דיינע ווערטער גלייב איך נישט אז די ביזט דארט געווען.
|
|
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 22/12/2009 04:55:39